בעצם ביזסטו גערעכט,
אבער ליידער אז דו כאפסט א בליק מיט וויפיל רשעות און נאצישע הנאה
די אהרונים פרייען זיך אין זייער פארום, ביי יעדן אומגליק וואס עס פאסירט
ביי א צווייטן איד וואס איז נישט לרוחם.
איז ממש א חיוב דאס ארויסצוברענגען,
נישט אז זיי זאלן ווערן אויפגעקלערט,
נאר פשוט אז ערליכע זאלן נישט נאכגעשלעפט ווערן
אדער ווערן פאסיוו און גלייכגילטיג פון זייערע מעשי רשע.
אוודאי האלטן זיי אז מען דארף זיך פרייען ווען פאר א זאלי גייט שלעכט,
אדער עס פאסירט א פריוואטער אומגליק
זיי האבן נעבעך אזא סארט רבי'ן,
דערפאר איז א חובת השעה, יא ארויסצוברענגען סיי וואס פאר אן חשוב'ער מענטש
הרה"ח ר' יעקב יואל ע"ה איז געווען, און טאקע זיין געוואלדיגע איבערגעגעבנקיין לטובת הכלל,
וויאזוי ער האט געהאט די געוואלדיגע זכיה זיך ארויסצושטעלן לטובת הציבור,
בפקודת הרבנים הגאונים שליט"א, און זיין גרייטקייט צו זיין א שליח ציבור
פארקערט, עס איז דער גרעסטער כבוד אז ער האט זוכה געווען דערצו.