| נשלח ב-28/10/2009 05:38 |
|
| |
האדמו"ר מגור ומפשעווארסק אצל מהר"א מסאטמאר
היינט נאכט איז פאר געקומען 2 געהויבענע באזיכן ביים רבי'ן שליט"א.
קודם איז דער גורער רבי שליט"א אנגעקומען צים רבי'ן ווי מען האט זייער שיין געשמועסט וועגן חידושי הרי"ם
אויך האט דער גערער רבי פארציילט זיין פלאן בנוגע ווי ער וועט זיין אויף שבת
די רבי האט אים ארויס באגלייט ביזן גאס.
שפעטער איז אן געקומען פעשוואסקער רבי שליט"א ווי מען האט געשמועסט פאר 25 מינוט פינעם הייליגען דברי חיים
ווען די רבי שליט"א האט אים ארויס באגלייט האט מען געזעהן די הכנעה וואס ביידע צדיקים האבן איינס צים צווייטן
דער פעשווארעסק רבי איז אראפ זייטיג אין געהאלטן אין איין בעטן דעם רבי'ן ער זאל צוריק גיין
די רבי האט ארויס באגלייט מיט א חביבות ביזן גאס ווי זיי האבן זיך הערצליך געזעיגנט.
אויך האט אפגעשטאט א באזיך היינט.
הרה"צ ר' משה אהרן רייך שליט"א.
הרה"צ ר' חיים יעקב רובין שליט"א.
אדמו"ר מזישקוב שליט"א.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2009 06:07 |
|
| |
א ישר כח ארגינעלער פאר דיין רעפארט
די הריגות איז געווען גפערליך ווען ר' לייביש איז אנגעקומען ער האט געמיזט ווארטן אויף די טרעפ פאר 5 מינוט צי קענען אריין גיין ס'איז אנגעקומען מיט אים ארום 100 מענטשן פערשוואסקער חסידים.
ר' לייביש האט געזאגט פארן רבי'ן אז אויב ס'איז שווער צי קומען צי די חתונה ( די רבי האט אים געזאגט וועגן דעם שידוך אין מן הסתם איז מארגן תנאים ) ריפט ער אים צי א שבע ברכות די דאטאלן ווערן יעצט אויסגעארבעט ווי די רבי וועט צוריק גיין
תוקן על ידי בלומבערג ב- 28/10/2009 6:08:26
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2009 07:18 |
|
| |
אויב האב איך גוט באמערקט, איז די פלאן געווען נישט אריינצולאזן דעם עולם אין שטוב, נאר די טיר האט זיך צעבראכן פון פרעשור פונעם געפאקטן ציבור דארט. בין איך ריכטיג?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2009 07:29 |
|
| |
נישט אז איך בין אנגעוויזן אויף באווייזן ווי די זאליס ווערן געפיטערט מיט שקרים בלי גבול, אבער עס איז מיר אינטערסאנט ווי יעדע "נארישקייט" פארדינט א שקר.
יעדער וואס איז געווען אין שטוב ביים באזוך פונעם פשעווארסקעא האט מיטגעהלטן ווי ער לאדנט דעם רבין צו די חתונה. אצינד ליינט זייער מעסעדש: (גענומען [אן רשות] פון ילדים אנחנו)
AnashSatmar: Pshevorsk Rebbe was a Visit by MhR"A on
Hewes, he didnt invite him to wedding or talk a word about wedding. by
the Rebbe Shlita he did invite to Wedding
גייט מען טאקע געבן קידוש אין ראדני מארגן אויף דעם שטות, אז עס איז ווערט צו פאבריצירן א שקר דערוועגן? מי יבא בסוד קדושים.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2009 13:30 |
|
| |
די מיזט פארשטיין דעס אז פעשווארסקער רבי איז געקומען צי רבי'ן שליט"א
איז א מורא'דיגער טויט קלאפ פאר די גאנצע זאלי קאמפאני.
די זאלי באנדא איז געווען קאנוויסט אז פעשווארסקער רבי איז דער וואס פירט טאג אין נאכט זייער'ס א מערכה מיטן רבי'ן, זיי האבן שוין גע'דמיונ'ט מעשיות מיט סטעטמעינס קעגן רבי'ן
זיי זענען ביזי 24 שעה א טאג מיט פעשווארסקער רבי אז ער וויל נישט באזיכן דעם רבי'ן .
לעמשה האט פעשווארסקער רבי אליינס געזאגט אז ער וויל אריבער קומען צים רבי'ן
אין ר' משולם זילבערמאן האט געקאלט ר' חיים שלמה אפשמיסן א צייט.
אין איך רעד שוין נישט פינעם וויזט אליינס ווי פעשווארסקער רבי איז מיט געקומען מיט זיינע קינדער איידימער אין וואספארא הערליכער אין ווארמער אויפאנאמע ס'איז געווען.
די זאליס ברויכן יעצט שרעקליך דראגס, ווייל א צען יעריעגר חלום האט געפלאצט פאר זייער נאז
גיין זיי יעצט פרובירן צי באקן מעשיות מיט שקרים צי פארקויפן פאר זייער יונגאלעך..
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2009 14:30 |
|
| |
כהאב באקומען אין אישי א פיקטשער פונעם באזוך
כינוס לצדיקים נאה...
נאך א פיקטשער ווי אדמו"ר מפשעווערסק שליט"א גייט ארויס פונעם באזוך נאך וואס רבינו שליט"א האט אים ארויס באגלייט ביזן טיר
גענומען פון אתרוג
תוקן על ידי אויששש ב- 28/10/2009 15:05:45
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2009 15:39 |
|
| |
איך הער אז אלס ריאקציע פונעם געהויבענעם באזוך פון פשעווארסקער רבי שליט"א ביים רבי'ן שליט"א גייען די זאליס בויקעטירן דעם טיש פון פשעווארסקער רבי שליט"א קומענדיגן ליל שב"ק אין עטרת אברהם
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2009 16:09 |
|
| |
איך בין פ]ריער געווען אין גרויסן ביהמ"ד אויף ראדני סטריט און ס'איז ממש ליידיג, איעך זוך מענטשן אבער איננו.
גיי איך צוריק ארויס אויף דער גאס זע איך עפעס א אידל דורכגיין פרעג איך אים וואס גייט דא פאר, אז דאס ביהמ"ד איז טויט.
זאגט ער מיר, ליינסט נישט היידפארק? האסט נישט געזען דארט אז די גאנצע סאטמארער קהילה איז טויט?...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2009 16:32 |
|
| |
דוד'ל ארבייט דיר נישט איבער, פראבירטס דיר מחזק צו זיין מיט זייער א נארישער וויץ, עס איז א שאד אויף די מיה,
שרגא בר''מ שניצלער מעלד, אז עס קימט ארויס א גאנצע פארמעגליך געמויזעכס, אויף צו דעקן פארן ציבור די גאנצע קאנספעראציע, וואס עס געשטאנען אונטער דער באזוך פון ר' לייביש ביי כ''ק רבינו שליט''א באגלייט מיט אמת'ע שטוינטדענע פאקטען, מיט אימעל'ס און אישי וואס מען שיקט אים אקארשט אריין פון די גאנצע וועלט אויף אלע 70 שפראכען,
אלזא, האלט דיך רואיג, חיזוק, טרייסט,טעראפי,פארמעגליך דראגס, איז אויפן וועג!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2009 17:27 |
|
| |
כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק א חלה דעקל
פריער זאגט מיר א זאלי אז רבי לייביש לייזער איז נישט מער און נישט וויינער ווי?
א חלה דעקל (!)
נאך אלץ בעסער פון א שטריק, זאג איך אים !
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2009 18:00 |
|
| |
איך מוז ענק זאגן, אז איך האב באמת נישט געגלייבט אז די אהרונישע קאמפעני איז אזוי אנגעזעצט, אז זיי מוזן כסדר האבן חיזוק.
אגב, ווער געדענקט נאך ווען יונה'לע האט געשריבן דא אויף היידפארק אויפן פשעווארסקער רבין שליט"א: ווער איז ר' לייביש לייזער?
יונהלע: ביזט געווען אזוי צוטומעלט אז דו האסט נישט גוט געהערט ווי דער זאלי האט דיר געזאגט אז דו ביזט א חלה דעקל...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2009 18:04 |
|
| |
פארוואס זאל איך זיין צוטימלט פונעם באזוך.
איך זעה אז די זאליס זענען צושפילט. זיי שרייען חלה דעקל און מצה טאש.
זאג איך אז א חלה דעקל איז נאך אלס בעסער פון א שטריק !
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2009 18:31 |
|
| |
פארוואס זענען די זאלי'ס אזוי דערביטערט אויף די באזיך פין כ''ק מ'פשעווארסק שליט'א
פארוואס? וואס הייסט פארוואס!
די באלאן פין 10 יאר האט אזוי ביטער געפלאצט
אין דאס מאל האט מען נישט געקענט ציריקהאלטן ר' לייבוש פין גיין באזיכען מרן רבינו שליט''א
(א עקסטערע ''חוצפה'' (עפ''ל) פין ר' לייבוש אז ער איז געווען ביי רבינו שליט''א פאר ער איז געגאנגןע צו רז''ל - {אלס גדול בתורה בכחמה ובשנים}, אין בשעת מ'האט געווארט ביי רז''ל אינדערהיים אנגעגרייט מיט אלע קעמרעס הערט מען אז ער זיצט יעצט גאר אויף יוז סט'..... כ'דארף אייך נישט זאגען וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט)
פין די ערשטע מיניט, ווען שוין דאן האט קיין איין ערליכע יוד האט נישט געשטיצט רז''ל פאר זיין מיסע אין ביליגע שריט אנצוזייען דעם מחלוקה אין גניבה וכו' האבען זיי ארויסגעלאזט א פשוט'ע שקר אז ר' לייבוש שטיצט אים יא....(גיי ווייז אויף - ער וואינט דאך אין אנטווערפן) אין כדי די שקר זאל שטימען האט פאברעצירט סטעיטמענטס אין זיין נאמען, וואס ווער עס קען ר' לייבוש ווייסט אז ער אינגאנצען נישט דעי מין מענטש צו רעדן אזוי, ער איז דירעקט נישט קיין פארביטערטער מענטש, פארקערט,
אין זינט דאן האבען זיי טאקע אנגעוואנדען אלע מיטלען אז זייער שקר זאל קלעבן ''אז ר' לייבוש האט ''פיינט'' מרן רבינו שליט''א.... ''
ווער געדענקט נישט ווען רבינו שליט''א האט אפגעהאלטן דעם געהויבענעם באזיך אין אנטווערפן פאר בערך 9 יאר ציריק אין עס איז פינקט אויסגעקומען די צייט ווען ר' לייבוש פארט ''יערליך'' אוועק אויף אפרי, האבען די זאלי'ס פארקויפט אז ''ער פארט אוועק וועגן זיין שנאה צו רבינו שליט''א'', ביז איינער איז אריין צו אים אין געפרעגט וואס ער האט קעגן רבינו שליט''א אין ווען ר' לייבוש האט געמאכט א פנים ווי ''וואס ווילט איר פין מיר'' האט ער אים געזאגט וואס די זאלי'ס/גאס שמיעסן אז ער פארט אוועק וועגן אים,
האט ער דעמאלטס גענטפרט, כ'וועל דווקא דא בלייבן אין אים אויסווארטן, אין איז טאקע געפארען עטוואס שפעטער ווי געפאלנט אין רבינו שליט''א - דאן אלס ק''י רב האט אפעגהאלטן א זעלטן ווארימע באזיך פין איבער א האלבע שעה.
אבער ה'זאליס כים נגרש, אין זיי האבען ווידער געארבעט אויף קעס אין כלים אין זייער שקר זאל קלעבן, אין יעדעס מאל וואס ר' לייבוש איז געקומען קיין אמעריקע אין האט געוואלט באזוכן רבינו שליט''א (כעדתו של בניו ובתוכם הרה''צ ר' אלתר אב''ד בית יעקב פשעווארסק וומ''ס ועוד) האבען זיי זיכער געמאכט ס'זאל נישט צישטאנד קומען - אלעס כדי מ'זאל ווייטער פאמפען די שקר ''אז ער וויל אים נישט טרעפן'' (ביי איין באזיך האט מען אים געברענגט צום ציון הק' אין ק''י 4 אזייגער פארטאגטס, אין געזאגט אז רבינו שליט''א שלאפט יעצט....)
אין די זעלבע צייט האבען זיי פראבירט מיט אלע מיטלען איינצורעדן פאר די גאס די ''פריינדשאפט פין ר' לייבוש מיט רז''ל'', וואס האט נעבעך אזוי ביטער ג'פלאפט ביי זיין העליקאפטער באזיך אין אנטווערפן אין ביי נאך געלגענהייט ווי שוין טיילווייז באריכטעד אין דעם אשכול (http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2708231&forum_id=16386)
איז אבער נעכטן נאכט געשעהן די קלימאקס אין
די גאנצע באלאן איז ציקראכט געווארען - די נאכט פאר די חתונה פין זיין זון, האט ער אפגעשטאט א ווארימע באזיך ביי מרן רבינו שליט''א. על אפם וחמתם
בלייבט איבער צו זאגען פאר די זאלי'ס המקום ינחם, נאר פארמעגליך וועט ענק קענען טרייסטן אין מ'זאל נישט וויסען פין קיין צער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2009 18:37 |
|
| |
דוד'ל
שטעלט ענק פאר ווען הגאון ר' אליקום שלעזינגער קומט אויף אמעריקע אין גייט באזוכען רז''ל....
