זייט ווען קוקן אמעריקאנער אידן אויף כשרות
איך זעה דא די גאנצע צייט גאנצע אשכולות וועגן דעם נושא פון כשרות ביי די
טשיקן און ביי די פלייש, יא מהודרת נישט מהודרת, ארוינים זאלוינים.
מיין
קשיא איז זייט ווען קוקט מען אויף כשרות ?, מ'זעהט אמעריקאנער אידן וואס
קומען קיין ארץ ישראל, אידן פון אלע קרייזן "סאטמער ארונים" "סאטמער
זאלוינים" באבובער ויזניצער סקווערער וכו' וכו' מ'זעצט זיך אריין אין
רעסטוראנטס וואס אפילו גאנץ מאדערנע אידן שעמען זיך צו גיין דארטן עסן און
זיי זיצן און פרעסן מכל הבא ליד, איך רעד שוין נישט וואס מ'גייט אריין
דארטן און ס'איז פון מיט פריצות אסאך מאל גייען זיי אריין מיט קינדער אדער
בחורים, און ווען מ'זאגט זיי ווערן זיי אזוי אנגעבלאזן, די זעלבע זאך
מ'גייט עסן אין האטעל צו ס'איז פרישטיג וואס ס'איז פיל מיט חששות פון מעשר
ערלה וכו' צו ס'איז סאפער די ערגסטע פלייש, און חלילה מ'זאל זיי זאגן
עפעס, סטייטש ס'שטייט דאך כשר.
און דאס איז ביי אלעמען, ממש איינציגע וואס זענען זיך נישט מטמטם, רבותי ס'שטייט ונטמתם בם.
מצאתי לרבינו בחיי ז"ל בביאורו לתורה שם ויקרא י"א מ"ג שכה כתב "ולא תטמאו בהם ונטמתם בם ונטמתם המלה חסרה אל"ף שהוא לשון טמטום והטעם שהלב מטמטם באכילת הדברים האסורים ואין רוח הקדש שורה בו.
רבותי
מ'טאר נישט עסן אין כמעט אלע רעסטוראנטס אין א"י. און מ'טאר נישט עסן אין
קיין האטעל אין ארץ ישראל אחוץ אין די פאר פרומע האטעלן. האט רחמנות אויף
אייך און אויף אייערע קינדער.
 |
|
|