די אהרונים האבן ארויסגעשאסן א פרישן ספין אז דער מאנטריאל דיין הגה"צ המפורסם רבי משה מנחם טירנויער שליט"א פלאנט צו קומען קיין וויליאמסבורג.
אזוי ווי איך האב אנגעפרעגט די תלמידים פונעם מאנטריאל דיין, איז אזא זאך נישט דורכפירבאר מכמה סיבות, ובכלל איז יעצט נישט דא קיין שום רעדע פון אזא זאך, מוז זיין אז די אהרונים האבן ארויסגעשאסן דעם ספין וועגן אן אנדערע סיבה.
געווענליך שיסן זיי ארויס אזעלכע ספינס ווען זיי זענען חושש אז א רב אדער דיין וויל ארויסקומען מיט א קול קורא וכדומה, אדער אז זיי ווילן פארדעקן עפעס אן אייגענעם סקאנדאל,
וואלט געווען אינטרעסאנט אויסצופיגורן וואס איז יעצט די סיבה פון דעם ספין וועגן מאנטריאל'ע דיין שליט"א.
אוודאי וואלט געווען א גרויסער הנאה פאר אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג אז דער חשוב'ער דיין וועלכער איז דולה ומשקה מתורת רבינו הק' זי"ע זאל זיך אהערציען, אבער אזוי ווי דאס איז יעצט סתם א ספין פון די אהרונים דארף מען פארשטיין וואס ווילן זיי?