אנאליז: לויטער געווינערס אין סאטמאר, דאך נישט צופרידן...
איר וועט מיך געוויס פרעגן וועלעכע סאטמאר, אמת? וועל איך אייך זאגן אז ביידע סאטמאר'ס,
כאפט נישט קיין הארץ אטאקע, אני הקטן יענקעלע פון בארא פארק זאגט אז יא, ס'איז דא צויי סאטמאר,
צופרידן? וועט איר פרעגן?, איך האלט אז ביידע צדדים מעגן און דארפן זיין צופרידן, עס איז שוין די עכסטע
צייט זיך אראפ זעצן, נישט חלילה צוזאמען... ווייל אין מערבין... אבער בינם לבין עצמם דארפן ביידע צדדים
איינמאל פאר אלעמאל מאכן א חשבון אויף די לעצטע 10 יאר און מחליט זיין דעם עתיד, וואס האבן מיר
היינט צו טאג, האבן מיר געווינען אדער פארלוירן, און ריאליסטיקלי וואס גייט זיין להבא,
לדעתי קענען ביידע צדדים פראקלאמירן א מעכטיגן געווינס, לאמיר אנהייבן מיטן בן השלישי, רבי זלמן לייב,
איך האלט, און נישט נאר אז איך האלט אזוי נאר איך ווייס דאס קלאר... אז דער גאנצער זלמן לייב האט זיך אין
וויסטן חלום נישט געקלערט אז ער גייט זיין סאטמארער רבי, איך האב אליין געהערט מפה קדשו (?) אז ער קען
נישט קאנקארירן מיט (רביה''ק) אהרן, ער איז נישט מער ווי דער מטה אהרן, דער שטעקן וואס מען נוצט זיך צו
שלאגן מיט רבי אהרן, ווען משה גבאי וואס האט געוויסט אז ביי אונזער רבי האט ער נישט קיין עתיד האט מחליט
געווען אז ער וועט זיין דער ממליך מלכים, ער וועט פון אהרן מאכן א (אמאליגן) שראליקל אדער א רויזעלע כלשונו,
און צו דעם האט ער געדארפט זלמן לייב'ן וואס איז קיינמאל נישט געווען קיין צו גרויסער ליב האבער פון אונזער רבי,
האט ער עהם אריין גענומען אין בילד, און וויפיל מאל זלמן לייב האט געטענה'ט אז ער איז זיכער אז קען אין דעם
נישט מצליח זיין ווייל ער קען אהרן'ען און ער קען נישט וואס ער קען, האט דער משה צוריק גענטפערט אז ער קען יא,
ער האט עהם ממש געצווינגען דאס אנצונעמען, מיט ליפא וואס איז גראדע יא געווען מיט רבי אהרן גאנץ נאנט, האט
ער נישט געהאט צו א שווער פעלד, ווייל ליפא וואלט פארקויפט די מאמען פאר א נזיד עדשים, און פאר א וועכענטליכן
טשעק פון 82 קאמביינד מיט א הודעה אז ער ווייסט אויף עהם א היבש ביסל שמוץ האט ער עהם תיכף געהאט
באמתחתו, אין די קעשענע ווי מען זאגט, דער פראבלעם איז געווען דער ברך משה זי''ע, וואס איז כידוע געווען א
פיקח עצום און כל זמן ער איז געווען פולקאם געזונט האט ער געוויסט אז ער האט נישט קיין טשענס, וויפיל מאל
ער האט כיטרע פראבירט עפעס ארויף צו קלעבן אויף דעם דעמאלצדיגן קרית יואל'ער רב האט עהם קיינמאל נישט
געשפילט דאס גליק, דער רבי זי''ע איז געווען אזוי מקושר צו רבי אהרן ס'איז געווען ממש נפשו קשורה בנפשו,
נו, הגיע הזמן וואס קפצה עליו זקנה, דער רבי זי''ע איז עלטער געווארן און כידוע האט אנגעהויבן צו פארגעסן
(מילד געזאגט) דאן האט משה גבאי אנגעהויבן אויסצו ניצן דעם רבי'נס שוואכקייט און אויף א סיסטעמאטישן אופן
אנגעהויבן משמיץ צו זיין און מבאיש ריח צו זיין דעם קרית יואלער רב האפענדיג אז הגיע הזמן, מען וועט אן
העצן דעם רבי'ן אויף רבי אהרן און מאכן פון עהם א שראליקל,
טראץ דעם וואס על פי רוב האט דאס נישט געארבייט, און מאל נאך מאל האב דער רבי ארויס געוויזן זיין אהבה
וחביבות בלי מצרים פאר בנו הגדול, און אפילו ווען דער מצב איז שוין געווען זייער אנגעצויגן ביי איינעם פון די
חתונות וואס זלמן לייב האט געמאכט, און מען האט יענעם טאג געהעצט אויף רבי אהרן אויף א אכזריותדיגן אויפן
און געהאפט אז ביי די חתונה וועט ער עהם ענדליך מבזה זיין ברבים אז ער זאל דאס האבן צו געדענקן, אבער לדאבתו
פון משה גבאי און למזלינו הרב (אויב עס פאסט אזוי צו שרייבן) האט דער רבי פארגעסן פון מינוט צו מינוט, די שעות
פון העצערייען האט אויסגעוועפט זייער שנעל, און ווען מען האט נישט געוואלט געבן א בענקל פאר קרית יואלער רב ביים
קבלת פנים טראץ די פארלאנגען פונעם רבי'ן האט יעדער געזען ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און איבער געגעבן זיין בענקל, דעמאלטס האט מען שוין געשווינד פארשאפט א בענקל, איז אויסגעקומען אז טראץ וואס זלמן לייב איז געווען דער מחותן און ביי די חתונות זענען אלץ די מחותנים געזעצן די ערשטע און נאר נאכדעם די קינדער לפי הגיל, איז דאן דער קרית
יואל'ער רב ביי זלמן לייב'ס חתונה געזעצן דער ערשטער ופני המן חפו. אזוי איז ווייטער געגאנגען מצד אחד העצערייען
למעלה מן המושג און מצד השני דורכפאל נאך דורכפאל, פשוט דער רבי האט על פי רוב נישט קאאפערירט, ביז מען האט
מחליט געווען צו שיקן זלמן לייב'ן קיין ירושלים, און עהם דארט האלטן ביז דער מצב פון רבי'ן וועט נתדרדר ווערן אז
מען וועט מיט עהם קענען טוהן כל שלבם חפץ,
בעוה''ר דעם מצב ביי רבינו זי''ע הלך והתדרדר ס'איז געגאנגען מטה מטה, און מען האט ליידער מיט עהם געקענט
טוהן ואס זיי האבן געוואלט, מען איז געבליבן אינדערהיים שבועות וייל עס שנייט..., דא קען מען נישט גיין אין בית המדרש
וויל מען פעינט..., מען האט פון דעם אלטן איד נעבעך געמאכט ליצי ליצנות אן קיין שום רחמנות, זלמן לייב וואס איז שוין
צוריק געקומען פון ירושלים ווארט שוין קוים איבער צו נעמען די מלוכה, מען האט זיך שוין צוקריגט מיט אלע זקני וחסידי
רבינו, און מען לעקט שוין לאנג די לעפקעלעך מיט די יאקאבאוויטש'לעך, די צוואות כתוב וחתום מיט עדות איז שוין
גרייט, מען ווארט נאר אויף איין זאך, יקרבו ימי אבל אבי ואהרגה את אהרן אחי, אזוי ווי דער טאטע מאכט זיך צו די אויגן
וועט מען פטור ווערן פון אהרן'ען,
וויאזוי האט משה געזאגט, מיט די קעלבלעך (חסידי בעל ברך משה) האב איך נישט קיין פראבלעם, דער פראבלעם
וואס קען אפשר זיין איז מיט די לעפקעלעך טירנויערס און יאקאבאוויטשלעך, נו, מיט זיי וועל איך מיך א עצה געבן און ביז
אפאר חדשים וועל איך זיי אויך האבן, למעשה איז געווארן מהיפוך להיפוך, די לעפקעלעך וואלדמאנס און יאקאבאוויטשלעך
האט ער גלייך באקומען, בלק און מואב האבן שלום געמאכט לכבוד זייער געמיינזאמע שנאה כבושה לרבי אהרן, אבער
מיט די חסידי סאטמאר די אלע וואס האבן זיך צו געשטעלט צום הייליגן ברך משה זי''ע מיט זיי האט ער געהאט דעם
גרעסטן פראבלעם, וויפיל ער האט פראבירט איז עהם נישט געלונגען,
אלזא לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל און זעהן ווער האט געווינען, ווער האט פארלוירן,
זלמן לייב: געווינען, ער האט גארנישט געהאט, און היינט צו טאג איז ער א רבי, נישט קיין חילוק וויפיל חסידים
ער האט, און צו ער האט בכלל חסידים, צו די פוקטשערס זענען אמת צו פאלש, צו ער איז א רעגאלער רבי צו א
נח''ש (נעילת החג, חתונה, שושן פורים) רבי, צו ער האט 5 קוויטל גייערס צו 500 קוויטל גייערס דאס אלעס איז נישט
קיין נפקא מינא, ער איז א סאטמארער רבי,
רבי אהרן: שטארק געווינען: פארוואס שרייב איך "שטארק" געווינען, איז פשוט, (יא, איך זעה מאיר ראטה לאכט...) ווייל בו בזמן וואס זלמן לייב האט געווינען איז דאס נישט געווען ביוזמתו, ער האט גארנישט געטוהן דערצו, א גאנצער אפאראט האט געארבייט פאר עהם, משה גבאי, זריאל גליק, ישראל חיים מנשה, מאיר ראטה, יאנקל כהנא, זלמן לייב פיליפ, שאול פערלשטיין, שלמה לייב ווינבערגער, חיים דוד כ''ץ, UTA, משה מנחם טירנויער, און אויף א געוויסן זין דער ברך משה (בסוף ימיו) אלע געוועזענע הויז בחורים (פון ברך משה) אלע אנגעשטעלטע, יעדער איז געווארן איינגעשפאנט צו ארבייטן להצלחתו
פון זלמן לייב, און רבי אהרן איז געבליבן נקי, קיין טאטע, קיין בנינים, קיין בית המדרש, גארנישט גארנישט, ערום
נאקעט, און עם כל זה ווען מען גיט א קיק ווי ער האט געהאלטן דאן און ווי ער האלט יעצט, איז דאס פלאי פלאים,
פון א אויסגעשפילטן מענטש פון איינעם וואס מען האט אלעס צו גענומען איז ער געווארן דער רבן של ישראל, דער
גרעסטער תורה אוטוריטעט, דער מלך (מאן מלכי רבנן) מיטן כתר תורה, (כעדותו של הבעל שבט הלוי שליט''א)
דער גרעסטער מרביץ תורה בדורינו (כעדותו של ראב''ד ירושלים) דער גרעסטער גודר גדר ועומד בפרץ בדורינו
(כעדותו של הרה''ג רבי אליקים שלעזינגער שליט''א), טויזענטער אידן שטייען און נהנין ממנו עצה ותושי', טויזענטער
אידן שטופן זיך באנאזאם און פארגיסן טייכן טרערן ביי זיינע תקיעת שופר, כל נדרי, הושענא רבה דרשות, פון בלייבן
אויסגעשפילט אויף די גאס האט ער זיך געבויט אין וויליאמסבורג, דעם גרעסטן בית המדרש, מוסדות התורה והחינוך
פאר יונגלעך, א מעכטיגן מיידל סקול, א כולל מיט אפאר הונדערט יונגעלייט, א מצה בעקערי, קעמפס, שמחה זאלן,
גמ''ח'ס און בוטשער סטארס אלעס ניי מתחילה ועד סוף (העי, מאיר לאכסט שוין נישט, הא?) יא, אויב הייסט דאס נישט
שטארק געווינען ווייס איך נישט וואס עס הייסט יא.
די בנינים, נו, ווייסן מיר דאך אין וויליאמסבורג האבן די זאלונים שליטה אויף אלע אלטע בנינים, (צו ביושר צו נישט איז
נישט די אישו) און לכאורה וועט דאס שוין בלייבן אזוי, מען דארף געדענקן אז נישט ראדני מאכט א רבי'ן, און בנינים מאכן
אויך נישט קיין רבי, פונקט ווי דער רבי דער בעל דברי יואל זי''ע האט פארלוירן זיינע אלע בנינים אין די שטאט סאטמאר
און דאס האט עהם נישט געמאכט אויס סאטמארער רבי פונקט אזוי האבן די אלע בנינים ואס מיר האבן פארלוירן נישט געמאכט אונזער רבי אויס רבי, בנינים זענען ערזעצבאר, און דאס וועט מיך צוברענגען צו מיין פוינט: איך חלום און האף אז ביידע צדדים זאלן ענדליך איינזעהן אז בדרך הטבע גייט דאס זיך נישט טוישן וויאזוי האט שאול פערלשטיין געזאגט? "אלעס בלייבט
ביים אלטן", און ער איז גערעכט, בדרך הטבע וועט זיך דאס נישט טוישן, די זאליס דארפן אנדערקענען אז פונקט ווי
אין וויליאמסבורג זענען זיי געבליבן מיט די מוסדות און די אהרונים בויען זיך אויף דאס ניי, איז אין בארא פארק דארפן
זיי זיך בויען פון דאס ניי, און פונקט ווי אין מאנסי בויען זיך זיך די אהרונים נייע מוסדות און אזוי אויך אין ירושלים,
דארפן זיי אראפ לייגן דאס געווער אין בני ברק און אין קרית יואל אין זיך אליין בויען, קיינער גייט נישט געווינען פון זיך
ווייטער שלאגן און הרגענען, פארוואס אין ירושלים מאנסי און אין ווילימסבורג ווי די אהרונים האבן פארלוירן איז שלום ושלוה
און אין בארא פארק, בני ברק און אין קרית יואל שלאגט מען זיך כסדר, ס'איז די עכסטע צייט אראפ צו לייגן דאס געווער
און צו זיין אביסל ריאליסטיג, וואס? איך בין נאאיוו? יא, איך ווייס, אבער א נאאיווער חלום איז בארעכטיגט, ניין?.
יא, איך האב פארגעסן, און דאס וועט ווארפן א שטיקל ליכט פארוואס פון מיין חלום וועט גארנישט ווערן, צו די מחלוקה
איז דא נאך א צד, און דער צד איז נישט קיין אנדערער ווי דער רשע און עוכר ישראל דער אנדרייער פון די גאנצע מחלוקה
משה גבאי: און ער איז דער גרעסטער לוזער, יא, ער איז דער פארלירער ביי די מחלוקה, דער נארישער, הע, לאו
דווקא נאריש, ווייל קיין נער איז ער נישט, ליבערשט דער אכזר משה גבאי, ער איז דער ארכיטעקט פון די גאנצע מחלוקה
ער האט יארן לאנג געארבייט אויף דעם בלו פרינט אלע פלעינער זענען גרייט געווען מיט קאלירטע פארבן, אלעס
האט אויסגעזען אזוי שיינענדיג, און פופ, כחלום יעוף, וכעשן תכלה, דער פלאן האט מיאוס אפ געפוטשט, און ער ווייסט גאנץ
גוט אז אויב הערט מען זיך אויף צו שלאגן און מען לייגט אראפ דאס געווער איז זיין גאנצע ארבייט לטמיון, זיין גאנצע שררה
איז באנקראט, בו בזמן וואס זלמן לייב באגעניגט זיך מיט זיין מלוכה'לע ווי קליין צו ווי גרויס עס זאל נאר נישט זיין איז
דאס אלץ פיל פאכיג מער וואס ער האט געהאט, און ווער נאך אזוי גיט ווי ער ווייסט אז קיין "עכטער" סאטמארער רבי
(איך מיין צו זאגן דער ריכטיגער ממלא מקומם פונעם בעל דברי יואל און בעל ברך משה זי''ע) קען ער נישט זיין און
במילא איז ער צופרידן מיט וואס ער האט, ער שטופט זיך נישט די נאז צו ווייט ווייל ער ווייסט אז אלעס ברענגט עהם נאר
בזיונות, דאס ביסל ווי מען שטופט עהם יא האט עהם פיל עגמת נפש און בזיונות פארשאפט און על כן איז ער זייער צופרידן
פון וואס ער האט, אבער משה גבאי וואס איז געפאלן מאיגרא רמא לבורא עמוקתא, פון זיין דער מעכטיגסטער מענטש
אין סאטמאר ברצותו בונה וברצותו סותר, ער איז געוען דער פאקטישער בעל הבית, צו זיין באפעל האט מען אויפגענומען
מענטשן און צו זיין באפעל געפייערט, ווען ער האט געוואלט ילד שעשועים זאל ברענען האט דאס געברענט, ווען
ער האט געואלט אז די רעבעצין צו רבי יחזקאל ראטה זאל כאפן שטיינער האבן זיי געכאפט שטיינער, אלעס איז געווען
בלינדערהייט צום באפעל, און וואס איז פון עהם געווארן א אויסגעשפילטער מענטש, קיינער קיקט אויף עהם נישט,
און וואס האלט עהם נאך אביסל ביים לעבן איז די מלחמה, דער פייט, וואס אלע שונאי סאטמאר האבן אלע יארן
געפירט מיטן ברך משה און משה האט זיך צו געשטעלט צו די אלע שונאי ישראל, און די מלחמה גיט עהם נאך אפאר
גיטע פריינד (זיינע געוועזענע בלוט שונאים), יא ווער קלאפט עהם אין די פלייצע?, יוסעלע וואלדמאן, יודעלע וויינשטאק,
אפאר יאקאבאוויטשלעך און לעפקעלעך אלע שונאי הברך משה די זענען די וואס זענען היינט צו טאג זיינע בעסטע
ידידים און זיי פעלן עהם אויס ווי לופט צום אטעמען, און אויב וועט זיך דער פייט אויפהערן, וועלן זיי פארשווינדן ווערן
כלעומת שבאו, זיי דארפן נישט קיין רבי, זיי דארפן נישט קיין חסידות, זיי זענען נאר דא צו פייטן סאטמאר, און זיי
ווייסן קלאר ווער עס איז סאטמאר און ווער עס שפילט סאטמאר, און צו פייטן סאטמאר זענען זיי גרייט מיט צו שפילן
סאטמאר, און אזוי ווי די מלחמה וועט זיך ענדיגן גייען זיי ארויס פונעם געים און אלעס צופאלט און וועגן דעם וועט
ער ווייטער פאר ארבייטן מעשים אז מען זאל חלילה נישט קומען צו קיין פארשטענדעניש. וחבל. חבל...
נשלח ב-16/10/2009 00:36
יענקעלע
אבי דו זעסט שוין איין אז עס איז גענוג מיט די קריגערייען
אבער דו מוזט ערשט ערלעדיגן ביי דיין רבי אז ער זאל זיך איינמאל פאר אלעמאל אפשאקלען פון דעם משה גבאי'ן... קוק וואס פאר א חורבן ער האט אנגעמאכט אין קרית יואל די לעצטע 2 וואכן מיט די ביהמ"ד פון די רעבעצין ע"ה. ווען דיין רבי זאל ווען נישט פאלגן דעם משה גבאי אנצופירן די שוידערליכע טעראר קעגן די ביהמ"ד פון רעבעצען ע"ה וואלט ער נישט געליטן אזעלכע בזיונות די 2 וואכן ובפרט נעכטן נאכט ווען דיין רבי האט צוגעלאזט משה'ן טאן אזא רשעות נישט צו לאזן גראבן דעם סוער טענק
נשלח ב-16/10/2009 00:50
דוד, זיי נישט קיין קעלבל, איר גייט נישט געווינען דעם פייט, איר האט גערופן קהל אין קארט און פארלוירן, אצינד עסט דאס אויף, פארוואס גייט איר נישט אין קארט דאס אויס פייטן הא?, איר האט דאך געווינען, נאר דו ווייסט דעם אמת אז לויטן קארט זענט איר דאר נישט לעגאל און וואס איר ווייסט נישט אז איר שפילט אריין לטובת הוויליטש, אלעס ארבייט גענוי לויטן פלאן, דער ווילידזש שטייט אינדערזייט און שמייכעלט, ווייל מיט יעדן שריט פון דעם פערד יוסעלע וואלדמאן האבן זיי גענוג און נאך סיבות צו דיקליינען דעם פערמיט, יוסעלע JUST KEEP IT UP
נשלח ב-16/10/2009 00:53
יוסעלע וואלדמאן האבן זיי גענוג און נאך סיבות צו דיקליינען
דעם פערמיט, יוסעלע JUST KEEP IT UP
יענקעלע..כא.כא.כא. אזוי זיי האבען עס דיקליינט ביי די בית המדרש חרידים...
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 16/10/2009 0:53:18
נשלח ב-16/10/2009 01:05
יענקעלע11 כתב:
די בנינים, נו, ווייסן מיר דאך אין וויליאמסבורג האבן די זאלונים שליטה אויף אלע אלטע בנינים, (צו ביושר צו נישט איז
נישט די אישו) און לכאורה וועט דאס שוין בלייבן אזוי, מען דארף געדענקן אז נישט ראדני מאכט א רבי'ן, און בנינים מאכן
אויך נישט קיין רבי, פונקט ווי דער רבי דער בעל דברי יואל זי''ע האט פארלוירן זיינע אלע בנינים אין די שטאט סאטמאר
און דאס האט עהם נישט געמאכט אויס סאטמארער רבי פונקט אזוי האבן די אלע בנינים ואס מיר האבן פארלוירן נישט געמאכט אונזער רבי אויס רבי, בנינים זענען ערזעצבאר, און דאס וועט מיך צוברענגען צו מיין פוינט:
נא אויב סאיז טאקע אזוי פשוט פארוואס האבען ענק געספענד דריי מיליואן דאלאר פאר די קארט קעסיס?... בילדיגס מאכען דען א רבי ?..אלא מאי די תירץ איז חלה דעקעל
איך חלום און האף אז ביידע צדדים זאלן ענדליך איינזעהן אז בדרך הטבע גייט דאס זיך נישט טוישן וויאזוי האט שאול פערלשטיין געזאגט? "אלעס בלייבט
ביים אלטן", און ער איז גערעכט, בדרך הטבע וועט זיך דאס נישט טוישן, די זאליס דארפן אנדערקענען אז פונקט ווי
אין וויליאמסבורג זענען זיי געבליבן מיט די מוסדות און די אהרונים בויען זיך אויף דאס ניי, איז אין בארא פארק דארפן
זיי זיך בויען פון דאס ניי, און פונקט ווי אין מאנסי בויען זיך זיך די אהרונים נייע מוסדות און אזוי אויך אין ירושלים,
דארפן זיי אראפ לייגן דאס געווער אין בני ברק און אין קרית יואל אין זיך אליין בויען, קיינער גייט נישט געווינען פון זיך
ווייטער שלאגן און הרגענען, פארוואס אין ירושלים מאנסי און אין ווילימסבורג ווי די אהרונים האבן פארלוירן איז שלום ושלוה
און אין בארא פארק, בני ברק און אין קרית יואל שלאגט מען זיך כסדר, ס'איז די עכסטע צייט אראפ צו לייגן דאס געווער
און צו זיין אביסל ריאליסטיג, וואס? איך בין נאאיוו? יא, איך ווייס, אבער א נאאיווער חלום איז בארעכטיגט, ניין?.
איך פארשטיי נישט...יענקעלע די ביסט דיך נישט קיין נאר..לאמיך דיך פרעגען, אז אינז האבען יא מצליח געווען ענק ארויס צי קאפענען פין דריי פערטעל פלעצער אין די וועלט... אז סגייט אינז יא אזוי גיט.. פארוואס זאלען מיר אויף געבען אויף די צוויי לעצטע פעסטיונגען וואס ענק האלטען נאך אן..אויף הינערע פיס?...זאג נאר יענקעלע.. ווען ענק וואלט אזו גיט געגאנגען וואלטען ענק אויך אראפ געלייגט די געווער..יעצט אט..אט..ווען מען האלט שוין ביי נעילה?...
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 16/10/2009 1:05:40
נשלח ב-16/10/2009 01:09
יענקעלע
ביי א מלחמה איז א סטראטעגיע די וויכטיגסטע חלק, און יעדער צד פרובירט צו דערשווישן דעם שונא'ס סטראטעגיע
אט דאס זעלבע איז דא.
איך רעד נישט אין נאמען פון די רעבעצינס מענטשן, אבער סטראטעגיש איז דער יעצטיגער מהלך בעסער. פארוואס? וועלן מיר רעדן ביי א קומעדיעגר געלגענהייט. ווען? איך האף אז נישט לאנג ארום.
נשלח ב-16/10/2009 02:43
ר' דוד טייערער, איהר פיהרט אוועק די נושא אויף א נושא וואס באלאנגט אין א צווייטן אשכול.
ר' יענקל 11 שרייבט צווישן זיינע רייד אסאך דמיונות וואס פאסט פאר א חסיד פון זיין מחנה,
אבער איין פוינט רעדט ער זייעהר שכלדיג אז ביידע מחנות וואלטן זיך שוין לאנג אויסגעקומען ווען נישט משה גבאי וואס האט דערין א פריוואטע אינטערעס ער מיינט נישט קיין כבוד פון קיינעם נאר זיך און זיך
עס איז שוין די העכסטע צייט משה גבאי זאל זיך אפשאקלען פון עולם השררה און תשובה אויף זיינע עוונות הראשונים
עס איז שוין די העכסטע צייט משה גבאי זאל שוין נישט ערשיינען אויף קיין אויבנאן ביי כלל ישראל מחמת מיאוס
נשלח ב-16/10/2009 03:29
שכלדיג אינטרעסאנט, אויף מיין ערשטע צוויי חלקים פון מיין אנאליז זעה איך נישט ווי דו קענסט זיין מחולק מיט מיר, און דו רופסט דאס נאך אן דמיונות? אפשר מיינסטו מיינע חלומות און דמיונות פאר סיס פייער? נו, דאס רוף איך דאך אויך אן חלומות ודמיונות, אויף די דריטע אבזערוואציע בנוגע משה גבאי וואס דארט קען מען אפשר מחולק זיין, דארט ביסטו פולקום מודה צו מיר, סא, וואס מיינט : ר' יענקל 11 שרייבט צווישן זיינע רייד אסאך דמיונות וואס פאסט פאר א חסיד פון זיין מחנה,
תורה הוא וללמוד אני צריך. ווי ביסטו מחולק מיט מיר?. אבער נאר שכלדיג!!!
נשלח ב-16/10/2009 03:48
ר' יענקל 11 לאמיר דיר ענטפערן קלאר און דייטליך:
איך האב נישט געמיינט צו אפווארפן דיינע רייד ווייל זיי זענען באמת דברים של טעם ושכל,
נאר ס'איז דא זאכן פון די וואס דו ברענגסט וואס זיי זענען די הבדל צווישן די צוויי מחנות, ווי למשל דו שרייבסט:
..טויזענטער אידן שטופן זיך באנאזאם און פארגיסן טייכן טרערן ביי זיינע תקיעת שופר, כל נדרי, הושענא רבה דרשות,
האט דאס איז ביי די אנדערע מחנה נישט מער ווי דמיונות וואס פעלט נישט אויס ביי א חסידות, און דאס האב איך געמיינט.
אבער נאכאמאל ר' יענקל איך גיב קרעדיט פאר דיין הילוך המחשבה און שכלדיגן בליק.
ווען דו זאלסט זעהן משה דעם גבאי'נס פנים ווי עס לייכט ביי אזא אושפוזא דמשה טיש, ביי די הקפות שטייענדיג אויפ'ן באלעמער און ווייזט ווער ס'זאל קומען פאר א ספר - ווי דו רופסט עס 'ברצותו בונה וברצותו סותר', צו ביים גיגאנטישן נעילת החג, צו ביים באגלייטן אויפ'ן פארטש, צו סתם אזוי א כ''א כסליו, א טאג נאך כ''א ווי מ'מאכט די לעצטע פאר יאר א הערליכע כינוס פאר די טויזנטער תשב''ר וואס פילן אן דעם ריזיגן היכל הביהמ''ד (דאכט אז ס'איז כדי זיי זאלן נישט קומען ביינאכט, וכו' וכו'
דארף איך דיר נישט מסביר זיין דיין טעות!
נשלח ב-16/10/2009 06:31
איין פרט דאס אז ער האט שונאים, גלייב איך, שמעקט אים סך מער אז ער האט שונאים ווי די ארונים, וואס האבן פיינט ווייל ער האט געבעקט זיין רבי'ן ביי וועם ער האט געדינט אלס גבאי פון'ם טאג וואס ער איז געווארן סאטמאר רבי ביז ער האט אויסגעצויגן זיין לעצטן אטעם, ווי ווען ער שטייט מיט ר' אהרן און טויזנטער יודן האבן אים פיינט ווייל מ'רודףט זיי און מ'טוט זיי אין רעאליטעט וויי, צב''ש די בני יואל, רביצינ'ס חברה, קאשוי, וויזניץ וכו',
בין איך גערעכט?
נשלח ב-16/10/2009 15:56
ניחמתני זעליג ניחמתני,
הייסט עס אז משה האט יא געווינען, און ער איז יא צופרידן,
נא, קען מען דאך יא אראפ לייגן דאס געווער,
און איך האב יא אויסזיכטן צו דערלעבן א שטיקל פארשטענדעניש,
און ס'איז נאך יא דא א שטיקל טשענס פאר אביסל מנוחה און שלום ושלווה,
אבער זעליג זיסער, I HATE TO DISSAPOINT YOU,
איך גיי מיר נישט האלטן דעם אטעם,
זעהט אויס אז דו קענסט נישט דער קערעקטער משה גבאי,
וויאזוי האט המן הרשע געזאגט?
וכל זה איננו שווה לי, בכל עת אשר אני רואה את מרדכי היהודי יושב בשער המלך,
ווי לאנג ער זעהט דער רבי אהרן מיט זיין מעכטיגע מלוכה איז עהם גארנישט ווערט,
ווי קומט צו דאס מכבד זיין א לעפקעלע מיט א הקפה צו איינמאל צונעמען
אודה פון הרה''ח רבי יקותיאל הערש ווערצבערגער,
אוי, כאטשיג נאך איין שפיי אין פנים פאר ר' יודל ווערצבערגער...
