לעת עתה ברעכן זיך די בני יואלניקערס דעם קאפ וויאזוי צו פיינענצירן דעם קארט קעיס, זיי וואלטן שוין אויפגעגעבן און פארהאנדלט מיט קהל, נאר די זאליס העצן זיי און זאגן צו די לויער געלטער אבער לעת עתה האבן זיי נאך נישט געזען קיין איין גראצער, זייער לויער האט זיי קלאר געזאגט אז זיי האבן גאר א שוואכן טשענס צו געווינען, און מאחורי הפרגוד הער איך אז זיי האבן שוין געשיקט שליחים
מיט א בקשה זיך אראפ צו זעצן צו פארהאנדלען, ונזכה ונחי' ונראה.
נשלח ב-26/10/2009 21:22
כ'הער אז זיי פייטן זיך צווישען זיך
קויפמאן שרייט מ'זאל פארהאנדלען, אין וואלדמאן שרייט מ'גייט פייטן מיט סויער אין נעגל וואסער
נשלח ב-27/10/2009 02:46
טשאמפיאן כתב:
מנחם מנדל: משל למה הדבר דומה, איך קום אריין אין רעסטוראנט מיט אפאר הויכגעשעצטע ביזנעס פארבינדעטע, איך רייץ זיי אויף אז איך האב דא גיטע קאנעקשאנס, און דא קומט א סעודה כיד המלך, דער עולם וואשט זיך, זעצט זיך אוועק אויף די פלעצער וכו', איך שטרעק אויס מיין האנט......... און דער מאן דהו זאגט מיר, אנטשולדיגט קום צוריק מארגן.....
צוערשט מוז איך דיר זאגן: ביסט א גוטער דיבעיטער.
און צום ענין, דיין דמיון האט צוויי מיס-פארבינדונגען צו אונזער מעשה. ערשטנס, מ'האט קיינעם נישט אויפגערייצט, מ'האט נישט גערופן קיינע ביזנעס פריינד, קיינער האט נישט פארגעזאגט אז "היינט קומט עס! היינט גייט מען באזיגן די שונאים!" ניין, סך הכל האט מען אויסגעטשעקט די מצב וואו מ'האלט און מ'איז געוואויר געווארן אז מ'וועט מוזן צו-ווארטן אביסל (א "קליין" ביסל), נו, קיינער יאגט נישט.
צווייטנס, והוא העיקר, דארפסט פארשטיין אז ס'ווענדט זיך וואס דער שונא וויל דא עררייכן. משל למה הדבר דומה, מיין חבר זאגט מיר איין טאג: משה האט דיר גוט מסדר געווען! ער האט אנגעדרייט א מעשה אויף דיר ביי דיין בעה"ב און ער גיט דיר מער נישט קיין געהאלט! נעם איך מיין חבר מיט מיר און מ'גיימיר צו צו מיין בעה"ב און איך זאג אים: איך וויל מיין געהאלט פאר דעם חודש, זאגט ער מיר: ס'איז נאכנישט די צייט, קום צו מיר מארגן. מיין חבר לויפט צו משה'ן מיט איין אטעם, דו פאפער! זיין בעה"ב האט נישט קיין שום פלאן צו אפהאלטן אדער בכלל טוישן זיין געהאלט, ער זאגט אז מארגן זאל ער קומען. משה קוקט אים אן, וואט גאואינג אן וויט יא?! האט ער אים געגעבן צו נישט? כ'האב דיר געזאגט אז ער איז א פארטיגער!. מיין חבר פרובירט אים מסביר צו זיין, אמת, ער האט אים נישט געגעבן, אבער ער פלאנט אים צו געבן פונקט ווי ביז היינט, גארנישט האט זיך נישט געטוישט. אבער משה האלט זיך בייז זיינ'ס, "ער האט עס נישט באקומען! איך בין דער זיגער"?