בית פורומים אחים אנחנו

ליסטיג אין לעבעדיג אין מאנרא ביי דו רעבעצין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/10/2009 05:00 לינק ישיר 
ליסטיג אין לעבעדיג אין מאנרא ביי דו רעבעצין

עס איז דא דארט אן אנלויפעניש פון פאליס פון דו גאנצע געגענט ווי איך הער האט מען געוואלט מעכן א סעפטיק סוער אין ווי נאר דו בחורים האבן דאס געזען זענען זיי ציווילדעוועט געווארן

ווער עס האט מער פרטים זאל ביטע מעלדן



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 17:07 לינק ישיר 

מ'דארף נישט מאכן דערפון קיין איבערגעטריבענע סטעיטמענטס.

ס'איז דאך בין הזמנים און דער צדיק ר' דוד בן פעסיל האט געוואלט האבן א שמחת הנפש דעם יום טוב, האט ער באפוילן זיין אדיוטאנט וויינשטאק צו פראבירן פארשפארן דעם בית המדרש.
אזוי ווי ס'האט זיי נישט געלונגען צו פארשפארן דורך אפהאקן די עלעקטיריק און די וואסער האבן זיי פארשפארט די סוער פייפס וואס לויפ אדורך דעם גרויסן בית מדרש.
זאגט דאך די תורה אין פרשת שמות אז די אידישע קינדער קען מען נישט אינטערברענגען דורך טעראר, ווי יעדעס קינד ווייס אז טראץ די רדיפות פון פרעה מיט זיינע יועצים האבן פראבירט צו אפהאלטן די אידן פון זיך פארמערן, האט השי"ת זיי געהאלפן אז די מצריים האבן דאס נישט באוויזן ווייל "כי חיות הנה" זאגט רש"י נמשלו לחיות. אזוי גייט דאס ווייטער דורי דורות, פרעה און נבוכדנצר און היטלער און סטאלין. זיי האבן גהאט א גרויסע שמחת הנפש צו רודפ'ן די אידן אבער זיי האבן נישט מצליח געוועהן אינטער ברענגען די ערליכע אידן. מ'האט זיך געהאלטן מיט מסירות נפש.
ר' דוד בן פעסיל וויל נישט וויסן אז ער וועט קיינמאל נישט מנצח זיין די מסירות נפש אידן וועלכע וועלן זיך בלית ברירה בדוחק אויך באגיין אפילו זיי האבן נישט קיין עלעקטריק און וואסער פון סינק. מ'וועט ברענגען וואסער מיט די האנד פון דערהיים. און אין רעבינס בית מדרש וועט מען בשום אופן נישט מבטל זיין די מקום תפילה וואס גייט שוין אן איבער 30 יאהר בהצלחה. וכאשר יענו אותו, כן ירבה וכן יפרוץ.
אויך יעצט ווען מ'האט פארשפארט די סוער פייפס, האט מען אריינגעלייגט א פראפיזארישע סעפטיק טאנק ביז די פערמוט וועט ווערן באשטעטיגט.
נאר אזוי ווי צו ברענגען א טראקטאר איז געוועהן א פראבלעם דורך דעם וויינשטאק יונג. האט מען זיך א עצה געגעבן צו גראבן מיט די הענד.
ווי פארשטייט זיך זענען קינדער נייגעריג צו זעהן ווי אידן שטייען און גרובן מיט זייערע הענד א גריב וואס בדרך העולם איז דאס היינט נישט איינגעפירט. ובפרט אז עקשטיין האט געשיקט וויינשטאק דאס צו שטערן פאר יעדן פרייז, איז דארט געוועהן א אנלויפעניש פון אינגע בחורים'לעך. אבער די פאליציי פון מאנרוי מיט די סטעיט טרופערס האבן דארט געהיטן אגאנצע נאכט ביז די ארבעט איז געווארן פארענדיגט.

אבער דער וויינשטאק האט דאך געמוזט עפעס דעליווערן פאר זיין אויבערהאר עקשטיין, האט ער מיט די קאר פארבלאקט דעם וועג ווי מ'קען ארום פאהרן דעם בימד"ר פון רביה"ק זי"ע.
אבער דער עולם האט זיך געפארקט אין גרויסן פארקינג און געקומען צופוס דאווענען ווי געווענליך.

איין זאך ווינדערט מיך נאר:
האט ר' דוד עקשטיין פארגעסן די ביטערע צרה וואס האט באטראפן 3 משפחות אין קרית יואל תיכף נאכדעם וואס ער האט געטוהן אזא ענליכע מעשה נבלה.

מעשה שהי' בחודש אדר שנת תשמ"ה האט דוד עקשטיין פארשפארט א קליינע בית מדרש אויף קענעדי קארט ווי דער אלטער שארמאשער רב ז"ל האט געוואוינט. דער בימד"ר פלעגט באמת נישט האבן קיין מנינים און די וואכן טעג צו שחרית, אבער שבת ויו"ט איז דאס געוועהן בקביעות.

ליידער ליידער זענען 3 גרויסע ערליכע פיינע משפחות פון קליינע קינדער געבליבן יענעם פאלגענדען יאהר אהנע מאמע אינדערהיים. ווי מיר געדענקען די תקיעת שופר דרשה פון בעל ברך משה ז"ל בראש השנה תשמ"ו, ווי ער הכאט מזכיר געוועהן אז מ'זאל איינרייסן רחמים פאר די 3 משפחות מיט קליינע קינדער אין קרית יואל ווי די מאמע ליגט נעבעך על ערש דוי אין שפיטאל. 
ער האט געזאגט דעם משל אז א אידישע שטוב איז דאך צוגעגלעכענט צו א בית מקדש מעט, ממילא אויב חלילה איז די מאמע נישט אינדערהיים איז דאס דומה צו א בית המקדש שנחרב. 

דאמאלט האט מען געזאגט אז ס'איז ליידער א עונש פאר'ן צושפארן א בית מקדש מעט.

יעצט אז ס'איז ברוך השם דא א בית המדרש ווי רבינו הקדוש זי"ע האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטע 3 יאהר רוב שבתים וימים טובים, לעצטן יאהר פסח, 2 מאהל שבועות, לעצטן יאהר גאנץ סוכות. אין א איד קען דארט אריין גיין זאגן אפאר קאפיטלעך תהילים און מעורר רחמים זיין. פארוואס ברענט דאס פאר עקשטיין דאס אפצושפארן. 

אויב וויל ער האבן שמחת הנפש צו מצער זיין אידן? זאל ער נעמען זיין געלד און צוריק פאהרן קיין ארגענטינע מצער זיין זיין שוואגער, ער באלאנגט דאך באמת אהין ווי זיין טאטע האט משמש ברבנות געוועהן. דארט קען ער זיך בויען א אייגענע שיינע בית מדרש און א מקוה מיט מוסדות החינוך און גיין אין פאטערס וועגן.   




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 17:29 לינק ישיר 

סטם פאר די נייעס דע שוואנטץ אין חצוף ******************* האט געבלאקט די אריין גאנג צים בית רבינו פין די אנדערע זייט דער איז א חצוף אדער אין פלען אידיש א עכטע ארוני ער איז געווען דער וואס האט אנגעפירט די ערשטע דינער פארן הייליגען מוסד בני עולם אין קרית יואל אין ער האט גענימען דעם געטרייען שמש פין בית יואל אוהל אלטא פיגא ר' זושא טירנוער נ"י אין ער האט עם געבעטן אנצינעמען איינע פין די באגריסגען כדי אריין צי ברענגען געלט פאר בוני עולם אין ער האט עס אנגענימען אין ער האט טאקע געהאט אסאך באגריסגען אינעם זשרנאל אין דע חצוף לעווי איז אריין געקימען אין ביהמ"ד ויואל משה אין טאקע ביי די רעבצין אויך מאכן געלט אין ער האט טאקע געמאכט אסאך געלט ביי אינטז אין דער עולם איז געגנגען צים דינער אין סאיז נאכקיינמאל נישט געווען אין קרית יואל אזא שיינע דינער מיט אזא עולם יעצט קימט ער אין בלאקט מיט זיין קאר די פארקינג שעם זאל ער זיך אזאלעכע מידות קען נאר האבן א עכטע ארוני דוד הרשע שר"י האט נישט געקענט טרעפן קיין איין בהמה ביי די ארונים צי טיען אזא רשעות אין פערדריי נאר ער האט געמיזט זיין דער וואס טיט עס פאר די בית רבינו צי מאכן געלט איז דיר די רעבצין בית המדרש גיט שעם דיך ווער עס קען עם קאלן אין בעטען אז ער זאל שטיין אין די זייט זאל עם קאלן זיין טעל # איז ********************* ולמצוה גדולה יחשב


לויטן פארלאנג פונם שרייבר האב איך פארמעקט די נאמען אין די טעלעפון נאמבער, (שסופסקים)




תוקן על ידי ychtzel ב- 15/10/2009 17:57:16




תוקן על ידי שסופסקים ב- 15/10/2009 18:44:30




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 18:04 לינק ישיר 

איינער האט בילדער פין דע נאכט ביי די בית רבינו ווי מגראבט אין בפרט אויב איינער האט א בילד ווי די סטעט פאליס שטרעקט אויס א גאן פאר דעם נעבעך נישט געזינט קינד דעם משיגענער וויינשטאק (זעט אויס אז איז דער וואס ציילט איינס מיט איינס איז א חלה דעקל) ווען ער האט געוואלט אריין פארן אין זיי מיט די טשערי פיקער ער האט געמיינט אז זיי זענען אויך תורה טרייע אידען וואס וועלן גארנישט טיען? אויב יא זייט אזוי גיט ביטע אין לייגט דאס ארויף

 

 



תוקן על ידי ychtzel ב- 15/10/2009 18:14:46




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 18:28 לינק ישיר 

איך האב באקימען אין אישי אז סאיז נישט געווען ער איך ווייס נישט אויב ער האט עס אהין גלייגט אבער זיין קאר איז עס געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 18:40 לינק ישיר 

איך האב באקימען אין אישי אז ער האט נישט געוויסט אז מניצט זיין קאר איך בעט די מנהל אז אזוי ווי איך קען שוין נישט טוישען מיין תגיבה זאל ער אריין גיין אין אראפ נעמען זיין נאמען אין טעל #

דעס האב איך באקימען אין אישי:
 הער מיך אויס, מעשה שהי' כך הי', ער איז אוועק געפארן פון ק"י פארטאגס, ער האט געגעבן זיין קאר שליסל פאר דעם מטורף וויינשטאק, אזוי טוט ער יעדן טאג, דער וויינשטאק האט עס דארט געשטעלט אן זיין רשות, ער אליינס איז זייער ברוגז אויף וויינשטאקן, ער וויל אים הארגענען ווייל יעדער קען זיין קאר, ער איז נישט אזא מין מענטש, אין איך מיין זאלסט עס פארעכטן, מעגסט מיר גלייבן איך בין נישט קיין ארוני, קענסט טשעקן מיין היסטערי, אז דו ווילסט מיינע אנדערע ניקס?


אין איך האף אז מיט דעם בין איך יוצא מיין חיוב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 19:02 לינק ישיר 

יעצט געטשאעק אלעס ארבייט שוין די וואסער די לעקטער די סוער אלעס אן די ארונים זיי האבן אלעס זיך אליין געמאכט זיי האבן אריין געלייגט א ריזיזגע סוער טאנק אין דער ערד


ווייסט איינער אויב סאיז דא עפעס נייעס אין קארט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 19:05 לינק ישיר 

יעצט קענען זיי פארקן וויפיל קארס זיי ווילן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 20:00 לינק ישיר 

איך לייען די פרשה מיט די בית המדרש פין די רעבעצין איך האב 3 זאכן וואס איך פארשטיי נישט אפשר קען מיר איינער מסביר זיין לאמיר גיין אין א רייע

1)סאיז זייער אינטרסאנט אויב איז טאקע אמת דעס וואס סאיז געשטאנען אין די פסק אז בית יואל אין בעל הבית אויף זייער בית המדרש נאר זיי דארפן אריין געבען פעפערס פאר די VILLAGE צי מאכן די בית המדרש ליגעל פארוואס קעמען נישט גיין אין קארט זען אז זיי זאלען אויף עפענען די לעקטער נאר איך הער (איך ווייס נישט אויב סאיז אמת) קען זיין אז סאיז דא א תירוץ ווייל  דע לויער סאסמאן איז יעצט א לויער פאר יצחק ראזענבערג די ראש הקהל ביי די ארונים אין וומ"ס וועגען די קעמפ לאגווארדיע אין טשעסטער ווי זיי קלאגן די TOWN פארוואס מהאט עס נישט געוואלט פארקויפן פאר זיי קען זיין אז ער באקימט א פאר דאלער צי מאכן פורים פין בית יואל סאיז נישט צים פארשטיין שוין 2 וואכן וואס מהאט אפגעהאקט די לעקטער אין מהאט עס נאך אלטץ נישט געברעגט פאר א קארט . 

