איך האב היינט רוב טאג פארברענגט אונטערוועגנס און צווישן מיינע ביזנעס טירדות אביסל מיטגעהאלטן דורך מיין קליינטשיק בלעקבערי וואס עס טוט זיך אויפן פארק.
וואס זאל איך ענק זאגן, דער זעליג כהן, דוד46, יעסוויקען, שרייבן תגובות און דער בעקער רבי יונה איז כסדר ביזי מיט מעקן, ווייל ער קען נעבעך נישט צוזען וואס זיי שרייבן.
א קלאסישער משל פארן בת היענה פון היינטיגע צייטן...
און צו די אויבנדערמאנטע שרייבער זאג איך: עטס זעטס נישט וויאזוי דער רבי יונה איז א ריכטיגער "חלה דעקל" חסיד, אשאד אזוי שווער צו ארבעטן. אין א "חלה דעקל" קאפ קען מען נישט אריינלייגן קיין שכל.
לאז דעם רבי יונה זיך אויסגעבן זיין כעס ווילאנג ער קען נאך...