בית פורומים אחים אנחנו

שלעגער פון ר' משה גבאי, אהרן מאיר ווייס אנגעקלאגט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/10/2009 21:56 לינק ישיר 
שלעגער פון ר' משה גבאי, אהרן מאיר ווייס אנגעקלאגט

זונטאג ר"ח חשון האט זיך אנגעהויבן דען משפט פונעם ברייט באקאנטן שלעגער אהרן מאיר ווייס ב"ר משה חיים ווייס, וועלכער ווערט אנגעקלאגט אין געריכט פאר'ן שלאגן ר' משה פרידמאן פארגאנגענעם ל"ג בעומר תשס"ט.


דער שלעגער אהרן מאיר ווייס וועלכער מ'רופט אין בני ברק בשמו הידוע אהרל'ע קלעפער (ווייל ער קלעפט אלע צעטלעך פון די באהערדע) און זייענדיג דער רעדאקטאר און מו"ל פונעם "קול התאחדתינו" גליון און פון דעם "שולחן מלכים" אויסגאבע, האט זיך געשוואוירן ביי זיין איינגעפאקטן לאנגע גרויסן בארד, אז ער וועט קיין משפט נישט האבן, דערווייל איז די מציאות אבער אין גאנצן אנדערש.


דער צורודערטער שלעגער איז אנגעקומען צופארן צוזאמען מיט זיינע הויפט דזשאנדארן הערשל האלצער מיט שלום יצחק דאסקאל משגיח רוחני אין ישיבת מהרי"ט פון ר' חיים הערש מייזליש,  וועלכע האבן עם מנחם געווען אז עס וועט גארנישט זיין.

זונטאג צופרי איז ער אנגעקומען אין געריכט אין צפת, אין ווען דער פרעסקיוטער האט עם אריינגערופן אין געריכט רום צום ריכטער בען פיילעס, האט ער זיך געזען אונטער א מבול פון בליץ פיקטשער'ס, און האט זיך פרובירט צו באהאלטן אונטערן רוקן פון דעם צווייטן טעראריסט דאסקאל, ווען האלצער סטראשעט מיט די פינגער דעם פיקטשער מאכער מיטן ארגסטן, און שיסט אויס מיט א טוץ פון קללות נמרצות אנגעברענגט פון מאנארא'ער ישיבה.


דער ריכטער האט עם פארגעליינט זיין קלאגע, אז ער איז א שלעגער וואס האט געשלאגן ביים ציון הרשב"י, און האט געפרעגט דעם שלעגער צו ער לייקענט עס אדעיר ער באשטעטיגט עס.

דער שלעגער אהרן מאיר ווייס האט געשטעלט א פנים אין געזאגט פאר'ן ריכטער געקעקעצטער-הייט "אאייןןן לייי ככככסססףף ללללעוערררךךך דדדדיין  "אין לי כסף לעורך דין", אין האט געבעטן דעם ריכטער אז די ציוניסטישע מדינה געריכט דער בג"ץ הציוני דער חירוף וגידוף נישט כ' נאר חירוף ממש (ווי ר' אהרן האט געזאגט) זאל עם שטעלן א לויער צו זיך קענען פארטיידיגן


דער ריכטער האט עס עם נאכגעגבן ווי דער ארטיגער געזעץ לויטעט, און די קומענדיגע הירונג וועט פארקומען דעצעמבער 3 - ט"ז כסלו תש"ע.

האלצער געזוכט נאכן הירונג האט געוויזן פאר יעדן ווי זיינע מחשבות לויפן עם.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:10 לינק ישיר 
שלעגער אהרן מאיר ווייס באהאלט זיך אונטער דאסקאל רוקן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:15 לינק ישיר 
האלצער שעלט קללות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:15 לינק ישיר 

שלעגער ווארט נאר צו ביז די קומסט קיין אמעריקע וועסטו געוואר ווערן וואס מיינט פעטש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:20 לינק ישיר 
האלצער סטראשעט מיט די הענט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:20 לינק ישיר 


פארוואס עפענען אויף יעדע זאך אפאר אשכולות ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:22 לינק ישיר 
דער שלעגער גייט אריין אין געריכט רום




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:25 לינק ישיר 
אהרלע קלעפער גייט אריין אין געריכט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:27 לינק ישיר 
דאס געזוכט פון טעראריסט האלצער נאכן הירונג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 23:35 לינק ישיר 

דער אהרן מאיר ווייס דער שלעגער מיט זיין שותף שלום יצחק דאסקאל, נישט קענען א דורכטראגן די בזיונות פון די בילדער, האבן אויפגעטראפן עפעס א מעשה און אריינגעלייגט א פאלשן בריוו פון ביד"ץ העדה החרדית, וואס עס האט נישט קיין הענט און קיין פיס, און עס איז מזוייף מתוכו

ווייל דער דאטום שטייט כ"ה תשרי, און די צווי עמי הארצים ווייסן נישט אז דער ביד"ץ העדה החרדית זיצט נישט א גאנץ תשרי מיט ניסן, און דער לשכת הביד"צ איז פארמאכט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 23:36 לינק ישיר 

ווער האט מתיר געווען גיין אינעם ציוניסטישע ערכאות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 23:47 לינק ישיר 


עס זעהט אויס אז דו מיינסט דאס אמת'דיג
איז קאל ביטע אן ר' משה גבאי פריוואט און פרעג איהם
דא וועט ער דיר במיילא נישט ענטפערן פרעזענליך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 23:54 לינק ישיר 


נאך אן עצה האב איך צו דיר קזחסטאן זאלסט דיך ווענדן מיט דיין שאלה צום אפיס (נישט די רבנים שליט"א) פון העדה החרדית אין י-ם זיי נעמען קער אויף די סארט עבירות, זיי וועלן דיר תיכף ארויסשארן אַ בריוו, זיי האבן פלענטי צייט און טינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 23:54 לינק ישיר 

איך אמתדיג ווייס איך נישט..
אבער די מיינסט עס שכלדיג, דאס איז זיכער..












בדרך הלצה..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 00:02 לינק ישיר 


ר' סוג, וואס האט ר' משה גבאי מיט די ירושלימ'ער בחורים ?

ר' קזחסטאן, איך גלייך אמאל אַ ווערטל. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 01:13 לינק ישיר 

דער שופך דם אהרן מאיר ווייס אנשטאט צו מאכן א חשבון הנפש אז ער דארף האבן א ישועה פרטית וד"ל, שטייט ערק און פארגיסט אידיש בלוט ווי אימער ער קען נאר




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > שלעגער פון ר' משה גבאי, אהרן מאיר ווייס אנגעקלאגט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext