בית פורומים כל העולם כולו

א לעבעדיגער באריכט פונעם פראנט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/10/2009 20:37 לינק ישיר 
א לעבעדיגער באריכט פונעם פראנט

איך האב באקומען א טעקסט מעסעדזש אז ס'איז דא גרויס עקשאן ביי די רביצין, די ארונים ווילן אויפגראבן א בני יואל'ע סוער....

איך בין פונקט געווען אין מאנרא -  גראדע בין איך שוין געווען אויפן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג אבער איך האב באשלאסן זיך צוריקצודרייען, א פרי שאו, פארוואס נישט?....

איך קום דארט אהן מיט איין אטעם, אנטפלעקט זיך פאר מיר א קאמי-טראגישן בילד.

קודם כל מוז איך באהויפטן אז לויט וואו עס קוקט אויס אדער איז די עקנאמיע אין קר''י זייער גוט אדער איז די ארבעטסלאזע ראטע אין קרית יואל ביי 75 פראצענט. עס זענען דארטן געשטאנען אן ערך פון זעקס זיבן הונדערט אינגעלייט אלע מיט סעלפאונס אין איין איין האנט, פארשטאפנדיג די אויערן מיט די אנדערע האנט צוליב די הויכע גערודער, איעדע צווייטע ווארט איז געווען 'ליגעל' 'פראפערטי' 'לאיער' 'טרעקטאר' 'וויטריאל' פארשטייט זיך אלעס מיט א כאסידישן אקצענט.

עס האט אויסגעקוקט ווא אין אר''י ווי די קנאים ווארפן זיך אינטערן טראקטאר שאוועל וואס וויל אויפגראבן קברים אדער גאר ווי ביי די מתנחלים וואס האבן זיך ''מוסר נפש'' געווען און געווארפן אונטער די ציוניסטישע בולדאזערס וואס האבן געוואלט צושטערן זייערע פראוועזאערישע הייזער אין די שטחים.

קודם ווען דער טראקטאר איז אנגעקומען איז קיינער נישט געווען דארט און לויט די דירעקציעס פון דוד עקשטיין'ס זון האט דער טראקטאר אראפגענומען די גראטעס וואס לעגאל באלאנגט דאס פאר די רביצין.

פארוואס ער האט דאס געטון? ווייס איך נישט. ס'איז געווען א גרויסע מיסטעיק פון זיין זייט ווייל ווען ער הייבט ווען גלייך אהן צו גראבן דעם סוער וואלטן ווען די בני יואל'ע נישט געהאט קיין צייט זיך צו גרופירן און שטעלן א ווידערשטאנד, ער וואלט ווען נישט עספיעט אויסצוגראבן דעם גאנצן סוער אבער חרוב געמאכט וואלט ער עס זיכער, ער איז דאך אבער דעם טאטנס א זוהן און זיין טאטע האט איהם נאך פון יונגווארג אהן איינגעפרעדיגט אז זיי האבן בקבלה פונדערהיים פון בוענאס איירעס אז רשעות קומט פאר שכל, לשבחם פון די עקשטיין פאמיליע קען מען טאקע זאגן אז זיי זענען פון די איינציגסטע פאמיליעס וואס האלטן זייער ערליך זייערע טראדיציעס אזויווי שלמה שאמעס מיטן אפגעהאקטן שטאפענעם היט...

אקיצור, ווי נאר מ'האט אנגעהויבן אראפנעמען די גראטעס האבן הונדערטער בני יואל'ע אנגעהויבן צו גיסן פון אלע זייטן, קרעציגע פארשוינען מיט פארגלייזטע אויגן זענען ארויסגעקומען פון זייערע בונקערס און האבן אנגעהויבן צו שטראמען צו די סצענע אויפקערנדיג די גאסן מיט זייערע לאנגע פארפלעקטע ריפסענע בעקיטשעס. ס'איז טאקע נישט געווען קיין שיינע זאך פונעם ברך משה צו זאגן אז זיי זענען ווערעמיג און קרעציג אבער קיין ליגנט האט ער זיכער נישט געזאגט...

דרך אגב האב איך אויפגעמערקט אז פופציג פראצענט פון בני יואל זענען רויטע אדער אראנדזשע, איך ווייס נישט וואס עס מיינט אויב איינער ווייסט קען ער ביטע זאגן..

די 'סאסיידערס' האבן זיך געווארפן אונטערן טראקטאר און האבן געשטערט די גראב ארבייט, אלתר משה ברענגט טאקע אין זיין ספר הקדוש דור אחרון אז ער האט געהערט פון זיין האטליין וואס האט עס געהערט איש מפי איש פון זיין ברעיק דאון אז עס וועט קומען א צייט בעקבותא דמשיחא ווען אידן וועלן זיך ענדערשער ווארפן אינטער א טראקטאר ווי אינטער א רבנות...

נאך איין מזל אז א גוי האט געדרייווט דעם טראקטאר, ווען א ארוני וואס איז א באקאנטע זאך אז זיי זענען עלול אויף רציחה דרייווט ווען דעם טראקטאר וואלטן די זאליס דעהאט אפאר פרישע מתים אינעם ביה''ח החדש.

די ארוינישע בחורים וואס האבן נישט קיין סעלפאונס האבן באקומען טעקסט מעסעדזשעס אז מ'דארף 'בעקאפ', און זיי זענען געקומען צו לויפן. פארשטייט זיך אז זיי האבן זיך אנגעטוהן די שיינע אנגעגרייטע 'בישאו' רעקלעך און היטן און זיך שיין געמאכט די פיאות ווייל מ'גייט דאך לייגן די בידער און דיווידיאוס אויף די אינטערנעט און זיי ווילן דאך טרעפן א גוטן שידוך.... אויב איינער וויסט נישט, לאמיך אייך זאגן. ביי די ארונים ווען מ'טוט א שידוך קוקט מען נישט אויפן בחור צו ער איז א יר''ש צו ער לערנט אדער ער דאווענט מ'קוקט צו ער איז א חסיד פון רבי'ן און וואס מער א פלאקערדיגע חסיד ער איז אלץ חשוב'ער, שרייבט ער אויף היידפארק איז גוט, הייבט ער הענט איז נאך בעסער, אלעס האט מדריגות און וואס בעסער די מיידל איז אלץ א גרעסערע שלעגער באקומט זי. און זיי האבן א שטיקל פאוינט, אינער וואס האט נישט קיין רב אדער א רבי אפילו ער איז ערליך אבער ער האט נישט קיין מורה דרך זיינע קינדער האבן נישט אויף וועם ארויפצוקוקן און זיי קענען אפפארן פונעם דרך, ווידעראום אן ארוני אפילו ער איז א שגץ און ער הייבט הענט, שטעכט רעדער, שיסט שטיינער אבער ער האט כאטשיג א רבי וואס הייסט איהם עס טון ער האט איהם וועם ארופצוקוקן..

 

המשך יבא...       




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/10/2009 20:49 לינק ישיר 

פרוכטבאר, איך האב ביז היינט געמיינט אז דו ביסט א זאלי...

וואספארא סארט באריכט איז דאס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2009 21:08 לינק ישיר 

איך בין אומפארטייאיש, וואס קען איך טוהן אז די זאליס זענען זייער אסאך מאל גערעכט?....

בני יואל'ע און ארונים האב איך ביידע פיינט צוליב זייערע עקסטרעמקייט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/10/2009 05:14 לינק ישיר 

פרוכטבאר:

גוט אראפגעלייגט ביידע זייטן

כה לחי, שרייב מער אפט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א לעבעדיגער באריכט פונעם פראנט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext