| נשלח ב-25/10/2009 19:15 |
|
| |
נוטראלער (?!) - איך פארשטיי נישט איין זאך פארוואס דער הויכגעשעצטער מעיאר מענדל שווימער ווארפט נאכנישט ארויס דעם געסטאפא וויטריאל ?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 22:59 |
|
| |
לויט ווי איך פארשטיי וועט דער אשכול סיי ווי אפגעמקט ווערן, ציליב'ן אראפרייסען אימשילדיגע ציווילע ציקוקער ''פין ביידע זייטן''
אבער, דערווייל
דאס איז א טיפיקעל סעמפל פין זאלי'ס,
איינער ווייסט וואס מ'זעהט דא?
וואס וויל ער פין די ציווילע מענטשן וואס ער רעכנט דא אויס?
טוען זיי שלעכטס דא פאר איינעם?
סתם רשעות קעגן ציווילע ציקוקער,
וואס דער מסור האט געלייגט אינעם קינדער פארום, קומט דער ''נוטראלער'' שיק יונגעל, אין ברענגט עס אהער צו באקומען א קניפ פין זיין מנהל ''בלומענפעלד''
דער נוטראלער זאלי'ס איז שוין דא כמעט א וואך, לויט די תקנות הפארום מעג מען אים שוין חותם זיין
אגב, ביי די בילדער פין ר' משה לייב, פארשעמסטו ענקער אייגענע פארטיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 23:05 |
|
| |
סאיז גאנץ אינטערעסאנט צו זען אפילו מיר האבן "נאכנישט" ארויסגענומען דעם סעפטיק וואס פאר א קללות עס קומט פאר אזאש אז עס פעלט שוין כמעט נישט אויס ארויס צינעמען די סעפטיק .
אבער ווער קען זיך פארשטעלן וואס פאר א קללות עס גייט גיין ווען מגייט ארויס נעמען די סעפטיק
באקל אפ
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 23:07 |
|
| |
איך מיין אז חוץ פון רשעות שטעקט נישט דא גארנישט. איך האב דא א ברודער וואס איז טיף אין די שדוכים יארן. נוטראלער, פארגעס ווען פאליטיק, קענסטו טראגן אויף דיר די אחריות פון די טרערן פון די בחור, די גאנצע משפחה, טאטע און מאמע וועגן דיין נער'ישע אומגעטראכטע מאמענט האסטו אים אויסגעפראקט נאקעט, על לא עוון בכפו. דו ווילסט באמת איך זאל דיר אויספראקן ברבים?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 23:18 |
|
| |
ר' חיים לאמיר דיר דא שרייבן ברבים וואס אסאך ליינער טראכטן זיכער ביחידות.
דו האסט דארט א ברידער אזויווי מ'האט אפגעטהון די בחורים וואס מ'זעהט אויף די בילדער.
אבער... זיי מודה האסט דאסמאל געפאנטשערט אביסל האסט צופיל ארויסגעגעבן פון הארץ, וד"ל
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 00:27 |
|
| |
[quote]
quote]
נאא בזיון המת!!. היתכן מען שטייט אויף די קברים?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 02:12 |
|
| |
אוישש, דו רעדסט אביסל קאוד ווערטער, אבער צום ענין, ס'איז זייער א גערעכטע טענה, פארשפרייטן בילדער פון בחורים שבאו בשנים איז א עוולה. און איך שטעל מיך צו צום בקשה מזאל אפמעקן דעם אשכול.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 02:40 |
|
| |
וואס פינקטליך באדערט ענק? איך זע נישט גארנישט ראנג. בחורים זענען געקימען ביי לאנטש מיטהאלטען יוסעל וואלדמאן זיך שלאגען מיט א טרעקטער, סאו וואט?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 02:47 |
|
| |
ווען דו וועסט האבן א טאכטער אין די יארן וועסטו מיר זאגן צו א בילד פון א בחור דארט מאכט אויף דיר א רושם, אפגעזעהן צו גערעכטערהייט צו נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 03:09 |
|
| |
איך זעה בכלל נישט קיין בחורים, אפשר 3-4 די איבעריגע זענען חתנים אדער גבוה (וואס איז נאכנישט אפען.)
