עס דרייט זיך איבער די ישיבה מען ווארפט ארויס איינגעשטעלטע מען נעמט אריין נייע,
די ישיבה ווערט צוטיילט אין דריי
צעירים ווערט צוזאמגעשטעלט מיט די אינגסטע עידזש וואס זיי גייען לערנען אין די ביז יעצטיגע גרויסע בית מדרש אינטער ר' דוד שלמה עקשטיין
און חוץ דעם איז דא נאך צוויי עידזשעס מיט עקסטערע מנהלים (זיי טרייען נאכצומאכן קווינס זיי מיינען אז דאס וועט עפעס העלפן, אבער אז מען האט נישט קיין סייעתא דשמיא העלפט נישט גארנישט)
ר' מרדכי זילבערשטיין איז אינדערויסן
ר' יוסף לייב קאהן ווערט א פשוט'ע משגיח
עס איז דא נאך נייעס דארט והמשך יבא
נשלח ב-20/10/2009 21:24
אבי נישט צווישען אידען (בעושה מעשה עמך)
נשלח ב-20/10/2009 22:03
שרייבט ביטע ארויס פון וועלכע ישיבה דא רעדט זיך
נשלח ב-20/10/2009 22:07
ביסטו טאקע אלעמאל געווען אזא תמים?
נשלח ב-20/10/2009 22:11
עס פלעגט אמאל קומען פיר סארט תירצים פון ק"י ישיבה ווען עס פלעגט זיין דארטן געוואלטאטן,
1) איבראל און אלע ישיבת און ביי אלע חסידותער פאסירט אז בחרים צילאזען זיך אמאל,
אויב האב מען עס נישט געטראפן און ערגעץ האט מען געהאט די קומעדיגע תירץ פון ירחיק עדותו,
אה איך האב פארגעסן צו שרייבן אז דער רבי גייט גארנישט האבן מיט די ישיבה פון היינט און ווייטער, ער טאר מער נישט דאווענען דארט, ביז היינט פלעגט ער אנקומען דארט ארום 10-11:30 און זיך גענומען דאווענען מיט א רואיגקייט און דערנאך די באוויסטע שיעור תהילים ווי עס האט נישט געקלעבט איין ווארט מיט'ן צווייטן, אזוי אז די טאג האט זיך אפיציעל אנגעפאנגען צוועלווע איינסע
די זשאוק שטאמט פון די געוועזענע ק"י רב'ס חבר'ס טאטע
דער קלויזנברגער
ער האט עס געזאגט אנפאנג מ' יארן ווען סאטמאר האט זיך אנגעהויבען קריגען צווישען זיך
נשלח ב-20/10/2009 23:01
נצחתני בני נצחתני
נשלח ב-20/10/2009 23:13
נאך א פשט
אויב די וועסט נישט זיין ברוגז אז איך ריף זיי רשעים,
ח"ו דאס מיינט נישט א יעדע ארוני איז א רשע,
עס מיינט די פארטיי פירער וואס טיען מעשה רשעות,
און אויף דעם שטייט פיריד לרשעים נאה להם ונאה לעולם
דאס איז פשט ווען איך זאג אבי נישט צווישען אידען
און אויב די קענסט לשון קודש האב איך דאס אויך צי געשריבען אויפן פלאץ בעושה מעשה עמך דו"ק ותשכח
נשלח ב-21/10/2009 01:04
אין זוהר הקדוש פרשת בראשית שטייט אז ס'זענען דא 5 מיני ערב רב און איינע פון זיי איז קינדער וואס ווערן געבוירן צו אידישע עלטערן נאר זייערע נשמות ווערן ל"ע פארטוישט אויף זרע עמלק ר"ל.
א סימן דערויף איז אז זיי בויען זיך בתי מדרשים און לייגן דערין אריין א ספר תורה נאר די גאנצע יסוד איז "ונעשה לנו שם" מ'וויל ווערן גרויסארטיג, מ'מיינט נישט כבוד שמים נאר די גאנצע חסידו'ס איז פאר אייגענעם כבוד.