דער שיק-אינגל פון ר' חיים הערש יצחק ווייס האט געכאפט מכות רצח פון די תלמידי הישיבה און איז ארויסגעפלויגן צובלוטיגט בשן ועין איבערלאזנדיג דארט צוויי ציינער...
דא האט איהר די גאנצע מעשה:
פאר סוכות האט ר' חיים הערש געשיקט צו צוקלאפן די דאך פון די ישיבה כדי די בחורים זאלן נישט קענען דארט בויען ווי יעדע יאהר א עקסטערע סוכה, אזוי ארום וועלן זיי בלית ברירה מוזן קומען אנפיהלן די לאנגע רייעס טישן פון זיין סוכה, נוסח רוסלאנד.
די בחורים זענען געגאנגען איהם פרעגן פאוואס ער טוהט דאס פאר זיי, צו וואס פעלט אויס זיך ווידער צו צושלאגן מיט די בחורים, ר' חיים הערש האט זיך ארויסגעדרייט אזוי ווי עס האט נישט בכלל מיט איהם, ער ווייסט נישט בכללל פון וואס זיי רעדן.
עס איז נישט אריבער קיין האלבן טאג און די שלעגער'ס פון ר' חיים הערש האבן געמאלדן פאר די בחורים אז אויב זיי וועלן זיך וואגן צו עפענען דעם דאך פון די ישיבה וועט מען זיי מבזה זיין ברבים.
די בחורים האבן גלייך פארשטאנען פון ווי די שלעגער ווייסן שוין זייער באגער און זיי האבן געשיקט אַ שארפן מעסידזש פאר ר' חיים הערש אז אויב פיהרט ער זיך אויף צו זיי ווי א ציגאנער וועלן זיי ווייזן וואס זיי קענען, ר' חיים הערש האט זיי זאפארט צוריק באפוילן אז אז ס'איז איהם איינגעפאלן א גוטע פשרה: זיי זאלן קומען עסן שלש-סעודות אינאיינעם מיט איהם אין די גרויסע סוכה און ביי די זמירות קענען זיי ארויפגיין פראווען עקסטער, א גוטע טריק ווי אזוי די בחורים זאלן מוזן אראפקירכן פון זייער יערליכן עקסטערן סוכה, די בחורים האבן באשלאסן זיך צו מאכן תמ'וואטע און נאך ענדיגן די כזית המוציא ביי ר' חיים הערש האבן זיי אלע אפגעצויגן מיט א גרויסן שטארם, די בזיונות איז געווען געוואלדיג איינער פון די שלעגערס האט זיי געוואלט אפשטעלן האבן זיי געשריגן חי וקים 'דער רב האט אונז געגעבן רשות אפצוציהען'.
זעלבסט פארשטענדליך אז ר' חיים הערש האט אנגעהויבן צו קאכן ווי א קעסל ער האט זיך אויפגעשטעלט אנקוקן שטרענג די בחורים אבער עס האט איהם שוין ווייניג געהאלפן.
ערשט דאן האבן איהם די בחורים געלערנט בלק....
ווען ס'איז אנגעקומען צום תורה זאגן און מ'מאכט שטיל דעם עולם האט ר' חיים הערש צום שוידער און געלעכטער פשוט נישט געקענט זאגן קיין תורה ווייל די בחורים האבן געזונגען די זמירות (כפקודתו) מיט יאמערליכע קולות, די ציבור איז געווען נבהל ונשתומם ווי אזוי איז מען אנגעקומען צו אזא מצב, מ'קען נישט זאגן קיין שלש-סעודה תורה וועגן די אייגענע תלמידים.
ר' חיים הערש האט געגעבן דעם וואונק און זיינע שלעגערס האבן זיך גענומען ארויסלאפן פון סוכה ארויף צום ישיבה צו אנקלאפן די ביינער פאר די יונגע מחוצפים און עזי פנים.
אין שפיץ פון די שלעגערס האט זיך ארויסגעשטעלט אונזער אלעמען באקאנטער יצחק ווייס, ער האט געכאפט א שטעקן און אנגעהויבן ארויפצוגיין די סטעפס צום ישיבה, ער האט אנגעטראפן דעם ערשטן בחור און אנגעהויבן איהם צו האקן אויפן קאפ מיטן שטעקן, דער בחור איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און געשריגן אויף הילף,
דער רוצח האט איהם ווייטער געהאקט און געשלאגן שרייענדיג 'מחוצפים, מ'דארף ענק אלע הארגענען', די בחורים זענען ארויסגעלאפן און זיך דערזעהן דעם אויסווארף מיטן שטעקן אין די הענט גרייט צו כאפן נאך א קורבן, זיי האבן אויפגעהויבן אפאר בענקלעך און איהם באווארפן און איהם אראפגעשליידערט אלע סטעפס נישט פארן זיכער מאכן אז ער האט איבער געלאזט צוויי ציינער אויף דער ערד....
די בחורים האבן איהם געשריגן 'שייגעץ ס'איז דיר נישט גענונג אז ווען דו ביסט געווען א בחור ביסטו דורך רבי משה אריה זצ"ל געפלויגן פון ישיבה וויסטו יעצט נאכאמאל פליען פון די ישיבה, טראג אפ פון אונז און זיך נישט קיין צרות', דער צוקלאפטער יצחק ווייס מיט זיין בלוטיגן מויל האט אפגעצוין פון דארט ווי שנעל ער קען, און ער האט געשיקט זיין שיק אינגל יואלי בארמינקא צו רופן הצלה ווייל ער האלט נישט אויס די יסורים פון זיינע ציין.
דער גבעת שאול'ער בעל תשובה י"צ יאזעף מיטן שלעגער ראטמאן מיט משה יחיאל בן מאיר ראטה וועכלע זענען מיטגעקומען מיטן שלעגער יצחק ווייס האבן שנעל אפגעטראגן נישט צו פארלירן זייערע ציינער.
ביים ציבור אין סוכה איז געווען א גאנצע מהומה מ'האט נישט פונקטליך געכאפט וואס ס'איז געשעהן מ'האט נאר געהערט די שרעקליכע קולות פון די געוואלדטאטן וואס איז פארגעקומן אויבן אין די ישיבה, מ'האט געזעהן ווי די הצלה אמבולאנסן קומען צו פליען, מ'האט געזעהן וויאזוי ר' חיים הערש איז אנגעצויגן און סודות'ט זיך מיט שיינע שלעגער וואס ווייטער צו טהון, די עולם איז אריין אין א שרעקליכן פאניק.
די בחורים האבן זיך געלאזט הערן אז זיי גייען אהיים באגלייטן ר' חיים הערש מיט בזיונות אלס נקמה פאר די שלעק, די חכמי כעלעם ראשי הקהילה האבן זיך אוועק געזעצט פאר מעריב צו דן זיין וויאזוי מ'שליסט די געפעכט מיט די בחורים, ענדליך איז איינגעפאלן ארויפצושיקן דעם חכם עתיק יעקל פויגל ער זאל מיט זיי פארהאנדלען מיט שיינעם און זיי שווערן בשם ומלכות אז יצחק ווייס האט דאס געטהון על דעת עצמו ס'האט נישט גארנישט מיטן רב, אבער ווי נאר ער אנגעהויבן ארויפצוגיין די סטעפס פון די ישיבה איז ער באגאסן געווארן מיט וואסער און ער האט זאפארט אפגעצויגן.
הערנדיג די פני הדברים האט זיך אנגעהויבן א דין ודברים צווישן דעם גאנצן ציבור צו ס'איז גערעכט אדער נישט, מעג מען אזוי דערדריקן די עלטערע בחורים ? מעג ר' חיים הערש זיך אזוי ארומשפילן מיט זיי ? מעג מען צולאזן אז דער מתועב יצחק ווייס זאל ווערן גערעכנט אלס איש סודו און אויספיהרן זיינע שליחות'ער און נאך דערצו גיין אנ'מקל'ען בחורים מיט א שטעקן בעצומו של שבת ?
ס'בלייבט נאר איבער צו דאנקען גאט ברוך הוא אז מ'האט אויסגעהאקט נאר די ציינער אוטן נישט די פינגער, ווייל ווען יא וואלטן מיר שאדן געהאט פון זיינע גיפטיגע געבעקסן דא אויף הייד פארק.
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 19/10/2009 7:29:40
נשלח ב-5/10/2009 06:11
דאס איז דער זעלבער וואס ווען מ'האט אים געפרעגט אין פארגעהאלטן, אז היתכן אז זיינע מקורבים קלאגען די בני ברק'ע מוסדות אין ציוניסטישען בג''ץ, ענטפערט ער: אז מ'האט נאר געבעטן די שטאטראט זאל נישט לאזען ארונים משנה זיין ''אינזערע'' בנינים אין בני ברק......
אין דאס הייסט נישט געגאנגען איר ערכעות....,
פארשטייט איר שוין פארוואס זיינע תלמידים האבען אזא דרך ארץ פאר אים???
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 19/10/2009 7:30:30
נשלח ב-5/10/2009 10:51
ד' עמכם גבורי החיל וואס זיי האבן מקיים געווען דעם מצוה פון וְאַף אַתָּה הַקְהֵה אֶת שִׁנָּיו פאר'ן בן הרשע וואס איז באוואסט מיט זיין מעשיו הטובים וד''ל
נשלח ב-5/10/2009 10:55
זיי האבן געסטראשעט אז די אלע בחורים וואס האבן זיך באטייליגט אינעם מרידה וועט מען מחרים זיין און מען וועט זיי נישט אריין נעמען און קיין שום ישיבה פון ''סאטמאר'' איבער דער גארער וועלט נעבעך נעבעך לבי לבי על חלליהם .
נשלח ב-5/10/2009 12:44
די בחורים אין ישיבת יטב לב דס'אטמאר ירושלים האבן היינט ארויסגעגעבן א פאשקעוויל
איינער האט מיר דאס צוגעשיקט אין אישי.
די מהומות ביי חסידי מהרז"ל אין ירושלים וואס איז אויסגעשאסן געווארן ברבים יו"ט א' דסוכות גייט ווייטער אן אויף הויכע טענער
זונטאג א' חוה"מ אין אר"י איז דער שלעגער אן די ציין יצחק ווייס באשריגן געווארן אין ביהמ"ד, טייל האבן איהם באזינגען מיט כעס פארוואס ער באשמוצט די קהילה, טייל האבן איהם באשריגן פארוואס דארף דער ר' חיים הערש זיך שלאגן מיט די בחורים יעדן שני וחמישי.
דער שלעגער\אנגעשלאגענער יצחק ווייס האט זיך באגראבן פאר בזיונות נישט קענענדיג געהעריג ענטפערן פאר'ן עולם, וועגן זיינע צוויי פאדערשטע ציין וועלכע זענען נעבעך אומגעקומען על קידוש השם אויף די סטעפס פון די ישיבה.
אבער די בזיונות איז געשטיגן ווען איינער וואס דינט אלס מרביץ תורה אין די ישיבה גדולה האט אויפגעהויבן א קול זעקה אויף דעם שלעגער און איהם באשייגעצט ברבים שרייענדיג: 'איך וועל באלד דערמאנען דיינע מעשים תעתועים אלס בחור אין די ישיבה, וואס די מעשה חוצפה פון די יעצטיגע בחורים זענען מצוות אנטקעגן זיי' (מסתמא האט ער געמיינט דאס וואס מ'האט איהם איינמאל אויסגעפאקט זיין תפילין קעסל און געטראפן די ארגסטע טמא'נע צייטונגען רח"ל)...
זונטאג נאכט נאך מעריב איז דער שלעגער יצחק ווייס געלאפן זיך אויסוויינען פאר ר' חיים הערש, ער האט איהם געטרייסט א לענגערע צייט מיט נטפי תנחומים קלאפנדיג עטליכע מאל אויף די פלייצע, די טרייסט שמועס האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט פארנט פון ר' חיים הערשעלע'ס דירה (אין דירה קען דער שלעגער נישט אריינקומען צוליב א אפמאך מיט א האלבע יאהר צוריק כידוע).
שפעט אין די נאכט האט דער אויבנדערמאנטער מרביץ תורה אין די ישיבה אנגעהויבן צו באקומען צענדליגע פאני קאלס (נוסח יצחק ווייס) מיט דברי ניבול און גיפטיגע קללות, די קאלס איז געקומען פון אמעריקא, ווי ס'זעהט זיך אויס האט דער שלעגער יצחק זיך געוואנדן צו זיין ידיד נפש בן פראדל ער זאל פאר איהם זארגן אפאר טעלעפאן קאלס אינמיטן די נאכט.
מאנטאג צופרי זענען די בחורים געוואר געווארן אז דער שלעגער און רוצח פלאנט צוגיין מסר'ן די בחורים אין פאליציי פאר'ן איהם אוישיסן די צווויי פאדערשטע ציין.
די בחורים האבן גלייך געשיקט א שליחות צו ר' חיים הערש אז אויב זיי ווערן גע'מסר'ט וועלן זיי אריינגעבן א קלאגע קעגן איהם זעלבסט באגלייט מיט עדות אז ער האט באפוילן מ'זאל זיי קומען שלאגן, ס'איז איבעריג צו זאגן אז דערווייל איז קיין קלאגע נישט איינגעגעבן געווארן וויסנדיג אז ער שמירט נאמער אן דעם צדיק... ר' חיים הערש.
די יעצטיגע שמועה לויטעט אז די פלאן פון ר' חיים הערש איז צו דערשטיקן די מעשה מיט די בחורים וויבאלד ס'איז אריבער אלע גרעניצן און צוגעברענגט אמהומה און צארן אין די גאנצע קהילה אנטקעגן איהם פריוואט ספעציעל פון די הורי התלמידים, אבער וואס יא, ער פארט יעצט חוה"מ קיין אמעריקא און דארט האפט ער צו פועלן ביי די הנהלה פון די קווינסער ישיבה זיי זאלן דארט אננעמען די אנפיהרערס פון די מחוצפים, און פון דארט וועט מען זיי ארויסווארפן, און ס'וועט שוין נישט זיין אויף זיין פעקל, ער וועט ארויסקומען פונעם געשעפט א נפש צדיק תמים וטהור.
תוקן על ידי jhhoruyr ב- 07/10/2009 1:48:21
נשלח ב-7/10/2009 02:26
די לופט אין ירושלים ביי די זאליס איז נאך אלס געפערליך אנגעצויגן, קינד און קייט זענען פארקאכט ווי א קעסל מיט די שלעגעריי פון ר' חיים הערש מיט די בחורים, טייל עולם טענה'ן אז יא דאס איז די וועג מיט מחוצפים און עזי פנימ'ער, אבער רובא דרובא פארדאמען די שארפן מערכה אנטקעגן די בחורים,
ספעציעל די עלטערן קאלן ארום פארפיהרן ווי איז דאס געהערט געווארן א רב א ראש ישיבה באשליסט אליין זאכן אן זיך דורכרעדן פון פארדעם מיט די צוות הרוחני פון די ישיבה, און נאך דערצו שיקן א רוצח א שלעגער זאל גיין אנ'מקל'ן בחורים וואס איז דא רוסלאנד אדער גאר דייטשלאנד?
היינט דינסטאג צופרי האט נח שטיינבערג באגאסן מיט א קותין של שופכים דעם גבעת שאול'ער בעל תשובה י"צ יוזעף ער האט איהם געשריגן: 'אנשטאט צו רודפ'ן די בחורים זאלן ענק ענדערש אינזין האבן צו ברענגען געהאלט פאר די אויסגעהונגערטע כלי קודש וועלכע האבן שוין גאנצע 5 חודשים נישט געקריגן זייער געהאלט'!
י"צ יוזעף האט כדרכו צוריקגעשריגן מיט א טוץ קללות: 'דו ליידיגייער דו רעדסט נעמסט דיך אן פאר די בחורים, ביז נאך באליידיגט אז דער רב האט דיך באזייטיגט און גענומען פאר יועץ יצחק ווייס?
נח שטיינבערג איז נישט שולדיג געבליבן ער האט איהם געשריגן הויעך ברבים: 'איך וואונטש דיר זאלסט האבן עלטערע בחורים און זאלסט זעהן וויאזוי מ'רודפט זיי די יארן אן קיין רחמנות און אן קיין שום ציהל'...
דער י"צ יוזעף וועלכער איז מסוכן ווען די בלוט גייט איהם ארויף, האט געוואלט אויפהייבן א טיש און דאס ווארפן אויף נח שטיינבערג נאר אדאנק פרעמדע צוקוקער'ס וואס האבן אפגעטיילט איז דאס פארמיטן געווארן, ס'איז שיעור נישט נאכמאל געפלויגן אפאר ציינער אזויווי יו"ט סוכות.