בית פורומים אחים אנחנו

חיי שעה אויך נישט: די טאנק בלייבט אין דערערד!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/10/2009 22:14 לינק ישיר 
חיי שעה אויך נישט: די טאנק בלייבט אין דערערד!

ווער פון אונז געדענקט פאר בערך 700 יאר צוריק איז געווען א מעשה מיט א טאנק וואס די ארוינים האבן ארויסגעגראבן און דערמיט געפייערט א ריזן נצחון, זיי האבן אפילו שוין געוויסט ווי מען האט געלייגט די טאנק...

ווען דאס זאל זיין א מעשה פון 700 יאר צוריק החרשתי, שוין פראבירן זיי צו פארקויפן שקרים אבי צו פילן גוט.

רבותי ס'רעדט זיך וועגן א מעשה וואס איז היינט געווען ווייניגער ווי א שעה צוריק!!

יונה\יענקל האבן פראפאגאנדירט אז זיי האבן מצליח געווען ארויסצוגראבן דעם טאנק מיט די הילף פון די פאליציי! זיי האבן שוין אפילו פארציילט אז די טאנק איז יעצט אינטערוועגענס צו פאלאקס לאט און דערנאך שוין אפילו באגראבן דארט... בלא בלא בלא און פלוצלינק טראך...

יעצט האט זייער (אפילו נאר) חיי שעה געכאפט א מעכטיגען פראסק! די טאנק איז נאך אין דערערד און ס'בלייבט דארט! די טרעקטאר קען צוריק גיין צום בית החיים און ארבעט! 

תוקן על ידי חיי_שעה ב- 22/10/2009 22:15:56




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2009 22:26 לינק ישיר 

פאר די וואס האבן נישט מיטגאהאלטן וואס עס איז פארגעגאנגען

דוד עקשטיין האט געברענגט א טרעקטאר ארויסצוגראבן דעם טאנק וואס שטיקט דעם ר' אהרן, מיט א בריוו פון "די ווילידש אינספעקטאר"... (א איינגעשטעלטער פון אברהם ווידער, וואס ווערט באצאלט פון מיין מיט דיין געלט) אז די טאנק קאמפלייט נישט מיט סעיפטי רעגולאציע'ס.

פארשטייט זיך אז בני יואל וועט זיך נישט לאזן שפייען אין די קאשע און זיי האבן געשיקט דוד עקשטיין מיטן אינספעקטאר צוזמען זיך ליפטערן.

האבן די חלה דעקלעך אנגעהויבן גראבן מיט געוואלד האבן אינגעלייט אפגעשטעלט דעם טראקטאר מיט כח, האט "די ווילידש" (דאס איז עפעס אזא סארט ס'האט זיך קיינער ווייסט נישט ווער) גערופן פאליציי, פאליציי האט געהייסן דעם עולם אוועקגיין און לאזן דעם טראקטאר ארבעטן אויפן באפעל פון די ווילידש, אבער עסקני בני יואל האבן דעם פאליסמאן אויפגעקלערט אז אן א קארט ארדער קען די ווילידש נישט צורירן מיין פראפערטי

זענען די ארוינים געלאפן אין קארט און דער ריכטער האט זיי ארויסגעווארפן בשן ועין.

דערווייל זענען שוין די אוינים געגאנגען צו פאלקס לאט זיכען דעם טאנק וואס יונה האט אליינס געזען ווי מען פירט אוועק... כא כא




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2009 22:31 לינק ישיר 

שכויעך פאר די גוטע נייעס, איך בין באמת געווען באזארגט.
איך האב נישט מורא געהאט פון לאנג טוירם דארט איז בני יואל זיכערע געווינער
איך האב זיך געזארגט פאר שארט טוירם
ב"ה אז אפילו דאס האבן די ארוינים אויך נישט באקומען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2009 22:36 לינק ישיר 

איך קען מיך נישט אפווינדערן ווי דע אייבישטער האט געהאלפן חוץ לדרך הטבע די טראקטער האט נישט זיך געקענט אנצינדען פאר בערך א האלבע שעה ביז דעמאלטץ איז עדליך די פאליציי אנגעקימען אין ב"ה מהאט ניט געקענט שעדיגען דעם טאנק ווער עס קען זאל געבען א קיק וואס זיי האבן געטיען פארן געט וועט איר זען וואס זיי האבן דא געוואלט אבער לאמיר זיך נישט פאפען ער איז נישט פין דע רשעים וואס סטאפען דער מניוול וועט אלעס ווייטער טרייען צי טיען דער אייבישטער זאל אינטז העלפען ווייטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2009 22:38 לינק ישיר 

הטעמבל כשמך כן תהילתך 

האסט קורץ און שארף אוועק געהארגעט דעם גאנצן פילפול פון חיי שעה 
טאקע חיי שעה א שארט טוירם פון שטותים והבלים

כהער אז מאיר ראטה האט פריער געזאגט פאר איינעם:  עטץ זעהטס איך ווייס וואס איך רעד
כהאב ענק געזאגט אז ביז א יאהר וועט דער פאלאק'ס לאט זיין פול  יעצט האבן מיר שוין א טאנק אויך

וראוים הדברים למי שאמרם




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2009 00:55 לינק ישיר 

יש אומרים אז דער טראקטאר מיט די אלע לעצטע רדיפות אויסצו רייסן דעם שארית הפליטה פון די אלטא סאטמערע רעבעצין ע"ה, זענען מסתמא געשיקט געווארן דורך משה גבאי. ס'איז אומגלויבליך אז דוד עקשטיין זאל טוהן אזעלכע זאכן, די רעבעצין האט דאך געגעבן פאר זיין טאטן ז"ל הר"ר ר' קלמן אליעזר ע"ה גרויסע סכומים געלטער אויף עהם און די אנדערע קינדערלעך חתונה צו מאכן. אזוי אויך פאר די ארגענטינער מיידל שולע. עס איז נישט עולה על הדעת אז דוד זאל זיין מסוגל אויף אזעלכע געמיינע זאכן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2009 01:09 לינק ישיר 

צבי הירש, די ווייסט דאך וויאזוי מ'צאלט אויף אזוי  פיל טובות

מיט גרויסע שטיינער









דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > חיי שעה אויך נישט: די טאנק בלייבט אין דערערד!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext