| נשלח ב-12/10/2009 22:51 |
|
| |
ראדני סוכות תש"ע
דעם יום סוכות העעל"ט איז ראדני געווען א בית הקברות, פיזיש און גייסטיש.
פיזיש:
דאס גאנצע שול איז געווען אויסגעקלעפט מיט ווילדע צעדרייטע און צעהיצטע פלאקאטן איבער פאלאק'ס לאט.
ריזיגע ליילעכער האבן מקבל פנים געווען די גרויסע געסט מיט די נייעס פון די "בית הקברות" שע"י הזאלי קאמפאני.
עס איז געווען א געשמאק אריינצוגיין דארט, און זעהן די "בית הקברות" אראפשרייען פון אלע ווענט.
גייסטיש:
איז דארט געווען פוסט און לער און דעמאראליזירט אז ס'איז פשוט א רחמנות.
די אפגעריסענע "לוח המודעות" וואס ראצפערד וואלט זיך געשעמט דערמיט, האט דארט געהאנגען אויף כח.
די מודעות האבן מודיע געווען, צווישן איבריגן, אז:
* יעדע עידזש איז צוגעגרייט באזונדערע פלאץ אויף די "סטעידזשעס" אדער פלאטפארמערס
* ס'וועט פארן באסעס אויפנעמען מענטשן הושענה רבה קיין ראדני בית הקברות - הין און צוריק
* א גאנצע פעידזש איבער די "נעילת החג" צערעמאניע
* ס'וועט זיין קאלטע געטראנקען א גאנצע צייט ביי די הקפות
* מ'וועט טיילן הקפות'לעך מיט הושענה' זאגערס אבי די "חסידים" זאלן שוין אמאל קומען.
פאפא מיט ראצפערד האבן זיך קיינמאל נישט משפיל געווען צו אזא סטופיד שפלות - און מיט דעם אלע איז דארט געווען בזיונות נוראות.
איך האב צו באקומען בילדער פון די לוח המודעות
און פון די "מעכטיגע "ראדני בית הקברות" אויסשטעל.
ווער עס האט האט בילדער, איז מכובד ארויפצושטעלן.
א דאנק
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 19/10/2009 7:19:46
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 23:00 |
|
| |
די קינדער מיט די קארפען קעפ, בראש פינעם נורסערי מלמד א' דאקאהל - דער יעצטיגער פאראפאגאנדע פירער, האבען זיך נישט אפעגשטלעט ביי דעם
דעם TOLL FREE 800 נומבער, פאר'ן וועד האש''ל
אין די ריזיגע סיין'ס אויף די דרויסענדע ווענט פין ביהמ''ד צו באגריסען די ''טויזענטער'' געסט
די מעכטיגע ''בחצרות קדשינו'' לוח וואס מ'האט ארויסגעגבן אז יעדער זאל וויסען די פינקטליכע זמנים פין ''אלע הקפות''
וכו'
עס פארציילט מיך איינער, אז רז''ל האט אנגערופן יחזקאל בראך פין ב''פ, ער זאל ספאנסערן די טיקעטס, פאר די ירושלימער ישיבה קטנה בחורים, {קעסטענבוים (וועלכע פלעגט אמאל צאלען) צאלט היינט נאר פאר וועם ס'דאווענט אין ''זיין'' בעטלאנער שול דמשק '''אליעזר'''}
האט אים בראך גענטפערט: קודם צאל טיקעטס פאר די יודען פין קליימער נאכדעם וועט מען רעדן פין ירושלים.......
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 23:23 |
|
| |
I Wish מיך וואלט אזוי אינטערעסירט יעדן דיטעיל פון הופפער...
לויט ווי ס'זעהט אויס איז יעדעס מאל וואס מ'שרייט ביי הופפער הקפות הוווייי! זאגט מען זיך איינעם דעם צווייטן ''א נקמה אין זאולי-משה גבאי.....''
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 23:43 |
|
| |
דער ליידאק מיט זיין דורכפאל
די דערמאלעזאציע איז דארט אין לשער,
די סטעיזש'ס מיט אלע אנדערע פעולות וואס זאל אויפנעמן ווי מער פלאץ, איז די זשאוק אין שטאט
יעדער ווארפט די שילד אויפן צווייטען,
דאסקאהל האט דאך ציגעזאגט, אז דאס מאל גייט נישט זיין קיין לעכער אין כאטש די סטעיזשעס וועלן זיין פיל.
ביי אלע דריי הקפות האט מען אויסגעשטעלט דעם שול א צווייטע וועג, אין פראבירט זייער מזל, ווייל שוין ביי שמיני עצרת הקפות האט דארט אויסגעבראכען א ווילדע אטאקע דורך רז''ל אליין'ס, ''מחוצפים הללות'' מ'טאר נישט טאנצען ארויף אין אראפ ביי די זעקסטע הקפה..... אשרי עין ראתה!
שמחת תורה איז אויף מזרח געווען אריינגערוקט די פארענטשעס/סטעיזשעס ביז נאך די 2 טשילאר'ס..... ווייל שמיני עצרת זענען די פארענטשעס געווען ''דורכזייכטיגע'' אזווי ביי די פרייטוג צו נאכטס טישען!
ביי גשם האט מען ספעציעל געלאזט די הויכע סטעיזשעס אין שול, כדי ס'זאל אויפנעמן ווי מער פלאץ, זעהט אויס אז די ברייטע דורכגענג נאך יעדע 4/5 זיצען שנייד נישט גענג פאלץ!
דאס אריינרוקען די סטעיזשעס אין די ''3'' שטאקיגע פארענטשעס (פין דרום אין צפון) ביז פאר די ווייבער שול, האט געמאכט אז די רינג איז געווען ממש כמעט נאר ארום די באלעמער אזש כ'ווינדער מיך וויפיל טיילנאל רז''ל האט געדארפט נעמען ער זאל נישט ווערן דיזי פין אזא רינגע ראנגע ראזי געלויפעכץ.
א פאפא'נער זאלי האט זיך אויסגעדריקט, ''קוק! מיר זענען שוין טאקע גרעסער ווי סאטמער''
די דערפרעסקייט האט זיך אויך אנגעזעהן מוצאי יו''ט ביים פיקטשער טיש, ווי די 550 זיצען (5 רייעס אויף ביידע זייטען = 10, פין 5 בענק וואס יעדע באנק האט 11 זיצען (ער נישט די אלטע בענק פין ראדני, וועלכע זענען געווען צו ''גרויס אין ראדני'') = 55 זיצען אין יעדע רייע, =550 זיצען) זענען קוים אנגעפילט געווארען, די מזרח פארענטש האבען נאר געמעגט שטיין די קינדער, אין די 2 זייטן זענען אויך גאנץ שיטער געווען מיט דפערעסטע בחורים, ווען אין די בעקראנד הערט מען ''אהרן הופער אהרן הופער אהרן'' כו'
אויב גייט עס ווייטער אזוי, דאן גייט ''אלעס ציריק צום אלטען''
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2009 23:57 |
|
| |
אדורך גייענדיג די סוכה ביי נעילת החג. הער איך ווי א זאלי/בני יואל זאגט פאר זיין איידעם- יעצט זאגט די רבי תורה, עס איז נישט אינטערסאנט, איך כאפ אינצווישן א ציגרעטל, שיק מיר א טעקסט ווען ער ענדיגט...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 00:06 |
|
| |
מענין לענין באותו ענין
א טאטע לויפט נאכען זמן מיט זיין אינגל צו ר' זלמן לייב'ס נעילת החג טיש און דער אינגעל רעגט זיך און ער פרעגט זיין טאטע. טאטי פארוואס מיז איך גיין דארט איך וויל מיך ליבערשט שפילען אינדערהיים, און דער טאטע ענטפערט אים, מען מיז גיין ווייל אזוי וועסטו אריינגיין אין די גורל פון אלע קינדער וואס גייען צו די טיש
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 00:23 |
|
| |
ברוינפען!...יעצט האסטי באמת ארויס געברענקט דיין נייטראלקייט....
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 00:24 |
|
| |
יונהלע...פארוואס פארגינסטי אינז נישט?..אבי מיר האבען שוין א בית הקברות...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 00:46 |
|
| |
וואס קרענקט זיי?
שטעלט ענק פאר :
פאר 10 יאר ציריק, האט דער משתמש געברענגט קיין וומ''ס א נידריגע ליידאק פין ירושלים, אין אים אויפגענומען פאר רב........
אין מ'האט פארשיקט פין גרויסען ביהמ''ד יעדע נארמאלער מענטש, אלע סאטמערע חסידים,
טייל האט מען ארויסגעטראגען, טייל האט מען פאשיקט דורך אריינברענגן דעם ליידאק מיט שלעגערס אין מנוולים אין נידריגע מענטשן אלטע בחורים אין גרושים צו פירן אין שרייען אין שול, וכו'
ביז דער ליידאק האט ארויסגעווארפען דעם ראה''ק בכח הזרוע, אין אים ארויסגעשטויסען פין די ראדני אפיס,
זענען די ראה''ק געגאנגען אין גערופן דעם ליידיג אין זיינע שליחים לגניבה צו ''די''ת'' ווי די הלכה פארלאנגט.
אין פארשטייט זיך אז ער בשו''א נישט געוואלט קומען,
איז קהל געגאנגען אין בלית ברירה גערופן די גזלנים אין קארט ''ברשות בי''ד'' כדי צו צווינגען די כת צו קומען צו די''ת, אין ווען דער ריכטער האט געפרעגט פינעם כת פארוואס זיי ווילן נישט די''ת האבען זיי גענפערט {עס איז דאן געווען די ערשטע מאל, היינט צו טאגס האבען זיי שוין גענטפערט אין בג''ץ אין און ב''פ וכו' בערך די זעלבע לשון} ''מיר ווילן די קארט זאל פסקנ'ן...... '' מיר ווילן נישט קיין בית דין''
ציליב דעם האט מען ברשות בי''ד געפענט א געהעריגע קעיס אין געריכט,
האבען די גזלנים אנגהויבן צו טענ'ן אז דאס א רעליגיעזע אישו אין די קארט טאר זיך אריינמישען, {דעמאלטס פארוואס גייען זיי נישט צו די''ת כאטש??), אין קארט האט זיי נאכגעגבן,
אין ''אלעס איז געבליבן ביים אלטן''
(א פסק וואס זיי זעהן היינט אז עס גארנישט אזוי גיט פאר זיי, ביה''ח אין ב''פ יוכיח, ספעציעל אז זיי קענען נישט באקומען קיין פערמיטס אין קיין מארגעזשעס אויף קיין איין בנין וואס באלאנגט פאר קהל יטב לב)
למעשה היינט צו טאגס, זיצען זיי בגניבה אין די בנינים פין קהל יטב לב, אין די פיליעריגע סאטמערע חסידים האבען געמיזט בויען א נייע {טאקע א גרעסערע} ביהמ''ד (אזווי די ארטארדאקסן האבען געמיזט טוען, ווען די נעלאגען האבען איבערגענועמן די מאכט אין רוב בתי מדרשים אין אונגערן)
איז אזוי: די בית המדרש אויף ראדני, וואס איז שוין אין אינזערע צייטען געווען לאנג אויסגעוואקסען, אזש מ'האט שוין אנגעהויבען צו בויען א נייע בית מדרש, קען ער ניטמאל אנפילן האלב דערפון אפי' ביי הקפות (ווער עס געדענקט די הקפות ביי רבינו בעל ב''מ ז''ל פלעגן די מעריב פארענטשעס זיין אין פאליש, אין דרום אין צפון איז געווען ביזען וואנט, אין מזרח איז געווען כמעט ביז'ן ארון קדוש, אין מ'איז געווען צידריקט פינקט ווי ביי די הקפות אין גרויסען סאטמאר ביהמ''ד אויף הופער)
אין פילט אן די וואנט מיט שענק, מאכט ברייטער די פוילען (אין די זעלבע צייט וואס מ'האט אין ביהמ''ד אין ק''י אפגעשיילט די פוילען) מ'לייגט צו דורכגענג נאך יעדע 4/5 זיצען, אין מ'ברענגט אריין טישען אין ביהמ''ד, וכו'י וכו' אין די בושות אין לשער.
די זעלבע זאך טוט ער ביים פיקטשער טיש, אין ''נייעם ביהמ''ד'', ווען ער ריקט די פארענטשעס נאר ביז די גאלערייען, אין רוב היכל ווערט פארנועמן דורכ'ן ריזיגען לאנגען-16 פיסיגע ברייטע טיש, אין פראבירט אויפצונמען ווי מער פלאץ, אין האפענטליך וועט כאטש דער פיקטשער געלונגען.
יעדער פארשטייט אז דאס איז דער גרעסטער סעמפל פין א ''לוזער'', ער גנב'ט אין ער האט נישט וואס צו טוהן דערמיט
פינקט ווי ווען א גוי גנב'ט א פאר תפילין, אדער ווען א ע''ה גנב'ט א ש''ס, אין ווען א פרוי גנב'ט א מענערישע רעקל.
דאס ברענגט אז יעדער מענטש קוקט אים אן אזוי נידריגע אין ביליג,
ספעציעל אז דער עולם מיט וועם ער טאנץט הקפות איז פין אזא נידריגע אין ביליגע סארט, (די פאר ערעסטע וואס ער האט לויפן צו פרידמאן/פילאפ/וכו'), כמעט קיין עלטערע מענטש צו געפינען, אין וואס יא, האבען אויף זיך רעקארדס פין......
די בזינות האט נישט קיין טרייסטען!
אבער, רז''ל ס'דא א וועג ציריק, שטעל דיך צו ''דין תורה'' אין בעט איבער די אלע יודן וואס לעבן נאך, אין די וואס זענען שוין בעלמא דקשוט,
בעט איבער דיין הייליגען טאטען, בעט איבער דיינע ברודער אין שוועסטער, הער דיך אויף צו חבר'ן צו הולכים בערכעות, מוסרים, מנוולים וכו'י אין הקב''ה וועט אננעמן דיין תשובה.
תוקן על ידי rebyankel ב- 13/10/2009 0:49:47
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 01:02 |
|
| |
YESWECAN
איך בין נייטראל, אמאל אמאל א גוט ווארט שאט נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 01:04 |
|
| |
אזוי נייטראל ווי חיים יהושע?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 01:07 |
|
| |
נייטראל אז איך בין א חסיד פון מיין רבי, אבער א גוט ווארט קען איך אננעמען אויף ביידע רבי'ס אפילו א קליינע טשעפעלע
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 02:26 |
|
| |
זיצנדיג אין קראלע'ר מקוה שמח"ת צופרי, הער איך ווי עפעס א 50 יעריגער זאלי [לייען: שונא] וואס ווייסט נישט אז מ'טאר נישט אלעס זאגן הויעך... רופט זיך אזוי אן צו א אינגערמאן דארט (אויך א זאלי): איך בין געווען נעכטן ביי ביידע הקפות, למעשה זעה איך אז דער אהרן האט א היבש גרעסערן עולם.. הא?.. , דער אינגערמאן איז אודאי נישט שטיל געבליבן, און געענטפערט ווי א זאלי... הערט זיין ענטפער: נאך א מזל! ס'טאר נישט זיין קיין צו גרויסער עולם, ווייל ווען די רבי'ס האבן צו פיל מענטשן, שמייסן זיי.
ודברי פי חכם חן. (דאס איז טייטש א זאלי!)
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 03:48 |
|
| |
ס'איז טאקע זייער נישט גוט דער מצב אבער מכל מקום, מיט די אלע פראבלעמען איז נאך אלס בעסער ווי אין די צייטן ווען מ'האט פון די הויכע פענסטער יעדן ערליכן יוד גערודפ'ט און אויף אסאך אידישע קינדער געהייסן ווארפן שטיינער. לפי פקודת האדמו"ר הידוע וועלכער האט גע'דרשנ'ט אז מ'דארף שרייען כוהנים ארויס און פאר'ן קאשויער רב ז"ל עפרא לפומי' וכו'.
היינט צו טאג קומען זיך אלע חסידים צוזאמען אויף א דעמאקראטישן אופן סיי אין ראדני, סיי אין הופער, יעדער ברענגט זיך זיינע חסידים. נאר זיי פארגעסען וואס דער הייליגער דברי חיים ז"ל האט געזאגט אויף די היינטיגע רעביס ווי ס'ווערט געברענגט אין די השמטות אויף פרשת ויקהל.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 15:24 |
|
| |
למעשה, ווער האט ראדני?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2009 15:35 |
|
| |
יא! די זאליבאנער האבן פארכאפט די מאכט און ראדני!
ע''כ איז וואס? וואופול געלט האט דאס אפגעקאסט פאר די זאלי קאמפאני 6 מעלוינעס? איז עס ווערט געווען? וע''כ וואלט דען נישט בעסער געווען ווען די זאליס לאזען דעם אלטען ראדני שוהל פאר די וואס קענען עס אנפילען? און דער זלמניו זאל בלייבען און סיגוט ב''פ,? עס לוינט זיך טאקע פאר יעדע שמחת תורה צו צאהלען שווערע געלטער פאר אונשענירען און ארכיטעקטען אז זיי זאלען פארקלענערן דעם ביהמ''ד ביז צו א מאקסמום?
או.. שיעור פארגעסען..... אוי ... יא! ווער האט דעם בית החיים?
|
|
|
|
|