| נשלח ב-15/10/2009 18:22 |
|
| |
נאך א זאלי פאלשע בילד. דאסמאל אין JDN
די זאליס האבן געגעבן א בילד פאר JDN
און געשריבן אז ס'איז פון חול המועד.
זיי האבן זיך געשעמט צו שרייבן אז ס'איז פון הושענא רבה, און ס'איז וואסעריג
האבן זיי אים געגבן א בילד פון הושענא רבה און געזאגט אז ס'איז א פשוט'ער חול המועד.
און JDN שרייבט מיט גרויסע ווערטער
חול המועד בסאטמאר
יעצט לאמיר אפירנעמען דעם בילד, און ווייזן פאר די בילדער פעלשער אז די צייט איז פאראיבער פון פעלשעווען בילדער
1) דער זייגער ווייזט אז עס איז 10 מינוט צו 2. און ער שאקלט לולב
חול המועד איז ער שוין לאנג פארטיג, און האלטן אינמיטן שינת צהרים.
2) מ'זעט דעם קיטל, וואס מ'גייט נאר הושענא רבה
3) מ'זעט די גרויסע ליכט, וואס מ'צינדט נישט אן חול המועד.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 18:44 |
|
| |
איינער געדענק נאך וואס זיי האבן גענטפערט ווען מען האט זיי געכאפט אריין לייגן צוויי מאל די זעלבע בילד אין כל העולם דארט מיט די קינדער אויסגעדרייט ?
אונז געמער נישט קיין בילדער פאר קיין שום בילדער פאר קיין שום בילדער מאגאזין ווייל די רבי איז געפערליך אקעגן בילדער ממילא האט ער אריין געלייגט אליינס אן אונזער רשות א פאריעריגע בילד
כמיין אז די זעלבע תירץ איז דא אויכעט גילטיג
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 19:22 |
|
| |
מורדיג איז עס נישט חול המועד נאר הושענה רבה מיינט נאך נישט געפעלשט
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 19:36 |
|
| |
לדעתי, אויב טראכט מען אריין 'שכל'דיג' האבן קיינער נישט פון צוויי מחנות זלונים-ארונים וואס צו זיין צובראכן פון די פארגאנגענע לעצטע טעג פון סוכות.
די ארונים - זיי זענען געבויט אויף מער א חאניאקישן חסידות ווי מ'לויפט יעדן מינוט נאך דעם רבי'ן און מ'פייערט ביים דאווענען, הקפות, הושענות, טישן א.א.וו. און לכולי עלמא האבן זיי דאס געהאט מיט גרויס הצלחה.
די זלונים - זיי זענען בכלל נישט געבויט אויף דעם אופן אוטן זיי צילן נישט בכלל צו דעם, זיי זענען מער געבויט אלס א דמאקראטישן חסידות, מ'לייגט נישט קיין דגוש אויף יעדן תפילה, הקפות וכו', ס'פירט זיך א פעסטונג פון א חסידות וואס עטליכע מאל צילט מען דאס ארויסצוברענגען און ספעציעל איז דאס ביים מעמד נעילת החג, און לכולי עלמא האבן זיי דאס געהאט מיט גרויס הצלחה.
דעריבער איז נאריש צו זאגן אז די בילד פון הושענא רבא איז דירעקט געטוישט געווארן צו חול המועד...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 19:42 |
|
| |
יונה'לע
איך פארשטיי פארוואס דו האלסט אז דאס בילד איז געפעלטשט
ווייל דו זעסט דארט מאכן די נענועים נישט דיין רבי, נאר דיין רבינס יונגערן ברודער
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 19:47 |
|
| |
דער ראצפערדער מאכט אויך נענועים
אן ברענגען מענטשן מיט באסעס !
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 19:50 |
|
| |
דוד, איז דאס הושענא רבה אדער חול המועד?
פארוואס מ'האט געשריבן חול המועד איז אויך נישט שווער צו פארשטיין.
