ברוך שהחיינו וקיימנו והיגענו לזמן הזה וואס אנ''ש און אנטווערפען ווערען פטור פון די כת המסרבים לדין
א לענגערע באשרייבונג וועט נאכפאלגען איבער די צרות וואס היימישע ציבור און אנטווערפען האט און די לעצטע יארען מיטגעמאכט פון די ארוינים
תוקן על ידי ישראהיימאן ב- 22/10/2009 9:39:23
נשלח ב-22/10/2009 11:50
אינטרעסאנט צו זעהן ווער איז די כת המסרבים לדין
ווער ס'האט די חיבור פון די ארונים אויף די פרשה אין אנטווערפן ווערט געבעטן צו פעיסטן
כ'הער אז די נארמאלע קהל גייען צאלן געלט פאר דער שיינקייט י. וואלנער ער זאל קומען דאווענען ביים גרויס נייעם ביהמ"ד
ישראהיימאן אפשר שרייב קודם די מיטמאכענישן וואס די זאליס האבן געהאט די לעצטע פאר יאר צווישן זיך
ס'איז סאך א לענגערע מגילה
נשלח ב-22/10/2009 12:33
אויששש כתב:
אינטרעסאנט צו זעהן ווער איז די כת המסרבים לדין
ווער ס'האט די חיבור פון די ארונים אויף די פרשה אין אנטווערפן ווערט געבעטן צו פעיסטן
דער חיבור האט נישט געברענגט קיין גרויס כבוד פאר די ארוינים, איך רעדט שוין נישט וואס דארט שטייט איז פיל מיט שקרים וואס איז ליידער נארמאל ביי די ארוינים, נאר דער גאנצער קונטרס איז געבויט קעגען דעם בית דין צדק פון חרדישע קהילה מחזיקי הדת וואס שם'ט און די גאנצע וועלט און איז אנערקענט דורך אלע ערליכע קהילות און בתי דינים, אלעס וועגען דעם ווייל זיי האבען געשריבען אז די אנטווערפענע ארוינים ווילען זיך נישט שטעלען צים דין תורה
מער איבער דעם גאנצען ענין בקרוב..........
כ'הער אז די נארמאלע קהל גייען צאלן געלט פאר דער שיינקייט י. וואלנער
ער זאל קומען דאווענען ביים גרויס נייעם ביהמ"ד
ישראהיימאן אפשר שרייב קודם די מיטמאכענישן וואס די זאליס האבן געהאט די לעצטע פאר יאר צווישן זיך
ס'איז סאך א לענגערע מגילה
בנוגע די מחלוקת פון די זאליס, אמת עס איז געווען א חילוקי דיעות אינערהאלב די הנהלת המוסדות[וואס איז בדרך אגב אנגעדרייט געווארען דורך די ארוינים], סאוו וואט, וועגען דעם האבען מיר אן נארמאלען רבי'ן וואס האט דאס שוין לאנג אויסגעגליכען ב''ה און מען האט קיינעם נישט געדארפט ארויסווארפען און אלעס לעבט בשלום ושלוה. מיט פאראייניגטע כוחות וועט מען יעצט אויפבויען די קהילה נאך יארען וואס די ארוינים האבען עס חרוב געמאכט
תוקן על ידי ישראהיימאן ב- 22/10/2009 12:39:37
תוקן על ידי ישראהיימאן ב- 22/10/2009 12:40:45
נשלח ב-22/10/2009 15:14
הרב היימאן אויב האסטו דארט אַ ווארט אין אנטווערפן וואלט איך דיר געבעטן זאלסט טאקע פועל'ן אויף אַ שלום און אחדות, עס איז שוין די העכסט צייט עס זאל זיך אויפהערן די נארישע שטויבער-דרעזנער פייט וואס איז מבאיש ריח אויף די קהילה.
גלייכצייטיג זאל דער חצוף מ. ש. מקיים זיין די מצוה לשמוע דברי חכמים (פשעווארסק,סאטמאר) און אויפהערן צו נעמען די טמא'נע געלט פון די שטאט פאר די בית רחל.
נשלח ב-22/10/2009 15:30
ס'איז דא א בריוו פון קאשויער רב זצ"ל קעגן די געפערליכע פירצה פון נעמען די טמא'נע געלט און לערנען די טמא'נע ערגסטע גוי'אישע לימודים רח"ל רח"ל
אויך ר' אברהם לייטנער זצ"ל איז אונטערגע'חתמ'עט
אויך א זון פון ר' בנימין ראבינאוויטש זצ"ל פון ירושלים האט בשעתו גערעדט שארף קעגן דעם (אזוי וי מ'דארף טאקע טיען) און מ'האט עס מפרסם געווען.
ס'האט געהאלפן זייער ווייניג ליידער און די פירצה גייט אן, די אנטווערפענע סאטמאר מיידלעך ווערן ווייטער אנגעפיטערט מיט די ערגסטע לערן-מאטריאל - מינות און פריצות - שומו שמים!!!
נשלח ב-22/10/2009 15:43
דרך אגב בית רחל סטאפט סוף דאס יאר אי"ה צו נעמען די גויאישע געלטער
נשלח ב-22/10/2009 15:53
הלוואי. לאמיר האפן.
מ'זאגט אזוי שוין אפאר יאהר דוכט זיך.
אבער אפשר טאקע.
נשלח ב-22/10/2009 16:14
הנגיד החסיד ר' אברהם יצחק קליין (חתן ר' שלו' בערגער ז"ל) פון לונדון האט זיך אריין געלייגט אין די זאך פון אנפאנג זומער שוין ער האט גענומען די בעסטע לויערס און ב"ה אט אט גייט מען זיך ארויס זעהן פונעם פראבלעם אי"ה און צוריק ברענגען די שיינעם מוסד בית רחל באנטווערפען ס'זאל זיין על טהרת הקודש
נשלח ב-22/10/2009 16:17
ברוך ה'.
ממנו ילמדו וכן יעשו.
נשלח ב-22/10/2009 20:47
ס'קאסט מיר א לאך אבער נישט סתם איינס
ישראהיימאן אויב איז די נארמאלקייט פון דיין רעבין געמאסטן אינעם שלום ושלווה פון די הנהלת המוסדות מיין איך אז די זאלסט אים שוין אריינלייגן אינעם געאסערטן פאבליק סקול...
ווער געדענקט נישט די מסע הקודש הלצת החינוך הטהור פאריאר ווינטער פון הגז"ל קיין אנטווערפן ווען מהאט געפאמפעט אז מגייט מציל זיין דעם סקול פון די גאווערמענט און ויהי ממחרת ויחלום שנית אלעס באלאניס נישט געטהון גארנישט ביים מעמד אליינס מוצ"ש אין אנטווערפן בשעת ווען צדיק בעיר האבן זיך הערשעלע דרעזנער און מרדכי שטויבער געריסן ביי די קעפ לעיני קהל עם ועדה.
בדרך אגב יועץ פרטי אברהם יצחק קליין האט פון אנפאנג זומער ביז יעצט פארלוירן נעבעך זייער אסאך געלט און ער טיילט שוין בכלל נישט קיין געלט אזוי ווי אלע בערגערס כיום
סוי כ'מיין אז ענדערש זאג אז אט אט גייט מען זיך ארויס מיט א אנדערן נגיד החסיד וואס וועט באצאלן פאר לויערס פארן שיינעם בית רחל.
נשלח ב-23/10/2009 02:03
קאזאקסטאן
הרב לייטנער הרב מקאשוין אין בן הרב בנימין ראבינאוויטש כבודם במקומם מונח, אבער פארוואס פארשטייסטו אז סאטמאר דארף זיך דערמיט רעכענען?
אז א סאטמארער רבי אדער סאטמארער רבי זאגט א דעה איז דאס נוגע
די אנדערע זענען נוגע פונקט ווי משה הירש
נשלח ב-23/10/2009 02:13
מ'דארף זעהן וואס די תורה זאגט. די תורה באלאנגט נישט צי סאטמאר, אויך נישט צי קאשוי, און אויך נישט צי הר"ר משה הירש שליט"א.
אז איך זע א סאטמאר חסיד עסט חזיר למשל זאל איך עם גארנישט זאגן? און נאר אז א סאטמאר רבי וועט עם הייסן אויפהערן דארף ער פאלגן?
זאלסט מיר טויזנט מאל אנטשולדיגן, אבער איך מיין אז דיין קשיא איז אינגאנצן נישט צי דער זאך.
נשלח ב-23/10/2009 02:13
און וואס טוט זיך אין די הייליגע שטאדט קרית יואל? דארט מעג מען יא נעמען די טריפענע געלטער?
נשלח ב-23/10/2009 02:20
כאפסט נישט? דארט איז דאך מותר (אזוי ווי אין אנטווערפען) ווייל קיין שום סאטמאר רבי האט עס נישט גע'אסר'ט! (אויסער לעצטער סאטמאר רב בעל ויואל משה ועה"ג אבער מיט עם רעכנט מען זיך שוין נישט)
איי אנדערע צדיקים גאונים וקדושים שליט"א און זצ"ל שרייען אז על פי תורה איז דאס כפירה ומינות?
יא, אבער זיי זענען נישט סאטמאר!!
אין סאטמאר תורה שטייט אז מ'דארף פאלגן נאר א סאטמאר רבי... (לשיטת גרינטושי)
נשלח ב-23/10/2009 02:40
קזאחסטאן
ווען וועסטו שוין פארשטיין אז די אלע וועם די רעכנסט אויס פארטרעטן נישט די תורה נאך זיך אליין.
עס איז דא גדולי תורה אויף דער וועלט צו לערנען תורה מיר דארפען נישט לערנען ביי די שונאי ישראל
נאר וואס דען? אז א רב פון א קהילה ווי סאטמאר נעמט אן א הלכה איז דאס מחייב דעם קהילה
וואס אהל שרה פסקענט איז מקסימום מחייב אחמידיניגאד.
נשלח ב-23/10/2009 03:02
האסט נישט מורא און א טראפ בושה זאגן אויף אן הייליגער איד צדיק וקדוש אזוי ווי קאשויער רב זי"ע און אויף אנדערע רבנים און ערליכע אידן זיי זענען שונאי ישראלים??
שעמסט דיך נישט?
זאלסט נאר וויסן אז יש דין ויש דיין. דא קענסטו שרייבן וואס די ווילסט אונטער דיין אויסגעטראכטע נאמען, אבער אין הימל ווייסט מען אללעס.