2) פארוואס טיען נישט די קרית יואלע אידען די זעלבע ווי אין ארץ ישראל ווען די בהערדע מאכן אן צרות פאר ערליכע אידען ממאכט שאדןן פאר די רעגרונג אזוי נעקסטיים פאר זיי טשעפען מיט ערליכע אידען טראכטן זיי 2 מאל אויב סלוינט זיך פארוואס טיט מען נישט די זעלבע זאך אין קרית יואל זאלן זיי טראכטן פאר זיי טיען עפעס אויב סלוינט זיך יעצט באשר היא שם זיצען זיי במנוחה אין טיילען אויס צרות פאר יעדעם סיי אין וומ"ס אין יעצט האבן זיי אנגעהויבן אין קרית יואל וואס סאיז זעכער אויב זעען זיי אז סגעשענט זיי גארנישט וועלען זיי צוריק גיין צי די מ' יארן טעראר יעצט זעט מען אז קענען אליין אן משה גבאי אויך. 

3) אין אויב איז אמת אז די לעקטער האבן זיי שוין נישט באצאלט זייט די רעבעצין איז אוועק ווי זענען די קרית יואלע רבנים מיט עפעס א מחאה אויף צי רידערן די וועלט אויף די חוצפה פין טערזיערן א בית המדרש רח"ל.

יעצט ווער עס האט א נארמאלע תירוץ איז געבעטן צי ענפערן
ישר כח

 



תוקן על ידי יוספ7 ב- 15/10/2009 20:18:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 20:52 לינק ישיר 

ס'איז א פשוטע תירוץ זיי האבן קיינמאל נישט געטיען קיין ווילדע אקציעס אפי' אין ערגערע צייטן

תוקן על ידי ychtzel ב- 15/10/2009 20:55:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 22:02 לינק ישיר 

http://www.vosizneias.com/39786/2009/10/15/kiryas-joel-ny-state-police-responded-as-power-struggle-continues

Kiryas Joel, NY - State Police Responded as Power Struggle Continues

Kiryas Joel, NY - When two sides fight over power in Kiryas Joel, it generally means one of the warring factions of Satmar Hasidim has staged another court maneuver to get the upper hand over its opponents.

 

But two groups have taken that dynamic to a literal level since Sunday by fighting over the electrical wires that have been strung to a dissident synagogue since the village's main congregation, Yetev Lev, cut off the smaller shul's electricity, along with its water and sewer service.

 

That main congregation went after the improvised power source by severing the wires, prompting more turmoil and several days of pleading by both sides to have state troopers in the nearby Monroe barracks charge their enemies with criminal activity.

 

Police responded last night but have so far declined to intervene, saying the dispute remains a civil matter for a judge to resolve, unless someone violates a penal code. "It's a civil disagreement," said Sgt. Bruce Furbeck.

 

Dissidents, meanwhile, have reconnected electrical service to their synagogue and are continuing to pray there.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 22:03 לינק ישיר 

http://www.recordonline.com/apps/pbcs.dll/article?AID=/20091015/COMM/910150314/-1/NEWS

Orange Bureau Confidential: Literal power struggle continues in Kiryas Joel

Text Size: A | A | A
Print this articlePrint this Article Email this articleEmail this Article
ShareThis ******* language="" type="text/"> var isoPubDate = 'October 15, 2009'

When two sides fight over power in Kiryas Joel, it generally means one of the warring factions of Satmar Hasidim has staged another court maneuver to get the upper hand over its opponents.

But two groups have taken that dynamic to a literal level since Sunday by fighting over the electrical wires that have been strung to a dissident synagogue since the village's main congregation, Yetev Lev, cut off the smaller shul's electricity, along with its water and sewer service.

That main congregation went after the improvised power source by severing the wires, prompting more turmoil and several days of pleading by both sides to have state troopers in the nearby Monroe barracks charge their enemies with criminal activity.

Police have so far declined to intervene, saying the dispute remains a civil matter for a judge to resolve, unless someone violates a penal code.

"It's a civil disagreement," Sgt. Bruce Furbeck said Wednesday.

Dissidents, meanwhile, have reconnected electrical service to their synagogue and are continuing to pray there.

Chris McKenna




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 23:00 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2009 23:02 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2009 23:05 לינק ישיר 
מצבת אהרן חרינער - דוד בן פעציל





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2009 23:13 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > ליסטיג אין לעבעדיג אין מאנרא ביי דו רעבעצין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext