(פין אימעיל)
כ'זעה מ'רעדט דא פארוואס דער געוועזעזנער משתב''ק איז א לוזער
לאמיך ענק איין זאך מסביר זיין
פארשטייט איר פארוואס אין באבאוו אין כ''ק רב''צ געבליבן מיט אלע בנינים אין פארוואס אין וויזניץ איז כ''ק ר''י געבליבן מיט די בנינים אא''וו?
די סיבה איז שוין היינט באקאנט פאר יעדן, זייערע מענטשן (רב''צ אין ר''י) האבען יארען פריער ביטער שווער געארבעט, אין אריינגעשטעלט אין יעדען געגנט ''זייערע מענטשן זאל פירן די מוסדות'' אדער זיך גאר נאנט געמאכט מיט די פירערשאפט פין די מוסדות פין אלע געגנטער, אין זיכער געמאכט אז זיי האבען זיי ''אין די האנט'' זיי זאלען זיין גרייט ווען מ'רופט זיי.
אזש ווען באבווער רב איז נפטר געווארען, / בעסער געאזט ווען ר' נפתלי ז''ל האט אנגעהויבן צו ווערן שוואך אין די ארטיגע מערכה האט שטארק אויסגעבראכען, האבען רב''צ'ס מענטשן נישט געהאט קיין שווערע ארבעט, אין אלעס איז געגאנגען ווי פין זיך אליין'ס - ווי געפלאנט.
די זעלבע האט רח''מ פעלדמאן אין זיין סטעף געטוהן אין וויזניץ, אין פארשטייט זיך אז אלע זיינע אפילירטע האבען זיך גלייך צוגשעטעלט, אין ר''י האט רוב בנינים אין וויזניץ כהיום יום.
(אין דאס איז טאקע די סיבה פארוואס רב''צ האט פארלוירן אין מאנסי, ווייל דארט האבען זיך רמ''ד'ס מענטשן באווארענט אין ר' יושע רובין'ס זין/איידעם דינט דארט אלס רב, אין ר' אייזיק דייטש האט מנדב געווען דעם ביהמ''ד, אין די זעלבע זאך פארוואס ר' ישראל האט געהאט פראבלעמן אין וומ''ס'בורגע בנין)
אין סאטמאר האט דער מועיל געהאלט דעם זעלבן קאפ שטיק, פרעגט אייך נאך ביי ר' ישעי' וואלף לעווי, ר' אברהם ווידער, ר' דוד עקשטיין, ר' בערל פר''מ, ר' משה חיים ווייס, ר' אהרן וועלץ, וכו' וכו' ווי נאנט אין געקניפט זיי זענען געווען מיט דעם געוועזענעם משתב''ק וכת דיליה, אין ווי ער האט זיי געהאט אין טאש (כלשונו).
אבער דא איז עס געשהן.........
ווען דער מתשב''ק האט געשיקט די מעסעזש, אז יעצט דארף די ''קאוד'' ארבעטן, האבען רוב מנהלי המוסדות געזאגט
אנטשולידיג! צווינגסט ארויף צו א שוואכע אויסוואל.................
אין ער איז געבליבן מיט די צינג אינדרויסען אין שעלט נאך יעצט
צוויי פלעצער איז אים נאך געלונגען מיט ווילדע שריט, 1) ירושלים: ארויסצרוקן ר' אנטשיל שווארץ 2) און וומ''ס: ארוסצורוקען ר' בערל פר''מ, דורכ'ן ניצן דעם רבין בעל ב''מ ז''ל פאר זיין שטעקן.
אבער אין ב''פ, ק''י, לאנדאן, מאנטשעסטער, ב''ב האט מען אים פשוט געוויזען די רוקן - צו זיין אנטוישינג.
אין ווען ער האט געוואלט ארויסרוקען ר' דוד פין ק''י, אדער ר' אהרן פין ב''פ האט ער געזעהן זיין ''כח''
(אין מאנטריאל, אנטווערפן, האט קיינער למעשה נישט די פולע בעלות, אין ביידע צדדים דאווענען אין איין שול, ביז איין צד וועט זיך אליין אפטיילען)
סוי! לוזער
א מענטש טראכט אין ג-ט לאכט!
ויה''ר שלא יניח שבט הרשע על גורל הצדיקים
תוקן על ידי nuremes ב- 19/10/2009 1:32:28
נשלח ב-19/10/2009 01:40
ער האט אין וומ''ס ארויסגעריקט
ר' שמואל דוד מארקאווישט
ר' יצחק רז''ב
ר' חיים אליעזר גראס
ר' דוד שמעון פראמאוויטש
ר' דוד הערש מערץ
וכו' וכ'
סיי ער האט געניצט דעם רבי'ן ז''ל פאר א שטעקן סיי ער געניצט אימארלישע שלעגערס אין רוצחים, וואס אך אין וויי איז געווען ווען איינער האט נישט אפגעטרעטן.
נשלח ב-19/10/2009 01:47
נאראמת איז גערעכט
אין גער האבען זענען די היינטיגע רבי'ס מענטשען געפירט די מוסדות בשעת דער פני מנחם האט געלעבט.
נאך זיין פטירה איז אלעס געגאנגען געשמירט.
נשלח ב-19/10/2009 02:43
איז דען עפעס א פראגע אז משה גבאי איז דער וועלטס לוזער?
אז דער שטאלצער שד דארף לעקן זיין ארכי שונא יוסעלע וואלדמאן,
איז דען עפעס א פראגע וואס עס איז געשטאנען אויף זיין בלו-פרינט?
איז דאס דען געווען א סוד? אלע זיינע חברים וידידים האבן קלאר געוויסט זיינע פלענער,
ער האט מיט שטאלץ דאס יעדן פארציילט, ביז צוויי וואכן פליט אהרן קיין פלעטבוש איז
געווען זיין סלאגן, איך גיי עהם מאכן פאר א שראליקל, איז געווען זיין כסדרדיגער
סטעיטמענט, יא, אצינד קענען זיי שרייבן אז דאס איז בלויז חלומות און מען קען זאגן
דאס זעלבע אויף רבינו שליט''א, אבער דעם אמת ווייסט יעדער אפילו די זאליס,
און צו טענה'ן מיט זיי איז אומזינסט, אין קץ לדברי רוח, ער האט יעדן אריין גענומען
אין חשבון, די לעפקעס, אביגדור יאקאבאוויטש, די רעבעצינס מענטשן, די בני יואל,
די שארמאשער, אבער פון די עכטע חסידים פון ברך משה זי''ע האט ער פארגעסן,
ער האט זיי גענומען פאר גרענטעד, און זיי האבן עהם דערלאנגט א פליק אז ער קען
נאך היינט נישט צו זיך קומען,
אגב רעדענדיג פון משה גבאי איז כדאי צו דערציילן אז דעם יום טוב גיי איך אהיים פון
בית המדרש מיט איינעם פון מיינע וויליאמסבורגע ידידים, און ווער קומט אונז אקעגן?
דער מלאך המוות אליין, אונזער אלטער (געוועזענער) ידיד משה גבאי קומט אונז א קעגן און מיט
אזא בלעכן פנים גיט ער מיר א גרויסן שלום עליכם, וואס מאכסטו עפעס? גיט ער מיך א
פרעג, רופט זיך אן אונזער ידיד אז מיר רייסן זיך ארום, דעם משה'עס אויגן האבן אנגעהויבן
צו קוועלן, אבי צוויי אהרונים קריגן זיך שוין, וואס גייט שוין פאר צעווישן ענק? גיט ער א פרעג,
אפשר קען איך שלום מאכן?, ענטפערט אונזער חבר, NO CHANCE פאר א שלום,
איך האב אלץ געמיינט אז ביי די אהרונים זענען מיר אלע באחדות און נאר ביי ענק זאליס
קריגט מען זיך, און למעשה וואס זאל איך דיר זאגן משה, איז פונקט פארקערט, ביי אייך זאליס
האלט יעדער אייניג, און ביי אונז רייסט מען זיך ארום, וואס גייט שוין פאר? פרעגט ער מיט
איין אטעם, און די שפייעכטס הייבט עהם שוין אן צורינען פונעם פיסק, COME ON זאג
מיר שוין וואס עס גייט פאר, וואס עס גייט פאר? איך וועל דיר זאגן, איך גיב א פרעג היינט
אין בית המדרש פון א קופקע אידן וואס האט ענהאלטעט בערך 10 מענטשן, און איך פרעג
זיי זאגטס נאר וואס האלט איר איז געווען דער שענסטער פארט פון די ימים טובים, נו, משה
האסטו געדארפט הערן די ענטפערטס (און פארגעסט נישט דאס איז געווען פאר נעילת החג)
איינער זאגט אז די תקיעת שופר דרשה אין וויליאמסבורג איז געווען עפעס מורא'דיג,
די בכיות וואס דער רבי האט אראפ געלייגט און ווי דער עולם האט מיט געוויינט איז געווען
עפעס העכערס, זאגט דער צווייטער אז כאטשיג די דרשה איז געווען מורא'דיג אבער עהם
האט די תפלות פון מלכיות זכרונות שופרות אינגאנצן באנומען, יעדעס ווארט וואס איז ארויס
געקומען מפי רבינו איז געווען מיט געפיל און מיט הרגשים, רופט זיך אן דער דריטער אז אמת
ראש השנה איז געווען עפעס מורא'דיג אבער דאס קומט נישט צו צו שלש עשרה מידות,
דאס תהלים זאגן די דרשה דאס האט עהם פשוט דערמאנט וואס ער האט געליינט פונעם
הייליגן טאג שלש עשרה מידות ביים הייליגן ייטב לב זי''ע, גיט דער פערטער א שמייכל און
זאגט אהוביי ידידיי איך בין זיכער אז איר זענט נישט געווען ביים רבי'ן שליט''א ביי די סעודה
ערב יום הקדוש, מען האט געקענט אנטאפן די קדושה, דאס ערנסטקייט איז געווען אין לשער,
על כל פנים, דער פופטער און זעקסטער און אזוי ווייטער יעדער האט געהאט אן אנדערן מיינונג,
ביי איינעם דער אושפוזין טיש, ביי איינעם די נענועים, ביי איינעם דער הלל, הקיצור, 10 מענטשן
מיט 15 מיינונגען, אבער ביי אייך, איז יעדער מיט איין מיינונג, איך האב היינט אינדערפרי
אין די מקוה אין ראדני אזוי א פרעג געטוהן די זאליס, וואס איז ענקער שענסטער פארט פון
די ימים טובים, און כולם בפה אחד געבן א זאג, "נעילת החג טיש", נו, משה, פרעג איך דיך
איז נישט ביי אייך דא אחדות? יעדער מיטן זעלבן מיינונג?, בו בזמן וואס ביי אונז אהרונים
האט יעדער א אנדערער מיינונג, משה'עס פנים איז געשוואלן געווארן פאר כעס, און אפגעפיצט
פון אונז אן א גיט יום טוב.
נשלח ב-19/10/2009 05:03
יענקעלע, די לעצטע תגובה איז א קיללער
די ערשטע ארטיקל איז גוט. שכלדיג איז גאנץ גוט, דאן קומט YESWECAN און ווארפט אריין אפאר ווערטער סתם אזוי זיך אויפארבעטען די שטימע אבער מיט קיין קאנקרעטע תגובות, זעליג איז קיין ליב האבער אבער ער קען פארנעמען אמת אין CASE OF EMERGENCY אבער דא ביים סוף בין איך געווארען דיסאפוינטעט
נשלח ב-19/10/2009 05:45
noremes כתב,
צוויי פלעצער איז אים נאך געלונגען מיט ווילדע שריט, 1) ירושלים: ארויסצרוקן ר' אנטשיל שווארץ 2) און וומ''ס: ארוסצורוקען ר' בערל פר''מ, דורכ'ן ניצן דעם רבין בעל ב''מ ז''ל פאר זיין שטעקן.
לאנדאן? מאנסי? מאנטריאל (זאגסט אז מ'דאווענט אין איין שוהל - למעשה ווער האט די מוסדות?)? אנטווערפן?
וואס איז מיר יא אינטערעסאנט דא נאכ'ן גאנצ'ן שמועס, אז ס'האט זיך אזא ריזיגן ריק געטוהן פון חוה''מ פסח נ''ט,
לאז מיך מיר מסביר זיין וואס איך מיין, דאן - פאר ווער ס'געדענקט נאך, איז יעדער געווען היציג שטורמיש, נאו דאיט אז משה וועט דא עפפעס האבן! סיי ווער ס'איז געווען אין ביהמ''ד ביים ליינען האט אזוי ארויסגעהאט די זאך, און כ''ש ווער ס'איז געווען אין פארנט פון'ם ברך משה'ס הויז חוה''מ ביים איבערדרייען די קאר, די זעלבע זאך די קומענדיגע פאר חדשים, און אפי' יארן, מ'האט זיך געשעמט אנפאנג זיך צו אינדעפיצירן מיט משה'ן מיט רז''ל, מ'האט געציטערט צו פארציילן אז מ'האט א ברודער אין קווינס ישיבה א.ד.ג. און יעדער ארוני האט געהאט א פשוט'ע סיבה אנצוווייזן אז משה איז ווי מ'רופט עס היינט א לוזער ווייל קוק רז''ל'ס חסידות איז שוואך, בקיצור ס'איז נישט געלונגען....
איז אדורך אפאר יאר און זיין קאמפאני איז געווארן א סוקסעס, אין די גאנצע וועלט ווייסט היינט יעדער אז ס'איז דא 2 סאטמאר'ס, 2 גרויסע ישיבה גדולה'ס און אלע צוגעהערן, (אגב האט מיר א יוד פארציילט, אז ר' אהרן דינן האט געטראפן אין פאלם-ספרינגס א פייערדיגע באבובע חסיד, שוין א עלטערער, פרעגט ער אים ווי זיין שטייגער ווער ער איז, אוואו ער וואינט, ווי ער באלאנגט? זאגט ער אים אין באבוב, פרעגט ער אים וועלכע, זאגט ער באבוב, זאגט אים ר' אהרן, ''נא נא, הער מיר צו, איך ווייס שוין היינט אז ס'איז דא 2 סאטמארס, פארקויף מיר נישט קיין מעשיות אז ס'איז דא איין באבוב....'') עניוועי,
היינט האלט מען שוין אז כדי צו מאכן משה פאר א לוזער, מוז מען נעמען ר' אהרן וואס איז געווען דאן די מאוסט פאיערפול מאן אין סאטמאר, און אים אראפברענגען אזוי ווייט אזש צו זאגן אז ס'האט געפעלט א האר אז משה זאל אים מאכן פאר א שראליק, א יענץ, א דעיס, קאם אן, ס'האט געהאלטן אזוי ווייט פון דעם, ווער ס'איז רעליסטיק ווייסט אז ענדערש האט געפעלט א האר אז משה זאל זיין א 'געוועזענער' יענער חוה''מ דארף איך איינעם פארציילן אז משה האט נישט געקענט וואקען אין גאס?
סוף דבר די קהלה דאס הייסט די גאנצע סעט אפ פון ראשי קהלה גבאים די צענטראלע ביהמ"ד איז ביי די ארונים- די כולל איז ביי די ארונים - די מיידל סקול איז ביי די ארונים - ביהמ"ד ויואל משה איז ביי די ארונים - די חדר איז געלונגען פאר די זאליס מיטן אלטן קליינעם ביהמ"ד אויף קעיזינאוו דעטס איט. וואס ער האט זיך אליין געבויט נאכדעם איז בכלל נישט אינטערעסאנט יעצט
מאנטשעסטער - קאמפליטלי ביי די ארונים
בני ברק - קאמפליטלי ביי די ארונים
אנטווערפן - אלץ געווען אן אפגעריסן פלאץ קיינער איז נישט בעה"ב דארט סהערשט דארט טאטאל אנארכיע דרעזנער מיט שטויבער שלאגן זיך ארום אויף פאוער ווער סזאל מער קענען גנבענען - ווען זאלי איז דארט געווען מיט די גאנצע פאמפע דראמפע פאר אנדעהאלבן יאר צוריק בעקלאמפערשט אויסצולייזן דעם בית רחל האט ער נישט מצליח געווען - מרדכי שטויבער פייפט זיך אן אויף עם מיט א גרויסן שופר (איך רעדט שוין נישט פון די בושות וואס ער האט געהאט דארט מיט ר' לייבוש'ן ער האט כמעט נישט געקוקט אויף זיין זייט) זאלי איז בכלל נישט בעה"ב דארט ער האט נישט קיין שום השפעה אויף די משוגעים דארט זיי זענען נאר זאליס ווילאנג ער ברענגט זיי געלט
ווען ר' מענדל איז דארט געווען לעצטנס מיט כבוד מלכים האט ער פונקט אזוי געקענט דאווענען אינעם שול ווי זאלין
די ארונים האבן זיך יעצט געקויפט אן אייגענעם בנין פשוט ווייל זיי ווילן זיך עכ"פ פאר זיך אביסל נארמאליזירן מיט נארמאלע קהלה און מוסדות ווייל אינעם יעצטיגן מצב דארט מיט שטויבער און דרעזנער שפייט יעדער בלוט סיי ארונים און סיי זאליס
די כולל דארט געהערט פאר די ארונים אינעם ביהמ"ד ביז היינט
די אונטערשטע שורה די ארונים אדער איז זיי געלונגען צו בלייבן מיטן אלטן און אז נישט בויען זיי איבעראל פרישע אימפעריעס מיטן אלע קלאפער געצייג
און זאלי אדער האט ער געגאנבעט און אז נישט פרובירט ער אנצושטונקען ווי ער קען נאר
אין בני ברק
אין בארא פארק
אין ק"י
אבער פון טון עפעס פאזיטיוו קומט ניטאמאל אין באטראכט
סתם א ביליגער שמוציאן און א גנב מיט זיראו קוואליפיקעישאנס!...
תוקן על ידי פאראלעל ב- 19/10/2009 14:33:33
נשלח ב-19/10/2009 15:52
לאמיר ברשותכם אביסל אויסגלייכן די חילוקי דברים צווישן די צוויי מחנות:
דאס איז קלאר אז מהרז"ל שליט"א האט געהאט אַ אומגערישטע הצלחה און סייעתא דשמיא ספעציעל מיט די ישיבה גדולה.
דאס איז קלאר אז ר' משה פ"מ האט געליטן אַ דורכפאל מיט זיין פלאן פון איינעמען די וועלט און צוקלאפן מהר"א.
דאס איז קלאר אז פאר רובא דרובא פון מחנה הזלונים שטערט נישט די חסידישע צוקאכקייט ביי די מחנה הארונים.
דאס איז קלאר אז פאר ר' משה פ"מ שטערט יא די מחנה הארונים ווייל ער וואלט אפשר אויך געוואלט אזא חסידות.
דאס איז קלאר אז פאר די אלוועלטליכע מחנה הזלונים ברענט נישט בכלל צו האבן איינגענומען די וועלט.
דאס איז קלאר אז פאר די אלוועלטליכע מחנה הארונים באדערט שטארק וואו זיי האבן פארלוירן אין די וועלט.
דאס איז קלאר אז פאר ר' משה פ"מ פרעזענליך באדערט שטארק ווא ער האט פאלוירן מאכט אין די וועלט.
קלערט אייך איבער אין די ווארהייט פון די נקודות וועט איהר זיך שוין נישט אזויפיהל טענה'ן אויף קלארע פאקטן.
נשלח ב-19/10/2009 16:14
ווער איז דער וועלט? דאס איז א גברא? א חפצא?
ווער איז די וועלט וועם די ארוינים ווילען איינעמען?
און ווער איז דער וועלט וועם די זאליס ''ברענט נישט איינצונעמען''?
נשלח ב-19/10/2009 16:21
מיינס אַ באקאנטער פרעגט מיר אין אישי אז לויט מיינע אויבערשטע נקודות
איז אויף וואס שלאגט מען זיך נאך אין בארא-פארק און אין בני-ברק ?
איך וועל איהם ענטפערן דא ברבים כדי פאר וועם עס איז שווער זאל הערן די תשובה:
אין בארא-פארק איז דאס די פייט פון די ארטיגע חסידי מהרז"ל שליט"א וועלכע שלאגן זיך אויף זייערע רעכטן, נאר ווי פארשטענדליך און שכלדיג האבן זיי די רוקן פון די אלוועלטליכע מחנה הזלונים.
אין בני-ברק איז דאס מער די פרעזענליכע פייט פון ר' משה פ"מ וועלכער שלאגט זיך אלס נקמה אין זיינע ערשטע מחוצפים, נאר ווי פארשטענדליך און שכלדיג געניסט ער פון אַ רוקן פון די אלוועלטליכע מחנה הזלונים.
נשלח ב-19/10/2009 16:22
רעכטען פאר די זאליס און בארא פארק? איר קענט אפשר א ביסעלע קלארער מסביר זיין פון וואס פאר א רעכטען מיר רעדען דא?
נשלח ב-19/10/2009 16:26
אודה ולא אבוש, איך קען מיך נישט פונקטליך אויס אין די ארטיגע טענות פון די זלונים.
וועלט מיין איך צו זאגן די סאטמארער מוסדות איבער די וועלט.
נשלח ב-19/10/2009 17:49
שכלדיג,
הכי קרא שמו שכלדיג, נישט אומזיסט הייסט ער שכלדיג, פשוט ווייל ער שרייבט מיט שכל...
דאס ווארט קלאר האט צוויי באדייטס,
איינס כשמו כן הוא פשוט און גראד, קלאר, זיכער, באשטומט, כולי עלמא מודים,
און דאס צווייטע איז... קלא''ר, וואס איז ר''ת "אין קץ לדברי רוח", אין אנדערע ווערטער, שטותים מיט לאקשן.
און לאמיר ברשותכם אביסל אויסגלייכן די חילוקי דברים צווישן די צוויי "קלאר":
דאס איז קלאר אז מהרז"ל שליט"א האט געהאט אַ אומגערישטע הצלחה און סייעתא דשמיא ספעציעל מיט די ישיבה גדולה.
OK איך בין מודה במקצת, ער האט א אומגערישטע הצלחה "אן" סייעתא דשמיא מיט זיין ישיבה גדולה,
דאס איז קלאר אז ר' משה פ"מ האט געליטן אַ דורכפאל מיט זיין פלאן פון איינעמען די וועלט און צוקלאפן מהר"א. אמת ויציב.
דאס איז קלא''ר אז פאר רובא דרובא פון מחנה הזלונים שטערט נישט די חסידישע צוקאכקייט ביי די מחנה הארונים.
באלאני און BS, רוב זאלונים האלטן דאס נישט אויס, אויסער אז מיר דארפן אריין גיין אין די סוגיא פון "מיהו זאלוני".
דאס איז קלאר אז פאר ר' משה פ"מ שטערט יא די מחנה הארונים ווייל ער וואלט אפשר אויך געוואלט אזא חסידות.
אמת ויציב.
דאס איז קלא''ר אז פאר די אלוועלטליכע מחנה הזלונים ברענט נישט בכלל צו האבן איינגענומען די וועלט.
איך ווייס נישט פון איינעמען די וועלט, אבער זיי וואלטן זייער געואלט אז ער זאל זיין דער איינציגער איינדערקענטער
סאטמארער רבי אין דער וועלט, ער זאל זיין נשיא עדה החרדית, נשיא התאחדות הרבנים, נשיא כולל שומרי החומות,
נשיא רב טוב, נשיא קרן הצלה, דערווייל איז נאר איין נשיא, "ואם נשיא יחטא"...
דאס איז קלא''ר אז פאר די אלוועלטליכע מחנה הארונים באדערט שטארק וואו זיי האבן פארלוירן אין די וועלט.
נארישקייטן, במלא מובן המילה, די כבוד סאטמאר הארונים זענען אין די גאנצע וועלט אויפן העכסטן גראד למעלה מן המשוער.
דאס איז קלאר אז פאר ר' משה פ"מ פרעזענליך באדערט שטארק ווא ער האט פאלוירן מאכט אין די וועלט.
HO YES BIG TIMES.
קלערט אייך איבער אין די ווארהייט פון די נקודות וועט איהר זיך שוין נישט אזויפיהל טענה'ן אויף "קלארע" פאקטן.
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 19/10/2009 18:08:31
נשלח ב-19/10/2009 17:56
אויף נקידה נימער 3:
עס איז כדי אנצומערקען אז יעדע ווארימע חסידישע זאך, וואס די חסידי סאטמאר טיען, פראבירען די זאליבאנער נאך צו מאכען,