יעס.. כמיין די ליידסט אויף די מחלה וואס נחום רז"ב ליידט
און לאו דווקא די נאר די מערהייט פון די זאלי ציבור איז נעבעך טיף געשלאגן דערמיט ווער סוויל זיך איבער צייגן זאל זיך דרייען אביסל אין זייער מנוולישן קינדער בלאג (נישט אוף מיין אחריות כזאג פאראויס ס'פיל מיט ניבול פה)
מדארף שיקן אינאיינעם מיטן כאזער נחום!!
נשלח ב-14/10/2009 06:03
בלעקבערי! איך זעה אז די ביסט א מבין..די האסט שארפע אויגען...
נשלח ב-14/10/2009 06:16
אז מהאט נישט וואס צו ענטפערן בלייבט מען שטיל!!
פארשטאנען??
ווען איך בין אריינגעקומען אין ביהמ"ד שמיני עצרת ביינאכט האב איך באשלאסן דאס מאל זיך נישט צו שטעלן אויף די פארענטשעס. כפי זכרוני פון די פריערדיגע יארן איז שמיני עצרת נישט אזוי געשטופט אונטן, און נאך אלעם טאנצט זיך לעבעדיגער אויף דער ערד וואו דאס פלאץ איז בעסער אויסגעשטעלט צו ארבעטן ווי אויבן. אוי האב איך טייער באצאלט פאר דעם טעות.
ווי ס'האט זיך מיר ארויסגעשטעלט למפרע איז היי יאר געווען א גרעסערער עולם ווי די פארגאנגענע יארן, לויט וויפיל איך האב געקענט דערגיין האבן מער און מער מענטשן זיך אנגעהויבן צוריק צו געוויינען צום טעם פון ריכטיגע הקפות, און דאס האט מיר היי יאר געקאסט צוויי קנעפלעך, און דאס שטיין גראד ביי די זעקסטע הקפה שמיני עצרת... ס'האט זיך אבער שוין איינמאל געלוינט!
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו מעריב בשעת דאס ביהמ"ד פילט זיך צוביסלעך אן. ס'דערקענט זיך אז דער רבי איז עטוואס אפגעשוואכט פון דער עבודת הקודש במשך די לעצטע פיר און צוואנציג שעה, וואס זעט זיך בעיקר אן ביי בואי בשלום ווען דער רבי האט נישט געטאנצן מיט דער זעלבער התלהבות ווי א געווענליכע וואך. מיינע שכנים האבן זיך שטילערהייט געזארגט צו די הקפות וועלן נישט ארויסקומען נא ומבושל.
זיי האבן נישט געברויכט צו לאנג ווארטן 'אנטוישט' צו ווערן. דער פייערדיגער "אתה הראית" האט אריינגעפירט דעם גאנצן ציבור אין א העכערע ספערע, פון וואו מ'וועט זיך נישט ארויסזען פאר די קומענדיגע אכט און פערציג שעה, מיט א שמיץ אריבער.
ס'איז מיר א שאד אויף די מידע פינגער צו שילדערן דעם געהויבענעם און געשמאקן טעם פון די הייליגע שעה'ן. ווער ס'איז נישט דארט געווען וועט עס במילא נישט פארשטיין. ס'איז געווען פריידיג צו זען חסידים ואנשי מעשה, זקנים עם נערים, ווי זיי שפירן מיט די שמחת התורה.
ס'האט דערמאנט דאס באקאנטע חסיד'יש ווארט איבער יענעם וואס פרייט זיך מיט זיין ברודער'ס שמחת התורה, און דאס האט זיך באשיינפערליך אנגעזען אויף אלע טויזנטער אנוועזנדע ווי די שמחה עילאה פון דעם גברא רבא און די געגועין וכיסופין זיינע צו די תורה הק' דרינגט דורך אלע רמ"ח אברים מיט דער שמחת התורה. אזא אמת'ע שמחה קען מען נישט קאפירן אדער נאכמאכן, בלויז ווער עס זעט און שפירט אויפן פלאץ די געוואלדיגע טיפע פרייד ווערט דערפון אנגעשטעקט עד כלות הנפש.
דער קלימאקס איז ווי געווענליך געווען ביי די זעקסטע הקפה. ס'איז נישטא דער פעדער וואס קען אראפמאלן דעם רוישיגן געפיל צו זיין א טייל פון קנאפע פינף טויזנט אידן בליעה"ר - די וועלכע האבן באוויזן אנצוקומען אינעווייניג - וועמענ'ס הערצער און פיסעלעך רייסן זיך ארויף אין איין הילכיגן געזאנג פון "אנן בעינן למיהוי קמי מלכא" ווי דער הייליגער יטב לב איז מסביר דאס טאנצן ביי די הקפות [און וואס געוויסע אומוויסנדע עמי הארצים באצייכענען, כפי השמועה, אלס 'הוללות'].
דעם טיש ביינאכט האב איך נישט געהאט קיין כח מיטצוהאלטן, דאס ביסל וואס איז נאך געבליבן אין די פוס מוסקלען האב איך געדארפט אוועקלייגן פאר די קומענדיגע הקפות. און כ'האב נאך ביז יעצט נישט געהאט די צייט צו קענען הערן וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען, על כן יהי' נא בעיניכם כאילו הייתי פורטם.
המשך יבא בע"ה
תוקן על ידי - געגאנגען - 14/10/2009 23:36:51
נשלח ב-14/10/2009 23:30
איין פוינט וועלכע דער עולם האט פארגעסן צו רעדן דערפון.
איך געדענק אין מיינע אינגערע יארן אלץ בחור/ אינגל אין ראדני, ווי איך פלעג שטיין אויף די פארענטשעס מיט מיינע חבירים.
היי יאר האב איך געברענגט מיין אינגל נ"י אזוי ווי אלע יארן, צו קענען זעהן די הייליגע עבודה פונעם רבי'ן שליט"א, און שעפן דערפון יראת שמים אויף אגאנץ יאר. אבער היי יאר צו מיין אנטוישונג, האב איך געזעהן אז וויפיל איך וועל נאר וועלן, וועט ער נישט האבן קיין פלאץ אויפן פארענטשעס. בלית ברירה האב איך געלייגט אינטן ביי די רינג. אבער נאך די הקדמה האב איך געזעהן אז הילד אינני, פשוט פון די גרויס געדרענג איז ער ערגעץ ווי אוועקגעשטיפט געווארן, האב איך אים אהיים געשיקט.
ווער וואלט זיך געגלייבט אז אין אזא ביהמ"ד ווי הופער זאל נישט זיין קיין פלאץ פאר קינדער אויף די פארענטשעס.
וואס ווילסטו?
א ריכטיגע תלמיד המחכים את רבו (מיילך שטערן)
עפעס גוטע מידות מעג ער זיך אפלערנען פון זיין רבי.
ווי למשל:
ניבול פה
שקר
רעדן אויף אלע גדולי ישראל
יעצט קומט די תירוץ חלה דעקל?
תוקן על ידי NOYOUCANT ב- 14/10/2009 23:37:05
נשלח ב-15/10/2009 04:26
#4
די נאכט פון שמחת תורה הייבט זיך אן אין סאטמאר מיטן געזעגענען פון די סוכה שמיני עצרת פארנאכטס. היי יאר איז עס נאך געווען ס"ג אויך, וואס האט צוגעגעבן א ספעציעלן חן צום געהויבענעם מעמד.
אינדערצייט וואס די 'קליינע' סוכה איז געווען איבערגעפולט עד אפס מקום, אזש ווער ס'איז אנגעקומען ווען מ'האט שוין אנגעהויבן זמירות האט זיך נאר געקענט אריינשטופן אונטער די ברענטשעס צו הערן די פייערדיגע דברות קודש און די מורא'דיגע ברכות וואס כ"ק רבינו שליט"א האט געשאטן בשפע, איז גלייכצייטיג דער גרויסער ביהמ"ד געווארן אנגעפולט פון עלטערן וועלכע זענען געקומען מיט זייערע קינדער כאפן א פלאץ פאר די הערליכע "קינדער הקפות", און קעגנאיבער אין בנין הילמאן האבן זיך געשטעלט מנינים מעריב/שנעלע הקפות אין יעדן ווינקל. טויזנטער אנדערע זענען ארומגעגאנגען איבער די שטאט אריינכאפן הקפות פון אנדערע רבנים און רביים בעפארן אפעסן די סעודה אין איילעניש און צוריקקומען אין ביהמ"ד צו די גרויסע הקפות.
כ"ק רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו מעריב פריער ווי געווענליך, אבער דערנאך ארויס זיך צוצוגרייטן פאר די הייליגע הקפות. כחצות הלילה האט דער שאגת ארי פון "אתה הראית" דערגרייכט אין אלע ווינקלען פון ביהמ"ד, און דער פלייסיגער שטראם האט אנגעהאלטן פאר די קומענדיגע אנדערטהאלבן שעה וואס האט נישט אויפגעהערט צו פליסן פון אלע זייטן ביהמ"ד.
כמעשהו בראשונה פעלט נישט אויס איבערצוחזר'ן די געהויבענע געפילן פון סאטמארע חסידים, די טרערן פון פרייד, און ספעציעל דער אויסטערלישער התעוררות ווען טויזנטער בלי שום גוזמא האבן געהאט די זכי' צו הערן די דברות קודש פון כ"ק רבינו שליט"א ביי די הקדמה (כ'געדענק בערך די ווערטער פון רבי'ן, אבער נישט זיכער פונקטליך וואס געזאגט ביינאכט און וואס צופרי, כ'וועל פרובירן צו מאכן א תמצית ביים סוף).
במשך די הקפות דורך די נאכט איז ווי געווענליך דער ביהמ"ד עטוואס ליידיגער געווארן [דהיינו, אנשטאט 4 טויזנט איז געווען בערך 3 טויזנט... בליעה"ר], אבער ביי די זעקסטע הקפה וואס איז אפגעראכטן געווארן ארום 4:30 פארטאגס האט זיך דער ביהמ"ד ווידער איבערגעפולט פון די מידע אפגעמוטשעטע חסידים וועלכע האבן זיך פארט נישט געקענט פארגינען צו פארפאסן אפילו איין מינוט פון דעם געוואלדיגן התרגשות און פייערדיגן קאך וואס שטעלט מיט זיך פאר די "זעקסטע הקפה אין סאטמאר".
א ספעציעלע איבערראשונג האט אפגעווארט די טויזנטער וועלכע זענען געבליבן ביי די זיבעטע הקפה - ווער ס'איז שוין אמאל געווען אין סאטמאר ביי די זיבעטע הקפה ווייסט אז דער ניגון ברענגט אייביג א צוזאמענשטויס צווישן די חסידים מיטן רבי'ן. כ'געדענק נאך יאר איין יאר אויס ביי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ווען מ'האט כסדר געדארפט אפשטעלן דעם ניגון ווייל דורכ'ן טאנצן האט מען אנגעהויבן זינגען אין א צו שנעלן ריטם מיט וואס דער רבי האט נישט געקענט מיטהאלטן. אויך ביי כ"ק רבינו שליט"א האט מען יעדעס יאר געדארפט כסדר אפשטעלן ביי די זיבעטע הקפה אז דער ריטם זאל נישט זיין צו שנעל פארן רבי'ן. ספעציעל ווען מ'נעמט אין באטראכט אז זיי זענען שוין געווען גוט אויסגעמוטשעט ביים סוף פון די הקפות און נישט געקענט נאכיאגן דעם שנעלן ריטם.
היי יאר האט כ"ק רבינו שליט"א אינמיטן די זיבעטע הקפה זיך צעקאכט מיט אן אש קודש - בשעת די משוררים האבן פארצווייפלטע ווידער אנגעהויבן פארשטאטערן דעם ריטם - אויפגעהויבן די ספר תורה אין דער הייך [עטוואס ענליך צום וועג ווי מ'מאכט די נענועים ביי די זעקסטע הקפה צופרי], און אנגעהויבן לויפן ארום דעם ריזיגן היכל הביהמ"ד, רץ כצבי וגבור כארי, אזוי מיטן שנעלן ריטם וואס דער עולם האט געזינגען. דער טויזנט קעפיגער ציבור איז פארכאפט געווארן מיט עקסטאז און התלהבות און די ריקודים זענען דערגאנגען עד לב השמים.
[די וועלכע זענען פארבליבן האבן יעצט געהאט א שטיקל נקמה אין די אנדערע טויזנטער וועלכע האבן פארלאזט דעם היכל נאך די זעקסטע הקפה... און האבן דאדורך פארפאסט דעם אויסטערלישן מאמענט, וועלכער וועט נישט ארויסגיין פון זכרון ביי די אלע וועלכע האבן עס בייגעוואוינט.]
נאך די הקפות האט מען זיך צוגעאיילט מיטן ליינען ווייל מ'האט זיך געדארפט יאגן צו קענען ענדיגן די סעודה בעפאר דעם עלות (פאריאר האט מען קוים אנגעיאגט זיך צו וואשן ווען מ'האט געענדיגט קנאפע צען מינוט צום עלות), אבער דער גאנץ קליינער עולם וואס איז געבליבן ביים ליינען איז ווידער נתרגש געווארן בשעת ווען כ"ק רבינו שליט"א האט עולה געווען לתורה, און געמאכט די ברכה "אשר בחר בנו" מיט הארצרייסנדע בכיות. ס'האט זיך געשפירט אין דער לופטן די ריכטיגע חשקות און גלוסט פון דעם גאון עולם צו די תורה הק'. די איינע ברכה האט ווי סומעריריזט די גאנצע ביז יעצטיגע עבודה וואס אלעס צילט נאר צום "אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו".
המשך יבא בע"ה
[נ.ב.
וזאת למודעי. ס'קען זיך אפשר דוכטן ווי כ'טרייב איבער מיטן שרייבן כסדר טויזנטער אהער טויזנטער אהין. דער טרוקענער מציאות איז געווען אז דער ריזן ציבור וואס האט זיך באטייליגט בליעה"ר האט בע"ה איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען, און יא, כ'האלט אז ס'איז וויכטיג ארויסצוברענגען דעם כמות און איכות פון ריבוי אוכלוסי ישראל בלעה"ר]