דו דארפסט טוישן דיין ניק צו אומ-שכלדיג, ווייל איין שורה איז זיך מפורש סותר מיט די צווייטע, קודם שרייבסטו: דאס איז זיכער אז נאך וואס מענטשן אינערהאלב אַ פארטיי פיהרן אַ מערכה וועט דאס יעדער פון די פארטיי פארענטפערן און בעקן.
און תיכף ביסטו מסביר: אבער דאס איז נאכנישט טייטש אז די אלע מענטשן פון די פארטיי ווילן דאס און אפגערעדט פון ציהלן צו דעם.
אפשר זאגסטו מיר וואס דאס מיינט? זיי בעקן דאס אדער למעשה ווילן זיי דאס נישט? מיינסטו אפשר צו זאגן אז זיי וואלטן דאס מצדם נישט אנגעפירט נאר אז יענער טיט דאס זענען זיי איינשטימיג מיט זיי? OK איך בין מסכים מיט דיר, אז זיי אליין וואלטן דאס נישט געטוהן, אבער למעשה האלטן זיי מיט, און שטיצן דאס מיטן גאנצן הארץ, אבער דאס שטימט נישט ווייל דו שרייבסט ווייטער: לענינינו,
עס איז דא אסאך אין די מחנה הזלונים וואס זענען אין הארץ קעגן די מערכה
אין ב"פ און נאכמער קעגן די מערכה אין ב"ב, סא שרייבסטו און אין אמת'ן טיף טיף "אין הארץ" זענען זיי באמת אקעגן דעם, קודם כל פון ווי ווייסטו וואס עס טיט זיך ביי זיי אין הארץ, הא? -לבוחן לבבות ביום דין?- עס דערמאנט מיך פון חדר ווען דער רבי פרעגט א אינגל פארוואס האסטו דערלאנגט א פראסק פאר איציק, זאגט ער ווייל ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער האט דיך געוואלט שלאגן? פון ווי ווייסטו?, אה! ווייל ער האט מיר געגעבן א פאטש!!!, דאס זעלבע, איך ווייס נישט וואס זיי האלטן אין הארץ, איך זעה נאר און הער ווי זיי זענען העכסט צופרידן און שטיצן שטארק די אלע קארטס שטעל איך מיר פאר אז זיי ווילן דאס.
איך ווייס נישט וואס די זאליס האלטן אין בויך, איך קען נישט תורת הנסתר, בגלוי האלטן זיי דערפון און שטיצן דאס מיטן גאנצן הארץ, סארי, מיטן גאנצן פיסק, אין הארץ ווייס איך נישט!!! און דאס איז דער קלארער פאקט...
נשלח ב-20/10/2009 19:31
אימ-שכלדיג
לויט דיין הערליכע הסבר קומט אויס, האבען די ארונים קיינמאל נישט גערופן די זאלי אין קארט, (וואס איז אגב, געווען בהיתר בי''ד נאכדעם וואס די זאלי'ס האבען מסבר געווען לדי''ת)
פשוט אפאר קהל'ס לייט, האבען גערופן, אין די פארטיי האט אים ''געבעקט''
סוי האט די רבי בב''מ ז''ל יא געמעגט קומען צו די שמחות פין זיינע קינדער.
נשלח ב-20/10/2009 19:31
ר' יענקל 11, איך פארשטיי נישט פארוואס די באפאלסט מיך אזוי מיאוס, מיר האבן ביידע גערעדט די זעלבע פוינט, נאר איין ויכוח האבן מיר, ווער זענען די רוב ביי די מחנה הזלונים דו האלטס אז די וואס ווילן ווייטער סתם פיהרן די קאמף קעגן די מחנה הארונים, און איך טענה אז ניין, רוב ביי די מחנה הזלונים ווילן דאס נישט באמת נישט מער ווי זיי דעקן דאס אלס נארמאלע געטריישאפט פאר די פארטיי.
נשלח ב-20/10/2009 19:37
שכלדיג כתב:
רוב ביי די מחנה הזלונים ווילן דאס נישט באמת נישט מער ווי זיי דעקן דאס אלס נארמאלע געטריישאפט פאר די פארטיי.
ר' יענקל
דא איז ענקער טעות,
פארשטייט'ס שוין איינמאל: ביי די זלונים-חסידות ווענט זיך "נישט" יא חסיד און נישט חסיד אין דיינע אויבנדערמאנטע זאכן.
תוקן על ידי שכלדיג ב- 20/10/2009 19:42:20
נשלח ב-20/10/2009 19:44
YESWECAN3 כתב:
רעב יאנקל,
פארוואס ענטפערסטו פאר דעם חסר דעה?
ווייס ער דען נישט, אז:
רבי חיים לייב כ''ץ שליט''א וואוינט אין כינע,
זייער א א גרויסער תלמוד חכם אבער סאטמאר שונא 1#
רבי מלכיאל קוטלער שליט''א וואוינט אין בראזיל,
יא יא.. ווען איך וואלט עים ארלעדיגט א התר מאה רבנים וואלט ער אויף מיר אויך געזאגט גרויסע זאכען...
רבי בנציון שטראסער שליט''א וואוינט אין בודאפעסט,
פארדעם געלט קענסטי שוין ברענגען ינגעלע דיין הרב לויב.. מיט יונגעלע דיין הרב האלבערשטאם..
הרב ברודא שליט''א וואוינט אין אוסטראליע,
ווער איז דאס?.. די ערשטע מאל וואס איך הער אזא נאמען..
רבי ישראל דוד הארפענעס שליט''א וואוינט אין עגיפטן,
אה... דא געב איך אויף...
און רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ שליט''א וואוינט אין אורוגוואי,
ווען עז זאגט שבחים אויף דיין הרב כ"ץ..איז ער נאר סקווערע דיין אבער ווען סדאכט זיך נאר אז ער קיקט אויף ענקער זייט...איז ער א גרויסע זאך...נעבעך נעבך אזו יונג...
וואס זאלן מיר טוהן מיר האבן נאר רבנים פון אויסלאנד...
אלזו.. איך זעה אז קיין געהריגע תירץ האבען ענק נישט... וועל איך עס פארענטפערען
ווייל די רבנים פין דאהי זענען א מבין אויף דעם קדושל..
כ'וויל נישט פארדרייען די נושא
אין כ'וויל אויך נישט אנהאלטן א טענה'ריי מיט דעם קווינס בחור'ל וואס זיין גאנצע ציל איז אראפצוברענגן דעם פארום אויף די זעלבע לעוועל ווי די זאלי פארום,
ספעציעל מיט רעספקט צו אינזער טאלאנטפולער יענקעלע 11 וואס בעט זיך נישט צו לאזען מיט אים
אבער JUST FOR THE RECORD וויל איך יא אריינווארפען א תשובה, אין כ'בעט מ'זאל נישט מגיב זיין דערויף
ואתכם הסליחה
אז די קענסט שאף מיר ביטע די בריוו פין הגאון בעל מנחת יצחק ז''ל, אין זיין היתר הוראה
הגאון ר' פנחס עפשטיין ז''ל
הגאון ר' משה פיינשטיין ז''ל
הגאון סענפעטער רב ז''ל
ראחובער רב ז''ל
ווער מיר געוואיר וואס שאפראנע רב ז''ל האט געזאגט אויף אים
וכו' וכו' וואס אלע רבנים פין ''פריעדיגען דור האבען געזאגט אויף אים''
נשלח ב-20/10/2009 19:48
שכלדיג כתב:
ר' יענקל
דא איז ענקער טעות,
פארשטייט'ס שוין איינמאל: ביי די זלונים-חסידות ווענט זיך "נישט" יא חסיד און נישט חסיד אין דיינע אויבנדערמאנטע זאכן.
BTW
אימ-שכלידג
פארוואס אין מאנסי פאלט נישט ביי פאר די ארונים צו תובע זיין ר' חיים יושע אויף די בנינים?
פארוואס אין ירושלים פאלט נישט ביי פאר די ארונים צו תובע זיין אויף די ת''ת געביידע, וואס רובם ככולם פין די געלט קומט פין אנ''ש?
וכו'
וכו'
נשלח ב-20/10/2009 22:23
זאלי'ס איז נישט קיין חסידות עס איז א פארטיי און רז''ל איז דער יו''ר פונ'ם פארטיי און למען הפארטיי דארף מען נישט גיין צו דאווענען ביי אים און נישט צו די טיש'ן (הגם מען זעהט דארט סיי ווי גארנישט) נאר צו נעילת החג מיט דעם ווייזט מען ארויס געטריישאפט פאר'ן היילגע פארטיי .