בית פורומים כל העולם כולו

פון הינטער די קוליסן: ציל פון סאטמאר'ע חלוקה היסטאריע אינטער פארגרעסערונג גלאז!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/10/2009 10:17 לינק ישיר 
פון הינטער די קוליסן: ציל פון סאטמאר'ע חלוקה היסטאריע אינטער פארגרעסערונג גלאז!

 

וואו באקאנט גייט שוין אן א לענגערע צייט לענגערע פאליטישע ארטיקלן וועלכע באציט זיך איבער די א.ג. היסטאריע איבער די סאטמאר'ע חלוקה וועלכע ווערט ברייט צושמירט און געשילדערט מיט אלע פיטשיווקעס, עס ווערט דארטן דערמאנט פארשידענע פאקטן, שקרים, היסטאריע, רציחה, אמת, לשון הרע, רכילות, דמיונות, פאנטאזיעס, חלומות פארלוירנקייט, הילפלאזיגקייט, מאכטלאז, חיזוק, טרייסט, האפפענונג, זארג, יואש א.ד.ג. אבער דאס אלעס איז אנגעגאנגען ווי געהעריג פאר א לענגערע צייט, איין ארטיקל האט געברענגט דאס צווייטע, און עס איז ארויסגעשטעלט געווארן נאטורליך גענוי ווי אנדערע ארטיקלן אן דעם וואס איינער זאל עפעס פארדעכטיגען.

אבער מיט א צייט צוריק האט א אומאידענטיפיצירטע גרופע אינטערגענומען א גרונטליכע אויספארשונג צו דערגיין די אמת'ע מאטיווען פון דער שרייבער נאכדעם וואס ער האט אנגעפאנגען איינצורעדן די אומשילדיגע ליינער אריינצושיקן געלטער צו א געוויסער ארט ווי מען קען אפילו צאלן מיט א קרעדיט קארד וואס דערמיט וועט מען ארויסהעלפן מיט די הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם אמת.

מאנכע מיט געניטע אויגן האבן אבער באלד אנגעפאנגען שפירן אז עפעס טיפער'ס ליגט אינטער די תמימות'דיגע בקשה, נעמליך א קייט פון שווינדלערייען פאנגט זיך אן וועבן אין א שלייער פון נעמען א פאליטישע טעמע, צושמירן מיט אלע פיטשיווקעס, ערוועקן געפילן ביי די ליינער, ציען וואס מער לעזער, און זיך דערמיט שאפן וואס מער אנהענגער וועלכע זאלן זיין דערין פארגלויבט און דערנאך זיי קענען ניצן אלס א פינאנציעלע קוואל אויף א וועג אז די תמימי לב זאלן זיך נישט כאפן וואספארא נעץ עס איז אומשילדיג אויסגעשפרייט געווארן אינטער זיי.

טראצדעם וואס די סעסעטיווע מיסיע גייט אן אינגאנצן פאר א קורצע צייט האט מען זיך שוין דערוואוסט מערערע האר-אויפשטעלענדע דעטאלן איבער בייזוויליגע כוונות פון דער שרייבער אין זיינע געהילפן, און עס מיז דערמאנט ווערן אז דער ענין איז זייער א סענסעטיווער און האקעלער, דער פאראנטווארטליכער ווערט שטארק נאכגעקוקט און זאכן ווערן טעגליך באהאנדלט דורך א גרופע עסקנים וועלכע נעמען נישט אראפ קיין אויג און מיט גרויס געניטשאפט ווערן זאכן און אקטיוויטעטן באגלייט מיטן ציל אפצוראטעווען די אומשילדיגע ליינער פון אריינגעפאנגען ווערן אינעם בליטיגען נעץ, און ארויסגעשווינדלט ווערן מיט אסטראנאמישע סכומים אן וויסן די מיסטריעזע מאטיווען פון דער פאראנטוואטליכער.

אכטונג חשובע ליינער: זייט אויפמערקזאם, מענטשן שרייבן מענטשן ליינער, מען איז פארטיפט אין די שורות, און איבער די טעגליכע געשעהנישן, אבער אין די זעלבע צייט דארף מען האלטן א וואכזאם אויג מיט וועמען מען קומט אין בארירונג, און גרונטליך קלערן איידער מען מאכט סיי וועלכע פינאנציעלע באשלוס, היט אייער נאמען, היט אייער געלט, און היט אייער קרעדיט קארד, און היט אייך פון דער פאראנטווארטליכער וועלכע רופט אריינצושיקן געלטער מיט די תמימות'דיגע געבעט אז די הוצאות פון ארויסגעבן דער א.ג. היסטארישע בוך מיט נאך פארשידענע אינטערסאנטע אינפארמאציע און קאסעטעס וועלכע זענען נאך ביז היינט נישט ערשינען גרייכן גאר הויעך.

און ווי מען הערט איצט וועט מעגליך ארויפגעשטעלט ווערן א אימעיל אדדרעס אין נאטן צוקונפט ווי באטרעפענדע וועלן דארטן זיך קענען פארבינדן און איבערגעבן וויפיל געלט זיי האבן שוין פארלוירן אדאנק דעם, און הילף וועט צוגעשטעלט ווערן ווי ווייט מעגליך.

פאלגט נאך ווייטערדיגע אנטוויקלונגען!

 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/10/2009 21:25 לינק ישיר 

האהאהאהאהאהאה!!! 

פאר די נעבעכדיגע אומוויסנדע ארונים: פארמעגליך האט נאר געגיבין איין אפשען וויאזוי צו גיבן געלט  און דאס איז דורך פעיפאל (paypol)
  וואס די קאמפאני איז כהיום די מערסט באשיצטע געלט טראנזאקציע בעולם, עס ווערט גענוצט דורך אי-בעי וואס טרענספערט א טאג שווערע מילאנען, אזוי אויך עמעזאן, און סתם אזוי צענגליגע קאמפאניס, ס'איז נישט דא קיין מציאות בעולם פאר'ן באקומער פון די געלט אויפצוקומען די נאמען קרעדיט קארד וכו' פונ'ם געבער. פינטל




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פון הינטער די קוליסן: ציל פון סאטמאר'ע חלוקה היסטאריע אינטער פארגרעסערונג גלאז!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext