עס איז נישט קיין שום ציל, עס איז זייער פשוט, דער רבי אליין איז געווען ראש ישיבה ביז ער איז געווארן רבי און האט פארגעלערנט פיינע שיעורים, האט ער געוואלט ווייטער ממשיך זיין, זיין חיות איז פון לערנען, [איך האב נישט מיט באבוב גארנישט אבער עס איז א דבר ידוע אז ער איז אלעמאל געווען פארעכנט אלס א תלמיד חכם און גאר חשוב'ע אינגערמאן]
נשלח ב-20/10/2009 23:28
פאר די וואס פארשטייען נישט וואס דא גייט פאר:
די מדובר איז פון הר"ר מרדכי דוד אונגאר הי"ו א אייניקל פון רב ז"ל
על כגון דא נאמר איזהו חכם המכיר את מקומו, אשאד נאר אז דאס האט פאסירט אביסל צו שפעט.
נשלח ב-20/10/2009 23:49
מה ענין שמיטה אצל הר המנוחות?
דוכט זיך מיר אז עס איז פארהאן אַ באזונדערע פורום אויף די ענינים.
ווי איך קוק עס אן קען זיין איך בין
wrong אז זיינע מוסדות מוטשענען זיך זייער שטארק פינאנציעל
און א געלונגענע ראש ישיבה קאסט א טייערן פרייז
איז ר' מרדכי דוד אלס א געטרייער רבי פאר זיינע חסידים און זייענדיג פעאיג דערצו
זייענדיג אלע יארן א בארימטער חשובע תופס ישיבה זיך אנגעטראגן אליינס עס
צו נעמען אויף זיך
נשלח ב-21/10/2009 00:37
שכלדיג מ'האט נישט געמיינט אייך בדווקא, נאר דעם עניין
נשלח ב-21/10/2009 05:22
אז א רבי פין א גרויסע חסידות איז מוכן אוועק צו ווארפן אלעס 3 מאל א וואך אין גיבט זיך אפ מיט בחורים , דאס ווייזט אויף די דרך המחשבה פין דעם מענטש, ער וויל זיין א מרביץ תורה, ער וויל משפיע זיין אויף זיינע בחורים, אז ער האט ליב צו לערנען.
פאר אונז היידפארק שרייבערלעך מיינט עס גארנישט, די באלקעני מאך חוזק ביים שרייבן אייניקל אונגער אין די העלד מאך זיך צו נער כאילו מ'זוכט צו שפארן געלט, אבער פאר דעם רבי'ן מיינט עס אסאך, 3 מאל א וואך אפשפארן די קרעטשע פאר א מנהיג פין אזא גרויסע פארנעם איז א גרויסע פעולה, אינדערצייט וואס אונז וועלן שוין פארגעסן פין די נייעס וועט ער ממשיך זיין צו מחנך זיין זיינע בחורים.
ביי מיר האט דאס אויפגעוועקט א פינטל פין האפענונג זעהנדיג אז ס'איז נאך דא רבי'ס "נישט פין פריעדיגן דור" וואס נעמען אהן זייערע פאסטן מיט אן אחריות אין זייערע קאפ ליגט אין הרבצת התורה מיט חינוך הבנים.
וואס ווילסטו פין איהם? האט ער געהארגעט די באבובער רבי ז"ל?
זיין שווער איז אוועק פין די וועלט אהן זוהן האבן זיינע 2 איידעמער איבערגענומען זיין אמט.
וואלסט געמעגט שרייבן מיט מער דרך ארץ אויף א מנהיג ישראל וואס זוכט צו אויפטוהן פאר אידישקייט.
חוץ פין דעם, הרבצת תורה ברבים איז א PR וואס מ'גיבט אויבן אין הימל גן עדן.
נשלח ב-21/10/2009 18:33
דער שווער איז טאקע אוועק כדרך כל הארץ די איידעמער האבן אים נישט גע'הרג'עט אבער באבוב האט פארמאגט א רב הצעיר! קיינער האט נישט געהייסן דעם ראש ישיבה אויפגעבן זיין אמט, ער האט דאס אליינס בוחר געווען, ביי אים איז ראביסטעווע חשובער פון ראש ישיבהשאפט זאלט איר נישט דרייען א קאפ אז די ישיבה ברענט אים.
נשלח ב-21/10/2009 19:41
איך בין נישט באבוב'ס פארטייגונג מיניסטער.
דיין פשעטל וואלט געקענט האבן הענט מיט פיס אויב די מצב וואלט געווען אז רמ"ד וואלט געבליבן אין די גרויסע בימ"ד.
אבער קומען זאגן אז אפילו זייענדיג אויף די גאס איז ער א רבי וואס האט זיך ארויפגעווארפן אויף זיינע חסידים איז זייער נישט שכל'דיג.
זעהט אויס אז די חסידים וואס פארשטייען אז רב הצעיר דארף זיין ממלא מקום זענען געבליבן ביי רב"ץ אין די וואס האלטן אנדערש זענען געגאנגען צו רמ"ד.