אבער כאטש נאך איין שטויס אין פנים פאר ר' חיים אליעזר גראס,
כאטשיג נאר איינמאל נישט אריין לאזן א מיטטעלמאן צום רבי'ן,
יא ס'איז זייער גיט צו מכבד זיין דעם קליינעם רויטן יאקאבאוויטש מיט א הקפה
און אפילו ווען ער האט מיר ארויס געשטרעקט די צונג און נישט געוואלט גיין...
אבער דאס קומט ווייט נישט צו צו דעם פלעדזשער וואס ער פלעגט צו האבן
ווען ער פלעגט אזוי פוינטן מיטן פינגער צו א גרופע חסידים (קעלבלעך כלשונו הצח)
און ווען צענדליגע חסידים האבן אזוי געפרעגט צו מען מיינט זיי,
ווי זיס איז געווען ווען פאר יעדן באזינדער אזוי צו דרייען מיט קאפ אז ניין,
נישט דיך מיין איך, מיטן צינישן שלאנג שמייכל זיך ווייטער געוואקט און ביים
נעקסטן ווינקל חוזר חלילה, ער ווייזט מיטן פינגער אז ער איז מכבד איינעם
מיט א הקפה און פאר א יעדן באזונדער ווייזט ער, אה, נישט דיך מיין איך,
זעליג, שטעל דיך נאר אינטער דעם שד ביי נעילת החג,
ווען ער קלאפט אין באכעט אזוי אויפן בענקל ביים זינגען,
שפיץ דיר אן די אויערן וועסטו הערן ווי ביי יעדן באכע שרייט ער מנהמת ליבו
אהרן הופפער, הופפער אהרן, מענדעלע אהרן, אהרן מענדעלע,
דער מענטש לייגט זיך שלאפן מיט אהרן און שטייט אויף מיט אהרן,
ער רעדט נישט ארויס קיין סענטענס אן א קללה פאר רבי אהרן,
זאגסטו מיר אז ער איז צופרידן? אזא יאר אויף משה ווי ער איז צופרידן,
יא, ווען ער בלייבט א ציווילער בירגער וואלט ער געווען צופרידן,
ער וואלט געווען פונקט ווי רבי יוסף אשכנזי ז''ל,
געלט האט נישט געפעלט, און יעדער האט עהם רעספעקטעד אלץ דעם רבינס גבאי,
אבער היינט צו טאג קיק אן ווי דער לאנגער שד זעהט אויס,
יעדעס מאל וואס ער דארף לעקן א פאשטיקענעם טירנויער אדער א וואלדמאן
ווערט ער פארעקלט, שטעל דיר פאר, דער שטאטסמאן משה פריעדמאן
דארף לעקן דעם גראבן געלבמאן, פוי, ער ברעכט אלץ דערפון,
אבער ער ווייסט גאנץ גיט אז אן זיי איז ער אינגאנצן אויסגעשפילט,
און ער דארף דאס טוהן בדלית ברירה, און דאס רופסטו אן א געווינס?,
זעליג זעליג, GET UP AND SMELL THE COFFEE.
נשלח ב-16/10/2009 16:37
אס פירט זיך דא א גאנצע וויכיח, צו בן פראדעל האט יא, געווינען, צו ער האט נישט געווינען, לאמיר זען בן פראדעל'ס בלו פרינט שנת תשנ''ט תש''ס:
ר' זלמניו ווערט רב און וויליאמסבורג,
דער גאנצער עולם שטעלט זיך צו, כאיש אחד בלב אחד, ביי ש''ס זיצט הרה''ר ר יקתיאל הערש ווערצבערגער שליט''א, ר' מאיר שטיין, ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער, און נאך און נאך,
די פאר מחוצפים, וואו ר' עמרם כהן, יצחק קארצוג, מתת' דייטש, קיקען אויס פינקט וואו יוסל וואלדמאן,
דער ברך משה זי''ע לאזט פאלן ברבים ווערטער, אז ער וויל אז נאר ר' זלמניו זאל זיין ממלא מקום,
זלמניו ציט זיך אריבער אונעם הויז פון רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע אויף 550 בעדפארד עוווניו,
זלמניו ווערט רבי און סאטמאר, און גאנץ סאטמאר ווארפט זיך אונטער אונטער אים, חוץ א פאר נארישע אראפגעקיקטע עזות פענימער,
זלמניו ווערט דער נשיא פון , כולל שומרי החומות, קרן הצלה, התאחדות הרבנים, עידה החרידית,
און ווען זלמניו שרייבט אונטער א קול קורא אז מען זאל קימען צו א דעמעסטראציע, מיזן אלע רבנים זיך צו שטעלן, און קימען און די מאסען אנטייל צו נעמען און די מלחמת לה' בעמלק, וואס ר' זלמניו פירט אן מיט גרויס געניטשאפט,
מענדל שווימער ווערט מנהל המוסדות און בארא פארק, און אהרן וועלץ פליעט וואו א הונט,
משה חיים ווידער איז גבאי און 53 און ווער עס רעד איין ווארט אויף זלמניו אדער אויף אים, בן פראדעל, פליט ארויס בשן ועיין פון בית מדרש,
בן פראדעל טיילט איין די חלקות אויפן בית החיים,
עס איז דא נאר איין אנטארדאקסישע צייטונג, און אמעריקע, וואס איז אונטער די קאנטראל פון בן פראדעל, און אח און וויי ווער עס גייט נישט און שפאן, יעדע רב, מוסד מיז צו אים צוקימען,
ר' מנשה זאל לעבן זיצט על כיסא ממלכתו און ירושלים עה''ק, און דינט געטריי די אונטרעסען פון ר' זלמניו מיט זיין דירעקטאר בן פראדעל,
ועל כילם די הקפות תש''ע,
ר' זלמניו שפאצירט אריין אונעם נייען ביהמ''ד אויף ראס סט' מיט די נאסע פיאות, און די בית המדרש איז געפאקט עד אפס מקום, אונגעפילט מיט צענדלגע טויזענטער חסידים, וואס ווערן תיכף פארשטילט מיטן אריין קימען פונעם גרויסן רבי'ן ר' זלמניו, און שטייען אויף די פוס מיט יראת הכבוד און הייבן אויף די קינדערליך זענען כאפן א בליק אויפן ''צדיק הדור''
און ער בן פראדל שפארצירט אונטער ר' זלמניו, און באגריסט ווארים מיט א שמייכעל די צענדליגע עשירים און פילאנטראפען וואס זענען געקימען צו פארן פון די גארער וועלט מיט צו האלטען די הייליגע הקפות בצל הקדוש פון ר' זלמניו,
די מזרח זייט איז באזעצט מיט רבנים און שיינע יודען ,וואו ר' געציל בערקאוויטש שליט''א ר' ברוך מיללער שליט''א, ר' מענדל זילבער שליט''א, ר' משה פריעדמען שליט''א, ר' ישראל דוד הארפענעס שליט''א, ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט''א, ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט''א און נאך און נאך,
און ר' פרץ ליפקאוויטש גייט צו צו מערבית, און ר' שלמה שמש שטייט אויפן ארון הקודש, און פראבירט צו פארשטילען די צענדליגע טויזענעער חסידים, וואס שטייען שוין גרייט פאר די הקפות, אויף די 18 שטאקעדיגע פארענטשעס, וואס נעמט ארוים דעם גאנצען ביהמ''ד, און עס העלפט א מכה,
מען פארקויפט אתה הראיתה פאר א מיליאן דאללאר,
ר' זלמניו גייט צו צום עמוד און הייבט אן מיט א ברען אתה הראיתה, און די צענדליגע טויזענטער חסידים, זאגען מיט מיט א הלהבות, אזוי אז עס איז וינעו אמות הסיפים,
מתת' דייטש שטייט אויפן גאס, און בעט זיך ביי די דורוך גייענדע בחורים, וואס שטראמען און די מאסען צו ר' זלמניו'ס הקפות אויף ראס סט' זאלן אריין קימען מצרף זיין צו מנין, און די בחורים לאכען אים און פנים און שטעקן אים ארויס די צינג, וכו' וכו'
האט בן פראדעל געווינען? אדער גאר פארלוירען?
תוקן על ידי פארשטיי ב- 16/10/2009 16:40:16
נשלח ב-16/10/2009 18:16
פארשטיי, יענקעלע זאגט כאטש עפפעס, דיין טענה מיט'ן בלו פרינט איז נאריש וויל ס'איז א שטעקן מיט 2 עקן: איך קען פונקט אזוי אראפלייגן אהרנ'ס בלו פרינט און אויספירן 'ער האט געמיינט אז משה גבאי און שלום יוסף דייטש און זיינע פאר מענטשן וועלן זיין אזוי ווי יוסל וואלדמאן איז געווען אין די נ'ס, דערוויל זענען זיי אלע ווייטער מושל בקופה אין א שיין אויפגעסעטטע חסידות, נישט אזוי?
און צו יאנקעלע, איך מיין אז דו ווייסט בעססער פון מיר אז משה גלייכט א בעל בתיש'ען עולם, ווייל איך זעה ,אז דו האסט דאס גענומען פאר די טענה מיר אפצוענטפערן
נו, וואס נעמסטו אפאר נעמען וואס דו און איך ווייסן אז זיי באלאנגען נישט דא און כ''ש אז זיי דאווענען נישט דא?,
אין פאקט, איז ר' זלמן לייב'ס חסידות סך מער אן אריסטאקראטישן און בע''ב'ישן עולם ווי ר' אהרנ'ס, און דאס זאגסטו דאך אז ער גלייכט, נא איז דאך געוואלדיג?!
נשלח ב-16/10/2009 18:19
יענקעלע זאג נאר נאך איין מאל די ווערטער וואס דו האסט פריער געזאגט, ''ער וואלט געווען פינקט אזוי ווי ר' יוסף אשכנזי ע''ה'' און לאך דיך אליינס אויס..., וויאזוי איז ער טאקע געווען אלע יארן?, ווען האט מען אים די ערשטע מאל צוריק אנגעהויבן צו מכבד זיין? ווען האט מען אים - אלס די גבאי פון'ם בעל הנס די ערשטע מאל גערופן רעדן כ''א כסליו? און די זעלבע מיט כ''ו אב?