איך האב פאריגע וואך געהערט פון אן עסקן נמרץ, וועלכער איז טעטיג דערין מיט נאך עטליכע תלמידים און מעריצים פון הגה"צ רבי משה מנחם טירנויער שליט"א, דומ"ץ דקהל יטב לב מאנטריאל יע"א אז זיי פלאנירן אים צו קויפן א הויז מיט א ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.
דאס אז יאוואזשנער רב שליט"א זאל קענען האבן קרוב צו 700 מתפללים במשך די ימים נוראים, און ריזיגן ציבור ביי די הייליגע הקפות, איז א באווייז אז ס'איז דא גענוג פלאץ אין וויליאמסבורג אויך פאר'ן דיין, זאגט מיר דער עסקן.
לויט ווי יענער זאגט מיר האבן זיך גרופירט א גרופע פון חשוב'ע תלמידים און זענען שוין געווען קוקן עטליכע פלעצער. יענער זאגט מיר אז דער דיין האט אסאך גוטע פריינט דאהי און מ'זעט עס כסדר, בפרט האט מען עס געזען דעם פארגאנגענעם שמיני עצרת וש"ת, און מ'האפט אז חפץ ה' בידם יצליח.
נשלח ב-20/10/2009 19:27
פאר ווער עס האט ארויס די אמת'ע ציהל און ווילן פון די חסידות ביי די מחנה הזלונים פארשטייט גאנץ גוט אז דאס דארף זיי נישט שטערן, אדרבה ירבו כמותו בוויליאמסבורג אז חאניאקישע פרומע אידן זאלן האבן וואו זיך צו ווייקן אויף עבודת ה', עס באדערט נישט קיינעם, דעריבער איז לדעתי דא נישט די פלאץ פון דעם אשכול.
נשלח ב-20/10/2009 19:34
שכל'דיג?
אדרבה עס איז טאקע א געוואלדיגע טובה פאר קהל יב לב, און איז א גרויסער כח פאר קהילתינו הקדושה.
כאטש דו פארשטייסט גאנץ גוט מיין כוונה, וועל איך די דאס ארויסברענגען, אלס זכות פון שמירת שמיטה...
די נייעס פון רבי משה מנחם שליט"א דארף צו הייסן אַ זעץ פאר די מחנה זלונים און אטאמאטיש אַ גוטן ביינדל פאר די מחנה ארונים, האב איך מעיר געווען אז למעשה איז דאס נישט קיין זעץ פאר די זלונים, נו ענדיג צו אליין... איז דאס פלאץ פונעם אשכול נישט אין דעם פורום.
אבער דערווייל האט דער דיין שליט"א נישט קיין שום פלאן אוועקצוגיין פון מאנטריאל וואו ער איז מרביץ תורה און די ישיבה אין מאנטריאל איז אן אויסגערופענע ישיבה וואו מען רייסט זיך אריינצוגיין. יעדע זמן זאגט מען אפ אסאך בחרים צוליב מאנגל אין פלאץ.
נשלח ב-20/10/2009 22:21
דוד די פלאן אז ער זאל גיין קיין קרית יואל האט נאכנישט אויסגעוועפט ...
איך מיין אז יא
ער איז בכלל נישט דערביי אריינציגיין קיין ראדני טאנצן הקפות צווישן די איבערגעדרייטע פארענטשעס
ער איז בכלל נישט דערביי ארויף ציוואקן די ביה"ח אלעס אבי נישט ציגיין מיט א מאטי'ס קאר סערוויס וואס די ווילעזש האט ציגעשטעלט
ער איז נישט דער ריכטיגער מענטש פאר ענק ווייל ער האט נישט ליעב די נאז פון רבי'ן ווייל זיין ווארט איז מער אויפגעכאפט אויף די עולם הרבנים ועולם התורה וועט ער אבער נישט גרייט זיין זיך אינגאנצן אין דער ערד צילייגן
א גוטע טאפיק פאר די אהרונים צו דיסקאסן ווען סאטמאר פייפט אריין אין זיי!
נשלח ב-21/10/2009 09:21
ר' משה מנחם האט ארויס געכאפט דעם שמחת תורה 250 יודען פין זאליס הקפות
נאך אזעלכע פריינט ווער דארף פיינט.
שטעלטס ענק פאר ווען אינז מיזן ווען הענגן גרויסע פאסטערס אין טראנספרענטען וועגן דעם רבי'ס נעילת החג דאס אלעס אינז צי פארדאנקן א חלק ר' משה מנחם.
ווער ס'קען איז מכבוד אריבער צי שיקן בלימען פאר ר' משה מנחם.
נשלח ב-21/10/2009 14:49
דער ר' משה מנחם זאל זיין געזינט איז מוסטער וואו אזוי א ביסלע תאוות הכבוד, און א ביסעלע מער פון די שמינית שבשמינית וואס איז מותר בלוז פאר ת''ח, קען איינעם אראפברענגען,
נשלח ב-21/10/2009 15:58
ווי איך הער איז און מאנטריאל האט ער חוץ פון די ישבה נאר שונאים און די ישיבה אליינס שטייט ער אויך נישט אזוי שיין ווי ער פלעגט
נשלח ב-21/10/2009 17:42
ער האט דאך פארשיקט די 2 נארמאלסטע מגי''ש פין ישיבה וועגן זיי זענען געבליבן חסידים פינעם זעלבען רבי'ן.
איינער האט טאקע געמופט אויף ק''י, ווי ער דינט אלס מנהל אין ישיבה קטנה אין איז ב'''ה שטארק מצליח, יש''כ רמ''מ
איינער האט געפענט א הערליכע ישיבה ''אור התורה דסאטמאר'' אין מאנטריאל ווי ער איז ב''ה שטארק מצליח, אין די ישיבה שמ'ט מיט איר כתר שם טוב, יש''כ רמ''מ