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 03:53 |
|
| |
איך זע דא מער זאלונישע בחורים ווי אונזערע, די אלע מיט כאלאטלעך זענען כולל יונגעלייט (אויך א עולה ארויפצולייגן אבער דאס איז דער מציאות)
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 17:50 |
|
| |
| מבני_בניו כתב: |  | | וואס פינקטליך באדערט ענק? איך זע נישט גארנישט ראנג. בחורים זענען געקימען ביי לאנטש מיטהאלטען יוסעל וואלדמאן זיך שלאגען מיט א טרעקטער, סאו וואט? |
|
ווען ער וויל נישט אפטוהן די בחורים אין כולל יונגלייט, וואלט ער נישט פאבליצירט די בילדער, אין זיין שוק יונגעל ''נוטראלער'' וואלט עס נישט אהערגעברענגט.
צו עס באדערט פאר די בחורים אין כולל יונגלייט, איז א צווייטע שאלה. (נאך אלעם קוקען זיי פשוט צו, ווי יעדער אנוועזענדער)
(אגב, יעצט אז נוטראלער האט שוין אויפגעדעקט זיין נוטראלקייט, וויל איך מודיע זיין אז ווען כ'האב ג'פעיסט די טשארט פין די מספר התלמידים פין זייערע מוסדות אין ק''י איז עס געקומען פין אים, אין כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די ווארהייט דערפון)
תוקן על ידי rebyankel ב- 26/10/2009 18:09:49
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 17:57 |
|
| |
איך קוק זיך דא צו וויאזוי די אהרונים זענען פשוט אויסער זיך פאר צער אז מען לייגט ארויף פיקטשערס פון בחורים אין די יארן.
עס איז אמת אז מען טאר נישט באשמוצן קיין בחורים וואס שטייען פאר שידוכים, און אין דעם פוינט בין איך מסכים מיט זיי.
די שאלה איז אבער, פארוואס ווען די בחורים באלאנגען צו דיין פארטיי איז עס אסור, און ווען די בחורים זענען פונעם אנדערן צד איז עס מותר און גאר א מצוה???
אין דעם פורום האט מען שוין ארויפגעשטעלט מערערע מאל בחורים מיט זייערע נעמען אלעס ווייל זיי באלאנגען נישט צו די אהרונישע פארטיי.
נו אויף וועמען האבן ענק טענות???
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 19:16 |
|
| |
| אויששש כתב: |  | ר' חיים לאמיר דיר דא שרייבן ברבים וואס אסאך ליינער טראכטן זיכער ביחידות.
דו האסט דארט א ברידער אזויווי מ'האט אפגעטהון די בחורים וואס מ'זעהט אויף די בילדער.
אבער... זיי מודה האסט דאסמאל געפאנטשערט אביסל האסט צופיל ארויסגעגעבן פון הארץ, וד"ל
|
|
איך האלט נישט ביים שרייבן דעם נאמען פון מיין ברודער דארט. אבער מיין ברודער איז דארט (נישט א כולל אינגערמאן, און נישט גבוה, ווי מאנכע האבן פראבירט צו טענה'ן)
צווייטענס. איך האב געשריבן נישט ווי געווענדליך. יא! מיט גאר אסאך ווייטאג. און אויב דו פארשטייסט עס נישט. וואונטש איך דיר, אז דו זאלסט עס קיינמאל נישט פארשטיין. פרעג נאר פאר דעם שדכן
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 19:32 |
|
| |
דער ר' דוד זאל לעבן פארשטייט למשל,
אז ווען יוסעלע בן ר' וואלף פריעד איז אריין געקימען און סאטמארע בית המדרש און בארא פארק, און געריסען צעטליך, און נאכען ווארענען ער זאל אויף הערן האט ער זיך אנגעפיפען, האט מען אים ארויף געלייגט דא אויפן פארק, און יא! סהאט געהאלפען, דער אפגעפליקטער האט אויפגעהערט פליקען, איז די זעלבע זאך וואו ארויף שטעלן אויפן פארק בילדער פון נייגעריגע צושויער, וואס זענען זיך צוזאם געלאפען מיט האלטען דעם ספעקטאל, וואו א גרופע ראדיקאלען זענען זיך מוסר נפש אויף א פאס צואה רותחות,
וואו אזוי זאגט נאר יענער? 1+1=א חלה דעקעל
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 28/10/2009 1:47:50
|
|
|
|
|