דאס איז מיין ערשטע,אין אי"ה לעצטע תגובה אין דעם אשכול
אזוי ווי איך ביו נישט געווען דאהי אויף עטליכע וואכן, האב איך נישט מיטגעהאלטן די גאנצע שטורעם וואס מיין אשכול האט דא געמנאכט.
אצינד וויל איך דא נאכאמאל קלאר שטעלן מיין מיינונ, אז איך האב מיט די זאלונים גארנישט, און אזוי אויך מיט די ארונים, און נישט מיט בני יואל, מיין איינציגסטע שייכות מיט די אויבענדערמאנטע קהילות איז נאר אז איך וואוין אין קרית יואל.
למעשה, בנוגע דעם אשכול, איך האב חלילה וחס נישט געמיינט צו פארשעמען קיינעם, און נישט צו באשמיצן קיינעם, מיין ציל איז אויסדריקלעך נאר געווען פאר אינטערסאנטקייט, אזוי ווי איך האב געשריבן אינעם קעפל, איך האב אריבער געקאפיעט די גאנצע זאך פון אחים אנחנו, פאר ווער עס וויל דארט נישט אריין קוקן, אינאיינעם איז מיטגעקומען זייערע אלע קללות, [וואס אגב איז אויך אינטערסאנט צו זעהן זייער שפראך], איך פיל אפי' נישט אז איינער זאל דארפן ווערן געטשעפעט דורך דעם, וויבאלד מען זעהט קיינעם נישט דארט טוען קיין שום זאך, בלויז שטיין און קוקן, אויף איינע פון די בילדער זעהט מען אפי' מיר מיט מיין שוואגער,
בנוגע וואס ר' יענקל שרייבט אז איך בין א זאלי שיק יונגל, דאס איז שקר וכזב, אויב דארפן זיי א שיק יונגל פארוואס קענען זיי נישט אליין מאכן א ניק און באקומען רשות כתיבה, זיי מיזן זיכן א בחור פון קווינס (לשיטתך), אז ער זאל דאס ארויף לייגן, און באקומען א קניפ און בעקל פונעם מנהל?
ווייטער שרייבט ער אז די טשארט פון די תלמידים האט ער באקומען פון מיר, עס איז אמת, אבער דאס האב איך דאך שוין אליין געשריבן דארט, דא האסטו די לינק.
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=1&topic_id=2706722&forum_id=16386
און דאס וואס די שרייבסט אז די נעמסט נישט קיין אחריות ווייל עס קומט נישט פון דיר, וויל איך דיר פרעגן, אלעס וואס די שרייבסט אין דיין נאמען נעמסטו יא אחריות!?. ווען די האסט געשריבן אז די סעפטיק איז שוין ארויס גענומען, און עס איז אויפן וועג צום ביה"ח החדש (איך וויל נישט נאכשרייבן דיין שמוציגן לשון), ווער האט דאן גענומען אחריות!?, אפשר האב איך דיר עס אויך געשיקט אין אישי.
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2699281&forum_id=16386
ע"כ ר' יענקל פליס סטאפ צו קריטיקירן מענטשן אבי אין די וועלט אריין.
ב"ה אז מיר האבן א מנהל א בר דעת, וואס האט תיכף פארשטאנען מיין כוונה, אין מיר נישט צוגענומען די רשות כתיבה, אזוי ווי די אלע טענות פון אויבן, און מיט זיין גרויס נארמאלקייט האט ער אפי' נישט אויסגעמעקט דעם אשכול. (איך ווייס אז יעצט גייט קומען פון די אלע צווילדעווטע ניקס, אז דער מנהל איז א זאלי). אשריכם המנהל אז די האסט באוויזען זיך נישט צו דערשרעקן פון די אלע, און די פירסט אן די אינטערסאנט'סטע פורום דא.
כה לחי!!!
מיר קענען זיך ארויס לאזן אין א טענצל ברוך הוא אלוקינו שהבדילנו מן ....        
נ.ב. פאר דער וואס האט מיר געשיקט סטראשענען אין אישי, אז ער וועט מגלה זיין מיין נאמען, וויל איך אים זאגן אז איך געב אים רשות בכל הכבוד!!!
תוקן על ידי נוטראלער ב- 28/10/2009 1:14:17
 |
|
|