|
|
| נשלח ב-19/10/2009 18:11 |
|
| |
| פארשטיי כתב: |  | ווער איז דער וועלט? דאס איז א גברא? א חפצא?
|
|
אוי זאגסטו גוט. איך פרעג שוין יארן די קשיא! אלע זאלונים ווייסן אלס צו זאגן אז "למעשה אין די וועלט איז ער סאטמארע רבי", קען מיר איין זאלי מסביר זיין וואס דאס מיינט "וועלט"? ווער איז די וועלט? באבוב? פאפא? וויזשניץ? קלויזנבורג? אדער מיינט מען דאר די מאדערענע קרייזן? ליטווישע? ביי וועם פונקטליך - אויסער די שונאים אינערהאלב סאטמאר - איז ער אנערקענט.
===
איך וויל אויסדרוקן מיין צופרידנקייט אז ענדליך טרעף איך שוין א נארמאלער אשכול וואו מען דעבאטירט אביסל נארמאל, איך האף אז די משוגעים זאלן פריי לאזן דאס פלאץ. (ווער עס פילט אז איך מיין אים דער האט צוגעטראפן...)
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 18:51 |
|
| |
עס איז קלאר אזויווי מנחם מענדל אז מ'ען נישט היינט קומען זאגן לגבי סאטמאר דאס ווארט: 'די וועלט האלט'
ווייל פאקטיש האט יעדער אין די וועלט (וואס עס גייט איהם אן סאטמאר) שוין גענומען זיין שטעלע אין סאטמאר.
איך מיין צוזאגן אז אין יעדע חסידות איז דא היינט זלונים-ארונים, למשל אין פאפא איז דא זלונים שבפאפא און עס איז דא ארונים שבפאפא א.א.וו. און יעדער ציהט זיין דעה לויט זיין שטעלע, דער זלוני שבויזניץ וועט שטענדיג נישט פארשטיין און אפלאכן די מחנה הארונים און אזוי פארקערט.
במיילא איז קלאר אז מ'קען נישט היינט זאגן די וועלט האלט, ווייל די וועלט איז איינגעטיילט אין די צוויי מחנות.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 19:01 |
|
| |
איך האב פריער גערעדט מיט "די וועלט" פערזענליך אויפן סעל-פאון, זיין נאמבער איז 1-800-THE WORLD, איך האב איהם גיפרעגט ער זאל מיר מגלה זיין ווער איז דער אנגענימענער סאטמארער אין זיינע אויגן האט ער מיר געענטפערט בזה הלשון:
קוואוט.
"אין מיינע אויגן, אני הקטן "די וועלט" איז קלאר אנגענימען אז אין סאטמאר איז דא א מחלוקה צווישן 2 ברודער וואס רייסן זיך ארום שוין 10 יאר איבער ווער איז דער עכטער סאטמארער רבי, און איך האב נישט קיין שום סיבה צו איינערקענען איינעם מער ווי דעם אנדערן"
ענד קוואט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 19:15 |
|
| |
לכבוד ר' יענקל 11 נ"י
לאמיר נישט פארקריכן, מ'וועט נאך באלד מיינען אז די אשכול הייסט 'וואס מיינט קלאר'.
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
1. זיכער איז דא אסאך מענטשן ביי די זלונים וואס וואלטן געוואלט אזא פארקאכטע חסידות ווי ביי די ארונים, איך לייקן נישט.
אבער רובא דרובא דארפן נישט און ווילן דאס נישט, והא ראיה די רוח החסידות ביי די זלונים איז נישט געבויט צו דעם.
2. וועסט מיר פרעגן דיי הארבע קושיא פארוואס מאכט מען נאך גוטע זאכן ? לו יהא אז מ'מאכט נאך איז ב' תשובות בדבר.
אויב איז דאס אַ גוטע זאך ווי תורה עבודה וגמ"ח איז דאס ווייל מענטשן ווילן פארבעסערן די חסידות מיט גוטע זאכן.
אויב איז דאס סתם חסידישע געשעפטן איז דאס וועגן די אויבנדערמאנטע מענטשן וואס ווילן יא האבן אזא סארט חסידות.
3. וועלן אז מהרז"ל שליט"א זאל זיין די איינציסגטער סאטמארער רבי אויף דער וועלט דאס איז נאר די ווילן פון ר' משה פ"מ צוזאמען מיט די אלטע פארווייקטע חסידים פונעם ברך משה, אבער נישט ביי רובא דרובא פון די זלונים וועלכע ברויכן פשוט אַ רבי פאר סאטמאר און נישט פאר די וועלט.
4. איך האב נישט אריינגערעדט קיין דיעה איבער די כבוד פון די מחנה הארונים אין די וועלט, עס איז נישט מיין ציהל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 19:17 |
|
| |
א צווייטער מר' וועלט זאגט א סברא, אז עס איז דא נאר איין סאטמארע רבי, וואס האט חסידים, און מתנגדים,
די מיתנגדים פראקציע ריפן זיך זאליס, אויפן נאמען פון דעם סאטמארער רבי'ן בעבי ברידער, וואס האלט זיי צו זאם ציט מס''נ, און האט זיי געגעבן א שיינעם נאמען ''אהבה מסתרת''
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 19:40 |
|
| |
| שכלדיג כתב: |  |
אבער נישט ביי רובא דרובא פון די זלונים וועלכע ברויכן פשוט אַ רבי פאר סאטמאר און נישט פאר די וועלט.
|
|
זאג מיר דיין מיינונג באמת:
די [רוב] זאליס ברויכן א רבי בכלל? אויב יא, מיט וועלעכן ענין אידענטיפיצירן זיי איינעם אלס "מיין רבי"?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 20:18 |
|
| |
באקומען אין אישי
ענקעלע כתב
א גאנצער אפאראט האט געארבייט פאר עהם, משה גבאי, זריאל גליק, ר' ישראל חיים מנשה, מאיר ראטה, יאנקל כהנא, ר' זלמן לייב פיליפ, שאול פערלשטיין, ר' שלמה לייב ווינבערגער, ר' חיים דוד כ''ץ, UTA, משה מנחם טירנויער, און אויף א געוויסן זין דער ברך משה (בסוף ימיו) אלע געוועזענע הויז בחורים (פון ברך משה) אלע אנגעשטעלטע, יעדער איז געווארן איינגעשפאנט צו ארבייטן להצלחתו
פון ר' זלמן לייב, און רבי אהרן איז געבליבן נקי
QUESTION: whats the reasson everyone i mean EVERYONE decided to work for the AM HARATZ & not for the HOLY HOLY ETC????????????????
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/10/2009 2:58:59
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 21:07 |
|
| |
זעליג, זאל איך דיר ענטפערן בכלליות אדער אויף יעדן בפרטיות, הא?
OK דו זאגסט בפרטיות?, OK, נא דא האסטו.
משה גבאי, דער שד אליין.
זרילע גליק, דירה אויף ווילסאן סטריט, וועידזשעס פון 82,
ר' ישראל חיים מנשה, הייזער פון וויגדור יאקאבאוויטש,
מאיר ראטה, סתם א לוניטיק,
יאנקל כהנא, הכרת הטוב פארן סטאפן די וואלן פון ליסטע ג' בשנת תשנ''ט.
ר' זלמן לייב פיליפ, דירה און עירליין טיקעטס צו ר' משה ארי' זצ''ל פון וויגדור יאקאבאוויטש.
שאול פערלשטיין, א שונא סאטמאר, ר' שלמה לייב וויינבערגער, א שונא לבעל ברך משה זי''ע, ולממלא מקומו,
ר' חיים דוד כ"ץ, נו, וואס עקספעקט מען פון א קעציל.
UTA, זיי דארפן דינען דעם בעל הבית משה גבאי,
ר' משה מנחם טירנוויער, ער זאגט אז אויב וואלט ער געווען א אהרוני וואלט ער נישט געהאט קיין מנין צו זיינע אייגענע הקפות,
דער ברך משה בסוף ימיו, נעבעך נעבעך.
איינגעשטעלטע, זעלבסט פארשטענדליך,
איך האף אז ס'איז דיר שוין קלאר, קיין איין נייטראלער רב אדער דיין האט זיך צו ענק נישט צו געשטעלט,
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/10/2009 2:59:53
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 21:50 |
|
| |
לכבוד ידידי ר' שכלדיג,
לאמיר זעהן שטאטעלעך,
1. זיכער איז דא אסאך מענטשן ביי די זלונים וואס וואלטן געוואלט אזא פארקאכטע חסידות ווי ביי די ארונים, איך לייקן נישט.
אבער רובא דרובא דארפן נישט און ווילן דאס נישט, והא ראיה די רוח החסידות ביי די זלונים איז נישט געבויט צו דעם.
אמת, רובא דרובא דארפן נישט און ווילן נישט קיין רבי, זיי וילן אז קיינער זאל זיי נישט איינטיילן וואס צו טוהן,
און דריבער באלאנגען זיי צו די זאליס, אבער זיי פארגינען נישט פאר די אהרונים אז זיי האבן יא א רבי, און בעיקר
אז זיי זענען העכסט צופרידן פון זייער רבי, זיי ווייסן אז די וועלט האלט זיי פאר סעקאנד קלעס סאטמארע חסידים,
אלזא, גאר א קליינער זאלי פראצענט ווילן אויך א שיינע חסידות, אבער רובא דרובא ווילן אז נישט איך און נישט דו,
2. וועסט מיר פרעגן דיי הארבע קושיא פארוואס מאכט מען נאך גוטע זאכן ? לו יהא אז מ'מאכט נאך איז ב' תשובות בדבר.
אויב איז דאס אַ גוטע זאך ווי תורה עבודה וגמ"ח איז דאס ווייל מענטשן ווילן פארבעסערן די חסידות מיט גוטע זאכן.
אויב איז דאס סתם חסידישע געשעפטן איז דאס וועגן די אויבנדערמאנטע מענטשן וואס ווילן יא האבן אזא סארט חסידות.
אמת, מען מאכט דאס נאך, פאר די הייפעלע זאליס וואס ווילן דאס אויך, קודם לאכט מען און מען מאכט ליצנות, צופרידן
צו שטעלן די מאדזשאריטי דעם רובא דרובא, און דערנאך מאכט מען נאך געציילטע זאכן צופרידן שטעלן די פאר זאליס וואס ווילן יא,
3. וועלן אז מהרז"ל שליט"א זאל זיין די איינציסגטער סאטמארער רבי אויף דער וועלט דאס איז נאר די ווילן פון ר' משה פ"מ צוזאמען מיט די אלטע פארווייקטע חסידים פונעם ברך משה, אבער נישט ביי רובא דרובא פון די זלונים וועלכע ברויכן פשוט אַ רבי פאר סאטמאר און נישט פאר די וועלט.
עפעס פארשטייסטו נישט דעם מהות פון זיין א זאלי, א זאלי דארף נישט קיין רבי, אבער ער וויל נישט אז רבי אהרן זאל
זיין א רבי, אדער קיינער אדער נאר ר' זלמן לייב, זיי דערטראגן נישט דעם פאקט אז רבי אהרן איז היינט צו טאג איינערקענט
אין די גאנצע וועלט אלץ דער "עכטער" סאטמארער רבי, און איך ווייס אז אצינד וועט קומען די פראגע ווער איז די
גאנצע וועלט, און דער תירוץ איז פשוט, שטעל דיך מיט א קופקע פרעמדע אידן און זאג זיי אז סאטמארער רבי האט
היינט געהאלטן א מעכטיגע דרשה, אדער אז דער סאטמארער רבי איז היינט געווען ביי די שחיטה, וכד' וועט דיך
קיינער נישט פרעגן וועלעכער סאטמארער רבי, און דאס מיינט די גאנצע וועלט,
4. איך האב נישט אריינגערעדט קיין דיעה איבער די כבוד פון די מחנה הארונים אין די וועלט, עס איז נישט מיין ציהל.
OK,
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/10/2009 3:01:00
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 22:11 |
|
| |
ווי באוואוסט איז ר' אהרן געווען אין יאר תשנ"ז-נ"ח-און די ערשטע העלפט פון נ"ט, דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט. ער האט געהאט גאנץ סאטמאר אונטער זיך. ער האט זיך געשטארקט ביי די יונגעלייט דורך די שבת אחים'ס און ביי די הנהלה פון אומעטום דורך זיין דער איינציגער זון וועלעכער איז געווען אקטיוו סיי ביי זיין טאטען און סיי ווייל ער האט זיך אומעטום אריינגעשטעלט.
עס האט געוויסט יעדער רב און רבי און אלע פירער פון מוסדות און קהילות סיי ווי, אז ר' אהרן גייט עווענטועל זיין דער איינציגער רבי אין סאטמאר.
ר' אהרן האט געוואוסט מער פון אלע אז זיין טאטע איז נישט מער בכח צו פירען און אז זיין טאטע איז קראנק אויף יענע מעשה אויכעט און ער האט גענומען דעם פולען ענווענדעדש פון דעם.
ער האט אנגעהויבען צו וועבען זיינע פלענער דורך זיך ארומנעמען מיט פארשידענע מענטשען וואס פארשטייען וואס זיי האבן צו טון אנדעם וואס ער זאל מוזן רעדען בבתך רחל הקטנה. זיי האבן אלע געוויסט וואס דער ציהל דארף זיין און וואס מען האט צו טון.
זיי האבען אויפגעשטעעלט דעם שבת אחים, וואס זאל פאר א שוי פענצטער דינען ווי א הייליגע זאך, וואס זאל צוזעמען ברענגען יונגעלייט, און די יונגעלייט זאלען זיך העלפען איינער דעם אנדערען, אא"וו.
דעמאלטס צייט האט ר' אהרן אנגעהויבן ארומפארען פאר שליחותער פון זיין טאטען איבער אלע סאטמארע מוסדות און בתי מדרשים, איבער דער וועלט, און אויך בערך דעמאלטס האט ער אויפגענומען זיין זון ר' מענדעל אין אנטווערפען, און עס האט געהייסען אז זיין טאטע דער ברך משה האט דאס געוואלט. צו עס איז אמת צו נישט קען מען דעבאטירען פון היינט ביז מארגען.
אבער די ריכטיגע ציהלן פון די אלע פריער דערמאנטע אקטיוויטעטען האבן נאר געוויסט די אויבערשטע פון שטייסעל, און מן הסתם אויך משה דער גבאי.
דעמאלטס צייט איז אויך דער סיגוטער רב (היינטיגער סאמארער רבי החונה בוויליאמסבורג) אויפגענומען געווארען אלס רב ור"מ אין ירושלים אויפן פלאץ פון ירושלימער רב זצ"ל.
זיי ביידע האבן געוויסט בעסער פון יעדען אז דער סיגוטער רב איז גארנישט קיין שיפעלע זיבעלע, זיי האבן בעסער געוויסט פון יעדען אז דער סיגוטער רב איז פיל קליגער פון ר' אהרן און זיי האבן ביידע געוויסט אז ער איז א בעסערער לערנער אויך. עס האבן דאס אלע געוויסט אז אין די צעירים איז ער געווען פיל א בעסערער און טיפערער מגיד שיעור ווי זיין עלטערער ברידער אין ק"י.
זיי האבן ביידע אויף געוויסט אז דער אחיו הצעיר האט א ריינעם און קלונען רעקארד און ער האט נישט קיין גארבעדש אויף זיך, ער האט נישט פארשעמט קיינעם אין זיין לעבען און אוודאי אוודאי נישט, קיין רבנים און גדולי הדור.
דערפאר האבען זיי צווישען זיך באשלאסען אז דעם קליינעם ברידער דארף מען טראגען ווי ווייטער מען קען, נאר דא זאל ער נישט בלייבען. זיי וואלטן אים דעמאלטס געטראגן קיין אסטראליע, ווען סאטמאר
און ר' אהרן האט זיך צוגעשטעלט און פארשטאנען אז עס איז זיין טובה. דער פלאן האט דעמאלטס געלויטעט אז דער סיגוטער רב וועט זיין דער רב איבער סאטמאר אין גאנץ ארץ ישראל און איבער מוסדות יטב לב וועלעכעס האט דאן געהאט אונטער זיך בני ברק אויכעט.
ר' אהרן איז דעמאלטס ווייניג אנגעגאנגען וואס וועט ר' חיים הערש מייזליש טון. דער ר' חיים הערש האט זיך גערישט אז ער וועט זיין דער רב אין ירושלים ווייל ווי נישט ווי איז ער דער איינציגסטער פון רבינס קינדער און אייניקלעך וואס וואוינען דארט און ער האט דארט געהאט גאנץ א גוטען נאמען און דערפאר איז נישט מער ווי יושר אז ער זאל זיין דער נייער רב.
דער ר' חיים הערש האט שוין אין יענע יארן געפירט א שטיקל אפעזיציע צום ירושלימער רב, דורך די בני ברקער יונגעלייט וועלעכע האבן נישט צופיל שייכות געהאט מיטען רב ז"ל. און ער איז געווען ווי דער אמבאסאדאר צו די היזיגע פאליטיקאנטען וואס האבן געהאט פארשידענע פראבלעמען מיטען רב ז"ל אלץ די בני יואל פאליטיק.
אבער דער ר' חיים הערש איז אזוי לאנג גוט געווען ביז די פאליטיק האט געשפילט אויף דעמאלטס. אין די רגע וואס די היזיגע פאליטישע פירער האבען אפגעמאכט אז דער סיגוטער רב דארף אהין פארען, ווייל פארן צוקונפט פון ר' אהרן איז דאס די בעסטע, האבען משה מיט ר' אהרן אים געלאזט הענגען אויף א צוקער שטריק. ער האט גארנישט געקענט טון, ווייל ווי געזאגט, איז ער געווען נישט אזוי באליבט ביי די ירושלימער סאטמארע חסידים, ווייל ער האט אנגעפירט די מחלוקות פון דא, קיין דארט, און די אנ"ש אין ירושלים וואס זענען אלע געווען ברענעדיגע חסידים פון רב זצ"ל, האבן אים נישט געגליכן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 23:07 |
|
| |
יענקעלע 11 שרייבט:
זעליג, זאל איך דיר ענטפערן בכלליות אדער אויף יעדן בפרטיות, הא?
OK דו זאגסט בפרטיות?, OK, נא דא האסטו.
משה גבאי, דער שד אליין.
זרילע גליק, דירה אויף ווילסאן סטריט, וועידזשעס פון 82,
ר' ישראל חיים מנשה, הייזער פון וויגדור יאקאבאוויטש,
מאיר ראטה, סתם א לוניטיק,
יאנקל כהנא, הכרת הטוב פארן סטאפן די וואלן פון ליסטע ג' בשנת תשנ''ט.
ר' זלמן לייב פיליפ, דירה און עירליין טיקעטס צו ר' משה ארי' זצ''ל פון וויגדור יאקאבאוויטש.
שאול פערלשטיין, א שונא סאטמאר,ר' שלמה לייב וויינבערגער, א שונא לבעל ברך משה זי''ע, ולממלא מקומו,
ר' חיים דוד כ"ץ, נו, וואס עקספעקט מען פון א קעציל.
UTA, זיי דארפן דינען דעם בעל הבית משה גבאי,
ר' משה מנחם טירנוויער, ער זאגט אז אויב וואלט ער געווען א אהרוני וואלט ער נישט געהאט קיין מנין צו זיינע אייגענע הקפות,
דער ברך משה בסוף ימיו, נעבעך נעבעך.
איינגעשטעלטע, זעלבסט פארשטענדליך,
איך האף אז ס'איז דיר שוין קלאר, קיין איין נייטראלער רב אדער דיין האט זיך צו ענק נישט צו געשטעלט,
ביז דא פון יענקעלע 11:
און איך זאג דיר יאנקעלע: איך האב נישט וואס צוצוגעבן, ווייל דיין הויכע איי-קיו זאגט שוין אלעס!
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/10/2009 3:02:13
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 23:09 |
|
| |
ווי גיט געזאגט
| יענקעלע11 כתב: |  | |
.....און עם כל זה ווען מען גיט א קיק ווי ער האט געהאלטן דאן און ווי ער האלט יעצט, איז דאס פלאי פלאים,
פון א אויסגעשפילטן מענטש פון איינעם וואס מען האט אלעס צו גענומען איז ער געווארן דער רבן של ישראל, דער
גרעסטער תורה אוטוריטעט, דער מלך (מאן מלכי רבנן) מיטן כתר תורה, (כעדותו של הבעל שבט הלוי שליט''א)
דער גרעסטער מרביץ תורה בדורינו (כעדותו של ראב''ד ירושלים שליט''א) דער גרעסטער גודר גדר ועומד בפרץ בדורינו
(כעדותו של הרה''ג רבי אליקים שלעזינגער שליט''א), טויזענטער אידן שטייען און נהנין ממנו עצה ותושי', טויזענטער
אידן שטופן זיך באנאזאם און פארגיסן טייכן טרערן ביי זיינע תקיעת שופר, כל נדרי, הושענא רבה דרשות, פון בלייבן
אויסגעשפילט אויף די גאס האט ער זיך געבויט אין וויליאמסבורג, דעם גרעסטן בית המדרש, מוסדות התורה והחינוך
פאר יונגלעך, א מעכטיגן מיידל סקול, א כולל מיט אפאר הונדערט יונגעלייט,
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 23:30 |
|
| |
נעבעך, דאס קעלבעלע חלום'ט און מען ענטפערט עהם נאך,
איך וואלט חוסם געווען -נישט דעם צודרייטן- נאר יעדן וואס ענטפערט עהם,
דער שוטה ווייסט פונקטליך וואס רבי אהרן האט געמיינט,
וואס ער האט געטראכט, און פונקטליך פארוואס ער האט דאס און יענטץ געטוהן,
אלעס פונקטליך ווייס ער, ווייל ער האט זיך דאך מיט דעם צוריק געבליבן אינגל, דארעכגשמיסט,
יא, יעדער האט פארשטאנען און געוויסט אז רבי אהרן גייט איבערנעמען, און איך זאג
יעדער, אינקלאדעט, דער ברך משה, און אינקלאדעט משה גבאי און אלע קינדער,
זיי האבן אלע קלאר געהערט פון דעם רבי'ן דער ברך משה אז דאס איז זיין רצון,
נו, משה גבאי, האט דאס נישט געוואלט צו לאזן, און ער האט גענומען צו זיך זיינע שותפים,
ר' זלמן לייב טייטלבוים, ליפא טייטלבוים און נאך אפאר מחוצפים, און דאס נישט געלאזט
דורכפירן, איז דאס א דורעכפאל?, אפשר יא, אבער א דורכפאל פארוועם?, פאר די אהרונים
זיכער נישט, ווייל די אהרונים האבן היינט צו טאג א קלינע ריינע נאבעלע חסידות וואס דער
ברך משה זי''ע וואלט זיך געווינטשן, פאר רבינו שליט''א איז דאס זיכער נישט א דורכפאל,
ווייל ווען ער נעמט איבער זיין טאטענס מלוכה וואלט ער דאך איבער גענומען די אלע קרעציגע
עזות פנים'ער, דער בית המדרש וואלט ווייטער געווען א סטאנציע פון מחוצפים,
די תלמוד תורה וואלט ווייטער געווען א שלאכט הויז, און וואס האט ער היינט צו טאג?
א הערליכע שיינע חסידות, א זאבערע תלמוד תורה, קיין איין מחוצף דרייט זיך נישט ביי אונז,
קיין איין עזות פנים איז ביי אונז נישט קיין מלמד, אלזא הייסט דאס פארלוירן?
נישט אין מיין באק,
אלזא צו שרייבן אז די אהרונים האבן פארלוירן ווייל זיי האבן "געמיינט" אז רבי אהרן וועט
איבער נעמען, און ס'איז למעשה נישט געווארן, איז פונקט ווי צו שרייבן אז סאטמאר האט
פארלוירן ווייל יעדער סאטמארער חסיד האט געמיינט אז דער רבי דער בעל דברי יואל זי''ע
וועט אונז אלע פירן אקעגן משיח צדקינו און ס'איז נישט געלונגען...
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/10/2009 3:03:08
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 23:31 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  | |
.....און עם כל זה ווען מען גיט א קיק ווי ער האט געהאלטן דאן און ווי ער האלט יעצט, איז דאס פלאי פלאים,
פון א אויסגעשפילטן מענטש פון איינעם וואס מען האט אלעס צו גענומען איז ער געווארן דער רבן של ישראל, דער
גרעסטער תורה אוטוריטעט, דער מלך (מאן מלכי רבנן) מיטן כתר תורה, (כעדותו של הבעל שבט הלוי שליט''א)
דער גרעסטער מרביץ תורה בדורינו (כעדותו של ראב''ד ירושלים שליט''א) דער גרעסטער גודר גדר ועומד בפרץ בדורינו
(כעדותו של הרה''ג רבי אליקים שלעזינגער שליט''א), טויזענטער אידן שטייען און נהנין ממנו עצה ותושי', טויזענטער
אידן שטופן זיך באנאזאם און פארגיסן טייכן טרערן ביי זיינע תקיעת שופר, כל נדרי, הושענא רבה דרשות, פון בלייבן
אויסגעשפילט אויף די גאס האט ער זיך געבויט אין וויליאמסבורג, דעם גרעסטן בית המדרש, מוסדות התורה והחינוך
פאר יונגלעך, א מעכטיגן מיידל סקול, א כולל מיט אפאר הונדערט יונגעלייט,
אין וואס טיט זיך מיטן עדותו של גאב''ד עדה החרידית ר' משה ארי' פריינד זצ''ל?
אין וואס טיט זיך מיטן עדותו של גאב''ד מקשאוי זצ''ל
אין וואס טיט זיך מיטן עדותו של גאב''דמימאנאטאוידע זצ''ל
אין וואס טיט זיך מיטן עדותו של גאב''ד מיקארליסביורג שליט''א
אין וואס טיט זיך מיטן עדותו של גאב''ד מיויזניץ שליט''א
איך וויל עס נישט ארויס שרייבען ווייל איך האב מורא אז דער מנהל וועט מיך חותם זיין..
נאר פאר איך ענדיג האב איך ענק געוואלט פרעגען א קליינע פראגע ארוניםלך..
וואס איז פשט פין דעם אז ווען עס טרעפט זיך שוין ענדליך א צווי דריי רבנים וואס טרעפען עפעס א גיט ווארט אןיף ענקער קדושל..קימט עס פין אווער סיס..מעבר לים..אין דאהי אין אמריקע קען מען נישט טרעפען עפעס איינם פאר קיין
געלט?...
|
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 19/10/2009 23:33:25
|
|
|
|
|