דערפאר רעדסטו פון נענונים...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 19:53 |
|
| |
אפשר איז שוין צייט צו אויפהערן די בעבישע פיקטשער קריגערייען, יעדן שמחת תורה, פסח, פורים, ל"ג בעומר, חנוכה, קייט מען איבער נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע ארגומענטן, וויפיל איז די שיעור? עטס ווערטס נישט מיד דערפין?
קיינער ווערט נישט סורפרייזד פון די בילדער, ס'שוין אן אנגענומענער מציאת אז די זאלויני חסידות אז אן אנדערע סארט ווי די ארויני חסידות, דער זאלוני וועט עס נישט לייקענען, און ס'אהרט זיי מיטאמאל. ווי "שכלדיג" האט ערקלערט.
ס'שוין אזוי זייט דער אנהויב פונעם טיילונג און עס וועט אזוי זיין בעתיד, נו וואס איז די פירוש עס נאכאמאל און נאכאמאל צו ערווענען? און נאך מיט אזא דראמאטיע!!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 20:01 |
|
| |
און דאס לעצטע מאל איך האב געטשעקט איז הושענא רבה אויך חול המועד, אלזא איך זעה נישט דא קיין פאלשע בילד.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 20:10 |
|
| |
סקאט
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 20:10 |
|
| |
וואס ווילסט עטס פון יונה'לען?
ווילאנג ער קריגט זיך נאך אויף אזעלכע נארישקייטן שעפן מיר מחת, ווען ער וועט אנהייבן צו רעדן צו דער זאך וועלן מיר מוזן פארלאזן דעם פורום
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 20:22 |
|
| |
| שכלדיג כתב: |  |
לדעתי, אויב טראכט מען אריין 'שכל'דיג' האבן קיינער נישט פון צוויי מחנות זלונים-ארונים וואס צו זיין צובראכן פון די פארגאנגענע לעצטע טעג פון סוכות.
די ארונים - זיי זענען געבויט אויף מער א חאניאקישן חסידות ווי מ'לויפט יעדן מינוט נאך דעם רבי'ן און מ'פייערט ביים דאווענען, הקפות, הושענות, טישן א.א.וו. און לכולי עלמא האבן זיי דאס געהאט מיט גרויס הצלחה.
די זלונים - זיי זענען בכלל נישט געבויט אויף דעם אופן אוטן זיי צילן נישט בכלל צו דעם, זיי זענען מער געבויט אלס א דמאקראטישן חסידות, מ'לייגט נישט קיין דגוש אויף יעדן תפילה, הקפות וכו', ס'פירט זיך א פעסטונג פון א חסידות וואס עטליכע מאל צילט מען דאס ארויסצוברענגען און ספעציעל איז דאס ביים מעמד נעילת החג, און לכולי עלמא האבן זיי דאס געהאט מיט גרויס הצלחה.
דעריבער איז נאריש צו זאגן אז די בילד פון הושענא רבא איז דירעקט געטוישט געווארן צו חול המועד... |
|
שפתיים יושק!
די צייט ווי די דעמאראטישע חסידות קומט זיך צאם, איז נישט א סליחות, נישט ר''ה, נישט יו''כ, נישט הו''ר, נישט ביי גשם, נישט ביי די הקפות (וואס פלעגט פארטיש זיין די גרעסטע יו''ט'גע כינוס אין סאטמאר), נאר ''נעילות החג'' צו א פיקטשער.....
כ'ווינטש פאר אלע מיינע שונאים אזא הצלחה!
כאפטס נישט וואס די טיסט מיט דיין דעמאקראטישע פארטיי ווען די זאגסט דיינע ווערטער
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 20:27 |
|
| |
רעביאנקעל
איז פארשטיי אז "דאטס" טוט דיר וויי, אז אין דער צייט וואס מיט אנדערע חמורים מיינען אז מען מוז נאכלויפן דעם רבין ביז אין בית הכסא אריין, געפינען זיך ביי די זאלונים נארמאלע און באזעסענע מענטשן וואס קומען פון צייט צו צייט מיטהאלטן לויט זייער געשמאק, אבער זיי געהערן צו די קהילה וחסידות.
זוי האט אויסגעקוקט אין סאטמר אלע יארן. אדרבה, זאג מיר וויפיל מענטשן האט סאטמאר געהאט למשל אין תשכ"ה, און וויפיל מענטשן האבן בכלל אריינגעפיט אין דעם אלטן ביהמ"ד?
וויפיל מענטשן זענען געזעסן ביים טיש יעדן שבת ביינאכט ביי רביה"ק זי"ע, און וויפיל מענטשן זענען געזעסן ביי רבינו ברך משה זצוק"ל יעדן שבת ביינאכט (אין די געזונטע יארן)?
סך הכל: די זאלונים האבן א נרמאלע קהילה און א נארמאלע חסידות, נישט געקאפיט פון דער פרעמד וואו מען האט געשריגן יעדע זאך קדוש, און דאס האט רביה"ק זי"ע געוואלט!
און יעצט הייב אן מיט דיינע לאקשן תורות
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 20:35 |
|
| |
קוקט אן דעם דוד
ער האט נישט קיין פראבלעם צו זאגען איז די רבי ז''ל האט געהאט אויסגעשפילטע הקפות וכו' - אלעס צו פארענטפרן די דורכגעפאלענע יו''ט פין דעם ליידאק.....
(איז סופרעמסי נישט גערעכט, ווען ער לייגט אראפ די פעלטשער?)
תשכ''ה איז ''יעדע סאטמערער'' געקומען צו די הקפות, הו''ר דרשות, וכו'
נאר וואס דען? סאטמאר האט דעמאלטס נאך געפיט אין א קליין ביהמ''ד!
אין נאכמאל, פארוואס, ביי ענק איז די איינציגסטע צייט אין יאר, וואס די דעמאקראטען האבען אפגעמאכט צו קומען איז פינקט ביי נעילות החג?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 21:04 |
|
| |
איך האב לעצטנסט געליינט רב בלומפעלדס דרשה, לויט ווי ער איז מסביר איז דער יסוד פון זייער חסידות נישט איבער די צידקות פון ר' זלמן לייב'ן, זיי האלטן אז ר' זלמן לייב'ס ראלע איז נישט צו זיין א מוסטער פון א ערליכע איד, זיין ראלע איז בלויז צו זיין דער גענעראל און אטאריטעט וואס שטייט בראש אלפי תלמידי וחסידי רבינו יואל זצ"ל וואס ווילן זיך האלטן צוזאמען מקושר בקשר אמיץ וחזק, כדי דער לעגענדע און שאיפה פון אלטן רבי'ן זאל זיך האלטן און ווייטער לעבן עד ביאת הגואל.
ממילא איז מובן מאיליו פארוואס זיי קומען נישט צו קיין טישן הקפות און הו"ר געזעגענען וכדומה, ווייל זיי האבן נישט קיין סיבה וואס זאל זיין ציען, ווידער ביי נעילות החג און חתונות וכדומה, איז ביי זיי א זמן קהלה לכל, ס'פשוט א זמן פאר זיי זיך ציזאמנעמען באהבה ואחוה צו ווייטער אנהאלטן די נקודה פון רבי'ן זצ"ל.
איך האלט דאס איז זייער א שיינער יסוד פאר חסידות און איך זעה נישט פארוואס דאס זאל נישט האבן א קיום.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 21:16 |
|
| |
רבעיאנקעל
איך ווייס נישט ווי אלט דו ביזט, אבער דאס איז זיכער אדער ביזטו א צוצאק וואס איז קוים ארויס פון אונטער די ווינדלען, אדער ביזטו שוין אויפן "וועבזייט" (כלשונו פון הרב דים).
אויב תשכ"ה איז דאס אלטע ביהמ"ד געווען גענוג פלאץ פאר יעדן, ווייס איך נישט וועלכע אלטע ביהמ"ד דו רעדסט.
און לויט ווי עס קוקט אויס געדענקסו אויך נישט די געזונטע יארן פון רבינו הברך משה זצוק"ל.
און צום שלוס, איך דארף נישט פארענטפערן מיין רבין אזוי ווי דו מיט דיינע חמורים מוזן כסדר טון. איך בין זייער שטאלץ מיט אים.
|
|
|
|
|