בית פורומים אחים אנחנו

הערות: ווען דאס פיש צאפלט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/10/2009 20:51 לינק ישיר 
סמל ההודעה הערות: ווען דאס פיש צאפלט

ביטע שרייבן דא אלע הערות און איך וועל משתדל זיין צו ענטפערן פאר יעדער איינער.

תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 27/10/2009 22:13:46




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2009 21:02 לינק ישיר 

מעק נישט אויס דעס וואס שטייט דארט ברענג עס אריין דא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2009 21:09 לינק ישיר 

אלעס וואס שטייט דארט וועט ווערן געמעקט, ווער עס וויל קען קאפיען אהער פאר דער מנהל מעקט דארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2009 21:13 לינק ישיר 


דא האב איך אריבער געברענגט די קאמאנטארן (בלע"ז הטמא - תגובת)
פונעם ארגענעלע טעמבעל ארטיקעל, ביז ווען מען האט דארט אנגעהויבן מעקען.

 
קזחסטאן

מאכסט א פארמעסט מיט פארמעגליך??

געזונטערהייט

 
ychtzel
 ביטע
פארעכט די 2טע תגובה מען קען עס נישט ליינען.
די שרייבסט גוט

ברוינפן

טעמבעל...

בעל כרחך מלאך טוב יענה אמן,  בדמעות שליש מוז איך צושטימען



תוקן על ידי ychtzel ב- 27/10/2009 22:12:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2009 21:14 לינק ישיר 

טעמבל, כ'זע אז די פרובירסט נאכמאכן פארמעגליך, כ'ווייס נאר נישט צו פארמעגליך איז אזוי אומ'קראנט ווי דיר, אדער די ביסט אזוי אומבאקאנט מיט בני יואל ווי ער 
 
[quote]
בני יואל מעמבערס... פארמאכט די מוסדות האבן זיי נישט, צוריק קומען צו יטב לב
האבן זיי אויך נישט געוואלט 
[/quote] 

קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס פאר א מין גערעד'אכץ דאס איז? איין מוסד נעמט אויף א נייער (בעסערער) פירער, און אן אנדערע מוסד מיט 700 קינדער (אין יענע צייטן) דארף זיך פארמאכן

[quote]
במשך די 10 יאר פון ווען ר' זלמן איז אנגעקומען אויף וויליאמסבורג ביז תש"ע
האבן די בני יואל געלעבט על מי מנוחות און נישט געהאט קיין גרויסער פארקער
מיטן נייעם רב און היינט שוין רבי, זיי האבן זיך געפירט ווייטער זייער קרעמל
מיט זייערע מוסדות, אין א געוויסע זין האבן זיי צום נייעם רב געהאט א שנאה
ווייל ער איז פארט א ברידער פונם פירער אבער פארט נישט די שנאה וואס זיי האבן
געהאט צום פירער אליינס ווארום ער האט זיי קיינמאל נישט געטשעפעט, במשך
די 10 יאר האבן בני יואל באקומען שטיקל געפיל ווייל זיי האבן געהאט מיטלייד
מיט די טעראר וואס די חסידים פון ברך משה און פון נייעם רב האבן געליטן
פון די חסידים פונם פירער, אבער א נאנטע התקרבות איז קיינמאל נישט געווען
[/quote] 

אזא מין פרעכע ליגנט פאסט זיך פאר אן אהרוני!
אלע אפציעלע פירער פון בני יואל (יא ס'איז מסתמא פאר אייך נייעס, בני יואל האט אויך א פירערשאפט און פארעם פון ערוויילטע ראשי הקהלה) און אנדערע ערליכע אידן וואס האבן געהאט קינדער אין בני יואל, האבן אפענערהייט געשטיצט ר' זלמן לייב, א חוץ אויב די פאקט אז זיי האבן נישט פארשפארט די מוסדות, אדער אז זיי גייען נישט יעדע וואך צום טיש, אדער אז זיי קישן נישט די הענט פון ר' זלמן לייב, דאס הייסט אז זיי האבן נישט קיין נאנטע התקרבות, אדער האבן א שטיקל שנאה, פארלאנגסט דאך שוין באלד מער ווי אהרן ט"ב פארלאנגט...

[quote]
אויפגעשפילט האט זיך דאס ביי די מעיאר וואלן אין קרית יואל
אברהם ווידער לויפט מצד די ארוינים און די זאלוינים האבן כסדר ארויסגעשטעלט
קאנדידאטן, די חסידים פון ר' זלמן לייב האבן זיך כסדר געבעטן ביי בני יואל זיי
זאלן ארויסקומען שטיצן די נייע קאנדידאטן קעגן אברהם ווידער דער פירערס שליח
אבער בני יואל האט מער ווייניגער געלאכט אין פנים און האבן געזינגען דעם ניגון
"המכה מצרים בבכוריהם" הרג'ט ענק צווישן זיך און עס האט זיך שטארק דערקענט
ביי די אויסקום פון די וואלן דארט ווייל די חסידים פונם פירער האבן אלעמאל געהאט זייערע
ישיבה בחורים אויף זייער זייט (געזעצליך מעגן זיי שטימען אפילו זיי וואינען נישט דארט)
ווידער די חסידים פון ר' זלמן האבן די ישיבה אין קווינס און בני יואל וואס
אויף זייער שטיצע האט מען זיך גערעכענט צו קענען איבערוועגן די שטימעס פון די
ישיבה בחורים זענען געשטאנען אין די זייט און געלאכט, אפיציעל איז די סטעטמענט
געווען, מיר טראסטן סיי ווי קיינעם נישט
[/quote]

איינער האט דירפארציילט די באבע מעשה אדער די האסט עס אליין אויסגעטראכט? די ערשטע וואלן איז געווען געפירט דורך א פולזיניגע שותפות פון ר' ז"ל'ס מענטשן אין בני יואל, די הויפט מלחמה פירער איז געווען ר' פנחס יאקאבאוויטש וואס רעכנט זיך פאר א בני יואל, די שטאב וואס האבן געארבייט פאר די וואלן איז געווען ר' ז"ל'ס מענטשן אין בני יואל צוגלייך.
 אבער דאס וואס די זאגסט אז די בני יואל זענען נישט געגאנגען שטימען, איז נישט נאר ליגנט, נאר "ג'שחט'ן דאס קינד און אריינגעווארפן אינעם איד'ס הויף" בשעת די וואלן האט מען ארום געקאלט יעדן צו ער האט שוין געשטימט, לויט ווי איך געדענק די נומבערס זענען פינף הונדערט מענטשן נישט געגאנגען שטימען, רוב פון דעם זענען געווען היינטיגע ר' ז"ל'ס מענטשן, איינצעלנע בני יואל זענען נישט געגאנגען.
אויב די ווילסט זיך איבערצייגן, קוק וויפיל פראצענט פעטישאן חתימות קומען אריין פון די בני יואל בתי מדרשים, און וויפיל עס קומט אריין פון ויואל משה.

פון צווישן דיינע שורות קען מען באמערקן דיין וויסטע שנאה צו בני יואל, אלזא, אויב רעכנסטו די געציילטע עקסטרעמע אין בני יואל אלס "בני יואל" דעמאלט האב נישט קיין טענות ווען "זיי" רעכענען די זאלי'ס אלץ אזאלכע שונאים וואס "די ביסט"

חוץ פון דאס, שרייבסטו זייער גוט, שאלה איז נאר ווי קראנט עס איז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2009 21:18 לינק ישיר 


ychtzel
סאטמארפלעק 
איך האלט אז די ביסט גערעכט, אבער איין זאך מיין איך אז די וועסט מיר מודה זיין,
אז טעמבעל איז נישט אינגאנצען שילדיג,
ווייל עס איז דא געציילטע עקסטרעמיסטן און בני יואל, וואס ארבעטן שטארק צי געבן דעם אימיטש אויף ב"י  אז דאס איז ב"י אזוי ווי טעמבעל שרייבט,
אויב טעמבעל איז נישט צי נאנט מיט ב"י קען זיין אז ער האט דאס אנגענימען,


סאטמארפלעק

איך נעם עס אן אז ער איז "מסתמא" נישט שולדיג אויב ער איז נאך אינג און אויפגעוואקסן מיט דעם בלינדן שנאה.
קיינער אין בני יואל ארבייט נישט איבערן אימידזש פון ב"י, ס'איז א פאקט אז עס איז דא עקסטרעמיטסן דארטן אזוי ווי עס איז א פאקט אז עס איז דא עקסטרעמיסטן איבעראל, ס'איז א מציאות פון א מהות.


ychtzel
סאטמארפלעק
צי דעם ביסטו אויך מסכים, אז טעמבעל זאל איבערלייגן זיין 2טע  קאָמענטאַר (בלשון עם זר תגובה) ? 
מען קען עס נישט ליינען,


סאטמארפלעק

די 2טע איז גוט און Chrome און IE7 אבער נישט איןIE8


ychtzel

ישר כח
אבער איך קען נישט קיין קליינע אותיות,
ווייסט וואס יענער האט געזאגט, איך זאג איינמאל א וואך כגונא
 

טעמבעל
מיטן גוטהייסונג פון מנהל זאל דער עולם שרייבן אלע הגהות אין די הגהות אשכול, דער מנהל איז מסכים אויסצומעקן אלע תגובות פון דעם אשכול.
וועגן די וואס קענען נישט ליינען די צווייטע תגובה
ביטע לייגט אריין אין די הגהות אשכול א פרינט סקרין איך זאל זען וואס איר זעט, און איך וועל דאס פראבירן צו פארעכטן.


סאטמארפלעק

נו וועסטו ליינען די 2טע שטיקל ווען די זאגסט כגוונא



תוקן על ידי ychtzel ב- 27/10/2009 22:07:01




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2009 22:06 לינק ישיר 

איך האב נישט באמערקט אז מען מעקט דארט, 
מיין תגובה איז געווען פאר סאטמאר פלעק

בני יואל איז נישט איין מענטש מיט איין סארט מיינונג.
ס'איז דא מענטשן וואס האלטן זענען קעגן ר' זלמן לייב ווייל ער איז סוף כל סוף א "טייטלבוים" און א טייטלבוים קען מען נישט טראסטן.
ס'איז דא מענטשן וואס קוויטלען זיך ביי ר' זלמן לייב, ווייל זייער עלטער זיידע איז נאך געפארן צום ייטב לב, און זייער שמחה איז גרויס אז ס'איז דא אן ערליכער סיגעטער אייניקל וואס איז ממשיך מיט די "הייליגע גזע" (ביי אנדערע איז דאס ווארט "גזע" א מיאוס ווארט)

אויך ביי די זאליס זענען דא פארשידענע סארט מענטשן און מיינונגען.
ס'איז דא וואס וואלטן געהאט חשק אז בני יואל זאל זיך צומאכן אלע זאלן אריבערקומען קיין ויואל משה
אנדערע האלטן פונקט פארקערט אז ס'איז בעסער ווען ס'איז דא צוויי מוסדות.
אנדערע האלטן גאר איז קיינער דארף זיי נישט האבן.

יעדער מענטשן האט א צווייטן מיינונג און ער איז בארעכטיג דערפאר, און ס'איז נאריש צו זאגן איבער דעם ענין א כלל אז בני יואל האלט אזוי, און\אדער די זאליס האלטן אזוי.

דער כלל איז יא, אז די פירערשאפט פון בני יואל, מיט די פירערשאפט פון קהל יטב לב קרית יואל, לעבן גוט איינער מיטן צווייטן,
און לדעתי איז בעסער איז יעדער איז פאר זיך, און ווער ס'וועט גוט צושטעלן פאר זיין עולם )המכונה קאסטומער סערוויס) דער וועט האבן הצלחה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2009 22:32 לינק ישיר 

פוסק דאס פונקטליך האב איך געזאגט, און איך וואלט מיך נישט אפילו אנגערופען אויף טעמבער'ס מעשיות ווען נישט וואס ער דערמאנט דארט אויסגעדרייטע פאקטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2009 22:38 לינק ישיר 

גם אני מצטרף לדברי סאטמארפלעק אקעגן טעמבל'ס נקודה
רובא דרובא בני יואל אידן זענען בדיעה אחת מיט די חברי קהל יטב לב רז''ל  קרית יואל
און זיי לעבן זייער גוט און ווי פארשטענדליך ביי די וואלן האבן 99% בני יואל משפחות
 געשטימט פאר די KJ אלייענס קאנדידאטן,

אויסער דעם שרייבט טעמבל זייער פיין
האלט אן מיט דיין גוטע ארבעט,
 ווער נישט פארלוירן אפילו מען האט דיר אפגעפרעגט אויף איין נקודה
 וואס אינדעם ביזטו טאטאל wrong




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2009 23:31 לינק ישיר 

איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס האט וויליאמסבורג'ער מוסדות פון ר' אהרן אזעלכע אלטע באסעס, די שרייבט דאך אז עס קומט פון די מאנרא סקול דיסטריק או ןזיי האבען שיינע נייע באסעס אייביג (ב.ד.וו. קוק נאך וועסטו זען אז מאנרא וויליטש האט נאך גאנישט געגעבן פאר וויליאמסבורג)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2009 00:25 לינק ישיר 

מיין מיינונג איז, אז הטעמבעל איז א פאלנער ארוני, און ער האט דא אן אגענדע.

זעענדיג אז בני יואל איז צוריק אויפ'ן טיש, און נאך צען יאר פון פארהעלטניסמעסיגע מנוחה האבן די חיות זיך צוריק גענומען איבער זייערע ביינער, דעריבער קען ווערן דא חלילה א  "צו שטארקע" אחדות צווישן בני יואל און די זאלוינים אין קרית יואל, און זייער "ווילידזש" קען זיין אין געפאר, דעריבער איז גאר וויכטיג צו מאכן א פראוואקאטיוון אשכול צו פרובירן פעסט אפצוטיילן די צוויי מחנות, אזוי ארום וועלן זיי קענען ווייטער רואיג האלטן די פאבליק סעיפטי און די ווילידזש און רואיג קענען טרעטן אויפ'ן ציבור ווי ביז יעצט.

כן נראה לענ"ד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2009 00:34 לינק ישיר 

יעכטצל, האסט געברענגט מיין קאמענטאר (ת.. בלשון עם זר), אבער העיקר חסר מן הקאמענטאר!

די שמייכל!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2009 18:25 לינק ישיר 

לויט ווי אזוי איך האב אבגעליינט די ארטיקעל פין טעבעל האלט איך אינזער חבר ר' וויכטיג איז גרעכט סאיז לכאורה א שפיל פין די זייט פין מהר"א פינקט ווי די מהרז"ל מענטשען פארבירען אין וומ"ס אבער איך מיין אז היינט גייט שוין נישט דע שפיל יעדע פארטיי ווייסט וואס סאיז גיט פאר זיי אין די געשרייבאכטץ איז גארנישט ווערד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2009 22:22 לינק ישיר 

טעמבעל, די פאר נעמסט נישט קיין היט?
קוק נאך הערות פארמעגליך, ער האט געכאפט געניג און נאך,
פארוואס שרייבסטו מער נישט?

לאז נישט דעם עולם מיטן צינג אינדרויסן,
אויב די שרייבסט מער נישט לאז אינז וויסען בדרך כבוד,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2009 22:24 לינק ישיר 

מיט דעם אלעם וואס איך וויל די זאלסט שרייבען ווייטער,
וואלט איך געוואלט אז די קענסט קלאר מאכען דאס וואס עס דריקט פארן עולם אזוי ווי די האסט פארשפראכען אנפאנג פון דעם געהענגל בלע"ז אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2009 21:54 לינק ישיר 



תוקן על ידי ychtzel ב- 02/11/2009 21:57:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: ווען דאס פיש צאפלט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext