הגאון ר' אהרן גאלדמינצער: אלע עופות דארפן בדיקה
די וואך ביים שיעור האט הרה"ג רבי אהרן גאלדמינצער דומ"ץ בשיכון סקווירא
געהאלטן א לענגערע שיעור אין הלכות צומות הגידין, אין פאפא ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.
1) הרב גאלדמינצער האט קלאר געזאגט אז דער פראבלעם איז דא אין מערערע פארמס און איז א רעזולטאט פון א ווירוס, נישט פון קיין שום אנדערע אורזאך, און אז דאס איז פעסטגעשטעלט געווארן.
2) דאס "נישט בודק זיין" איז א קולא נישט קיין חומרא האט דער חשוב'ער רב ערקלערט. און אוודאי דארף בודק זיין, און אזוי ארום זיכער מאכן אז מ'עסט בלויז א זאך וואס האט קיין שום חשש נישט.
3) ער האט גלייכצייטיג מסביר געווען דאס אמעראצעס פון נעמען א רמ"א און עס פארדרייען, כאילו דער רמ"א זאגט אז ס'איז בעסער ווען מ'דארף נישט בודק זיין. זאגענדיג קלאר אז דער רמ"א רעדט פון אלע סארט מיחוש'ן אין די ט"ז גידין וואס מיר זענען נישט בקי דערין, דערפאר קענען מיר עס נישט מתיר זיין ווען מ'זעט עפעס א מכה.
4) מ'קען נישט דערקענען מיט'ן זעהן צי ס'איז דא א מיחוש, מ'קען עס נאר זען דורך אויפשניידן. און נאר קרית יואל און סקווירא טיען דאס.
ר' אהרן גאלדמינצער ביי די דרשה
יום ב' בראשית, תש"ע
בביהמ"ד קהילת יעקב פאפא
 |
|
|