אין לאנדאן ביז יעצט האט די סאטמער תלמוד תורה געווארן אנגעפירט דורך די זאליס בראש פין שלום ציג
אין די מיידל סקול איז אנגעפירט דורך אהרוינים.
למעשה האט דער שלום ציג געפילנדערט פין אהרוינים געלט געבעטן פין א יונגערמאן 40 פונט א וואך
דאס הייסט 160 פונט א חודש, וואס אין דאללער איז עס 360 דאללער א חודש
אויסער דעם איז שלום ציג גאר א שלעכטער מענטש וועם מען האט מיט אים נישט געקענט פארהאנדלן.
אינמיטן זיממער האט הרב החסיד ר' ישעי' וואלף באצלט פאר א נייעם בנין 2 מיליאן פונט
מען האט יעצט נאך סוכות געפענט א ניי תלמוד תורה ביז כיתה ד' 210 קינדער בלי עין הרע.
ביז יעצט האט געלרנט אין גאנצען ת"ת 600 קינדער אין די אהרוינם האבן ארויס גענימען ביז נאך כיתה ג' 210 קינדער
אין ציגאב האבן זיי מיט גענימען די בעסטע מלמדים.
געבליבן ביי די זאליס זענען די יעקרעס פין לאנדאן ווי למשל די שנעק'ס הערצקע'ס בינדיגער'ס מאטיאש'ס פאזנע'ס שטערנ'ס ברויער'ס וואס לא פגע ולא נגע מיט סאטמאר זיי לערנען דארטן ווייל דארט קענען זיי טיען וואס זיי ווילן.
די פלאן איז יעצט אז טאמיר אלעס וועט גיין פלאן מעסיג צי עפנען איבער א יאר פאר די עלטערע קלאסן אויכט וואס דאס איז א ערך פין נאך 150 קינדער.
ביי די זאליס אין לאנדאן איז פינסטער זיי האבן זיך אויף נישט געראכטן זיי האבן געמאכט אסאך געלט פין שכר לימוד אויף די אהרוינים, ווייל אין די לעצטע 2 יאר זענען די בערגער'ס גוט אין די קרקע
( בעריש בערגער איז האט נעבעך צי דעם געכאפט א נערווען בראך פין פארלירן אזוי פיל געלט )
די לצים זאגן אז שלום ציג שרייט ווי א אקס...
תוקן על ידי פאראלעל ב- 16/10/2009 0:54:45
נשלח ב-16/10/2009 01:01
פלאס עס ווערט אנגעפירט די ניי תלמוד תורה דורך הרב החסיד ר' יושע וויינבערגער שליט"א וואס איז געווען דער איינציגסטער אקטיווער חבר הנהלת ת"ת.
און יעצטמיט זיין אריבער גיין איז ביי זיי דא א געוואלדיגן חלל
סיי גשמיות סיי רוחניות אזש גאר אז די זאליס שטייען אים אויפן קאפ ער זאל נאך בלייבן ביי זיי.
וואס דערווייל האט ער זייי נאכגעגעבן ווייל למעשה זענען נאך דא אסאך ארונים אין די עלטערע כיתות
אפי' די זמן ווער סהאט געוואלט אריינלייגן קינדער ביי די זאליס האט עס געמוזט גיין דורך אים
ער פלעגט שאפן יעדן יו"ט דאפלט שכר מלומדות פאר די איינגעשטעלטע
אלעס האט ער געטון שלא ע"מ לקבל פרס לשם מצוה.
נשלח ב-16/10/2009 01:06
און וואס וועט זיין מיט די הבטחה פון דיין קדוש "מיר ווילן זיין די בעסטע און נישט די גרעסטע"?...
נשלח ב-16/10/2009 01:09
דוד..ליין גיט..די זעסט נישט? ער שרייבט אליין אז די בעסטע מלמדים זענען מיט געגאנגען מיט די ארונים...זענען זיי דאך יא די בעסטע...איך ווייס נישט וואס די ווילסט...
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 16/10/2009 1:10:18
נשלח ב-16/10/2009 01:16
מיט די צייט וועט די זאלונישער סאטמארער חדר אין לאנדאן האבן אזויפיל שייכות מיט סאטמאר בערך אזוי ווי דער סאטמארער לעיקוואדער חדר
אז דאס איינציגסטער שייכות מיט סאטמאר איז אז כ"א כסליו געט מען קאפקעיקס פאר מיטאג
נשלח ב-16/10/2009 02:05
וואס טוהט זיך מיט די מיידל סקול אין לאנדאן ? עס איז אויך געטיילט אדער נישט ?
נשלח ב-16/10/2009 02:32
זייט די אויפקום פון די זאלי מאשין אין לאנדאן האבן נאר דערלייגט די דארטיגע אויבערלענדישע וויענער קהלה עץ חיים וואס מרופט 69 מיט די פשעווארסקע
די זאליס דארטן זענען לגמרי אנדערש ווי אין ניו יארק
און בכלל איז די גאנצע אויסגאנג פון די סאטמארע חלוקה דארט אינגאנצן אנדערש ווי אין אמעריקע
ווייל אין ניו יארק זענען למעשה די גאנצע סאטמארער עולם סיי ארונים סיי זאליס ווי נישט ווי זענען אלע אינטערן שירעם פון סאטמאר אלע זענען מער ווייניגער תלמידים פון רבין זי"ע בעל דברי יואל
נאר די חלוקה האט זיך מער ארויס געשטעלט כלפי חסידים פונעם ברך משה דאס הייסט
די געטרייע חסידים פונעם ב"מ און לאו דווקא געטריי פארן ברך משה
נאר יעדער וואס האט געקענט באשטיין און האט געוואלט אז סאטמאר זאל האבן א קיום און די קהלה און מוסדות זאלן זיך נישט פונאנדערפאלן זענען אלע געווען ביים ברך משה
און די אלע וואס סאיז זיי נישט אנגעגאנגען די עקזיסטענץ פון סאטמאר אבי דער ברך משה מיט ר' אהרן זאלן גיין אינדרערד די האבן אלע אפגעיאגט כל אחד בשמו יכונה
אבער תלמידים פונעם דברי יואל זענען כמעט אלע געווען מער ווייניגער
געלערנט ביי עם זיך געדרייט און געווייקט ביי עםאון פון צווישן דעם עולם איז געווארן א חלוקה
ביי לאנדאן אבער דא איז שוין אנאנדערע מעשה
אין לאנדאן זענען ממש כמעט אלע תלמידים פון רבין זי"ע בעל דברי יואל כמיין צוזאגן וויפיל סאיז שוין דא דארט דערפון כמעט אלע זענען געווען ברך משה חסידים און אויף גאר א גרויסן פארנעם
ממש שווענץ ווי מרופט דאס ווייל פונדערווייטנס איז מען סאך מער גלויביגער און אויטאמאטיש זענען זיי אלע חסידים פון רבינו שליט"א
אין לאנדאן אבער איז דא נאך אן עלעמענט אפשטאמיגע פון אויבערלאנד און פון דייטשלאנד זיי האבן זיך אין די פריערדיגע יארן נאכן קריג זיך אנגעקערט צו די דארטיגע אויבערלענדישע און צו די יעקישע קהלות דארט ווי קהל עץ חיים און קהל עדת ישראל וכו'
און מיט די יארן אבער האבן זיי זיך אריינגעריקט צווישן דעם היימישן עולם זיי האבן זיך אנגעפאנגען רופן פשעווארסקע - בעלזא מאכניווקע - און א טייל האט זיך פאררופן סאטמאר
ווי אויך איז דא דארט נאך אן עלעמענט וואס רביה"ק בעל דברי יואל האט זיי נישט געקענט דערליידן
ווי למשל די גזע פון דאמב ואביזרייהו - גראהמאן וכו' וכו' וואס צוליב די יעניגע האט רביה"ק אפי' געפינען פאר וויכטיג זיך צו עפענען אייגענע מוסדות דארטן פארן היימישן עולם מזאל נישט געפיטערט ווערן פון די עקסטרעימקייט פון די דאזיגע ווילדע שבטים למיניהם
ווי די רבי האט געזאגט בשעתו אין לאנדאן ביים גרינדען די בית רחל "זיי פאלגן מיר סייווי נישט זיי האלטן זיך קלוגער פון מיר"
בקיצור מיט די יארן האבן זיך מערערע זיך אנגעפאנגען זיך צו רופן סאטמאר און זיך אריינגערוקט אין סאטמאר
און ביי די ספליט זענען אלע אמתע סאטמארע היימישע ווארימע חסידישע משפחות ווי למשל שעהר -שרייבער -גאטעסמאן- וויינבערגער- לעוו -ר יענקל עסטרייכער ובניו -ר ?? יאקאבאוויטש ב"ר בנציון פון בני ברק ומשפחתו- לאנגבערג -פריעדמאן- פריינד משפחת קרויס ר' שמואל בנימין ואחיו ומשפחתם וכו' וכו'
איך רעכן דא נאר אויס באוואוסטע נעמען איך בין נישט אריינגעגאנגען אויסצורעכענען אינדוווידועלע מענטשן וואס מקען רעכענען הונדערטער נעמען לכאן ולכאן כהאב נאר באופן כללי געוואלט ארויסברענגען א בילד און ווי פארשטייצעך יעדע פאל האט אן אויסנאם - און ווי אויך איז אין געוויסע משפחות דא לכאן ולכאן
און ביים ספליט ווי אויבנדערמאנט זענען די אמתע סאטמארע היימישע משפחות אריבער צו די ארונים און די אלע איבריגע נספחים- גרים- בעלי תשובות -געווארענע חסידישע יודן- אימיגראנטן
אלעס אריבער צו ר' זאלמעניון ווייל זיי האבן אין עם איינגעזען אלץ דעם ריכטיגן ממשיך דרכו פונעם רבין ז"ל וואס רוב פון דעם ציבור האט עם אפילו קיינמאל נישט געזען און רוב פון זיי האבן אפי' נישט קיין יואלישלע'ך שטייצעך סאיז דא דארט א קליינער פראצענט פון אמתע סאטמארע ווי למשל בערגער ועוד כמה יחידימלעך אבער די מערהייט אז פון א צאמגעלויפעניש
בקיצור דאס איז די בילד מער ווייניגער איבער סאטמאר לאנדאן
הגם סאיז דא מערערע פרטים און קרישקעלעך אבער די צייט ערלויבט נישט צו אנאליזירן דעם בילד ווייל די צייט לויפט
נשלח ב-16/10/2009 02:41
די מיידל סקול ליגט ביי די ארונים איבער טויזענט מיידלעך כ"י
און די זאליס האבן געעפנט א בעיבי קלאס בערך איאר צוריק ווען די בערגער פעמעלי האט נאך געהאט געלט צו פאנטשקענען פאר טריץ
אבער אינמיטן האט זעט זיך אויס עפעס פאסירט אינעם פינאנציעלן מצב דארט און סהאט אויפגעהערט צו פליסן געלט דארט
דערווייל האלטן זיי ערגעץ צווישן 25 און 35 מיידלעך בערך
נשלח ב-16/10/2009 02:43
וואס פארע מין נאמען איז דעס, שנעק ?
נשלח ב-16/10/2009 02:46
דוכט זיך אז דארט איז דא א רב וואס הייסט שנעק
נשלח ב-16/10/2009 06:40
אקעי, לאז מיך איינקריצען אין מח, אז מ'פארלירט א גאנצע שטאט מיט מוסדות - בנינים, און מ'עפנט נייע, איז עס א איבערראשנדע סוקסעס. פינטל
Change Registered and Completed!
נשלח ב-16/10/2009 06:45
וואס האט עטץ געזאגט ביים בית החיים ?
נשלח ב-16/10/2009 06:55
עטץ ענק אונז, איך ווייס נאר פון ארונים, און איך טריי מיך צו קאנצעטרירן אויף די שיטה וואס איז אזוי אנטי פליפ פלאפ (עיי' ערך סופרעמעסי, ער קומט מיר א שכוח - איך בין די ערשטע וואס דערמאנט זיין נאמען סתם אזוי, קאמפערינג צו פארמעגליך וואס איז אויף די לעפצן 24-7 ביי ארונים זאלונים צוגלייך...)
נשלח ב-16/10/2009 07:01
אז ס'טוט וויי שרייט מען
נשלח ב-16/10/2009 15:07
זעליג שרייבט
זעליג_כהן כתב:
אקעי, לאז מיך איינקריצען אין מח, אז מ'פארלירט א גאנצע שטאט מיט מוסדות - בנינים, און מ'עפנט נייע, איז עס א איבערראשנדע סוקסעס. פינטל
דזשאסט פאר די רעקארדס לאמיר קלארשטעלן באקאנט מאכן דעים עולם מיט טרוקענע פאקטן
וואס זאגסטו א גאנצע שטאט מיט מוסדות מיט בנינים?? כא כא כא . ס'ארא געלעכטער די ברענגסט מיר ארויף
די חשבון איז אזוי
חדר געהאט ביז היינט בערך 600 קינדער זאליס
סקול געהאט ביז היינט איבער 1000 מיידלעך ארונים
(דארט איז אנדערש ווי דא די חדר מיטן סקול זענען געווען אפגעטיילטע באזונדערע מוסדות זינטן גרונדונג היצט פארשטייט מען שוין פארוואס ב"ה אז אזוי איז נישט אלעס ביי זאלין)
בתי מדרשים פארן ספליט איז געווען דריי
ביהמד" הגדול
מיט מקוה -
שטיבלעך -
צוויי שמחה זאלן -
חדר הלימוד -
כולל פון עטליכע הונדערט יונגעלייט -
בית הוראה ועוד - ארונים
אלטע ביהמ"ד אויף קעיזינאוו - זאליס (וואס ביזן ספליט איז עס געווען אן אויסגעחלישט ביהמ"ד נאר נאכן מחלוקה האבן זיי אויפגעבויט דארט זייער בעיס וואס פון דעים רעדן מיר נישט מיר רעדן נאר ווער סאיז מיט וואס געבליבן נאך פון פארן ספליט מיט אנדערע ווערטער פארלוירן\געווינען)
ביהמ"ד ויואל משה אויף היטלאנד רד.- ארונים די זאליס האבן זיך געדארפט אפטראגן פון דארט בעירום ובחוסר כל מיט חרפעלעך
נשלח ב-16/10/2009 20:22
א רב שנעק אין לאנדאן האב איך נאך נישט געהערט קען זיין עפס א זאלי רב.