(די ..הערצה... פין הג''ר ר' אליקום מיט רז''ל איז נישט ציליב א גבאי וואס ר' אליקום האט וואס זאל העצן דעם ראש ישיבה, נאר פשוט, נאכדעם וואס רז''ל מיט זיינע אנשי רשע ארבעטן אזוי שווער מיט פאלטשע פרומקייט אין אמת'ע רשעות קעגן קברי ישראל אין אירופה וועגן תאוות הניצחון, א טעמע וואס באלאנגט נישט אין די אשכול)
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2009 18:39 |
|
| |
יש''כ אויששש פאר די בילדער
קען איינער ברענגן בילדער פין די באזוך פין גור'ר רבי?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2009 18:59 |
|
| |
די זאליס זענען כסדר ביזי רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש און רבי לייבוש..?
איי וואס רבי לייבוש...?
רבי לייבוש זאגט אז רז"ל איז א קדוש... און ר"א א קליפה... די אהרונים זענען מוסרים... ער לאזט גיין אין בג"ץ... ישראל חיים מנשה רב אין אין ירושלים... די אהרונים זענען טמא פוי... אזש אז די לעצטע 2 וואכן שלאפט נישט רבי לייבוש וועגן די סוער אין קרית יואל...
איין מאל האבן זיי אפילו אזא מעשה געהאט, אז דער ברך משה האט זיך געבעטען ביי רז"ל זאל ווערן רב אין ווילי, אבער רז"ל האט בשום אין אופן נישט געוואלט, רבי לייבוש האט אים געקאלט אז ער מיז עס אנעמען, תיכף האט ער עס אנגענומען...., די זאליס זענען מסכים אז רז"ל זאל אפילו זיין א מחוצף פאר זיין טאטע... אבער אבי רבי לייבוש האט געזאגט...
אזוי האבן זיי יעדן טאג געבאקן פרישע מעשות רבי לייבוש אהער און רבי לייבוש אהין...
איי די מחלוקה אין סאטמאר איז שוין 10 יאר, קיין אות אחת פון רבי לייבוש האט מען נישט געהערט, טראץ די שרעקליכע פרעשור וואס די זאליס האבן געלייגט אויף רבי לייבוש, איבערהויפט אז ער זאל אונטער שרייבען קעגן די געריכט בהיתר בין דין וואס די אהרונים האבן געפירט, אבער 00000000000 גארנישט, קיין ווארט נישט געהערט..! קיין חתימה...! קיין בריוו...! קיין אלו שהשתתפו..! גארנישט.
נאר פונקט קאפויער, רז"ל פארט אויף אנטווערפען, ער גייט באזיכן רבי לייבוש ער נעמט אים אויף פאר גאנצע 5 מינוט, און ער זאגט אים אז ער זאל זעהן אז בית רחל אין אנטווערפן וואס שטייט אונטער מרדכי שטויבער, זאל אויפהערן נעמען געלט פון די מדינה, רז"ל ריפט זיך אן נא אפשר קומט איר מיט מיר נאך געלט דערפאר אין לאנדאן, אמעריקא, וכו', רבי לייבוש קוקט אים אן ווי פון דער לבנה אראפ געפאלען, און זאגט זיך אפ, און זאגט אים שטיל אין די אויערן אז די זאליס זאלן פון בג"ץ קעגן מוסדת סאטמאר זאלן שוין ארויסגיין.
ויהי ביום השביעי! רוב שבתים פירט רבי לייבוש נישט קיין טיש, טא איצט צוליב רז"ל דארף מען זיכער נישט פירען קיין טיש, די זאליס לייגן איין וועלטן אז רבי לייבוש זאל קיין טיש נישט פירען, רבי לייבוש פירט טיש, אלע ראשי זאליס לאזן איבער רז"ל און גייען צו רבי לייבוש.
מוצאי שבת ביי די צענטראלע מסיבה פון רז"ל, אלעס שישקעט זיך, די זאליס זענען פרייליך ביזן הימל, רבי לייבוש קומט באלד, רבי לייבוש גייט רעדן, עס גייט זיין א אטאם באמבע, רבי לייבוש גייט זאגן אז רז"ל איז דער עכטער סאטמאר מנהיג... רבי לייבוש גייט זאגן... און זאגן... בקיצור רבי לייבוש... רבי לייבוש... רבי לייבוש...
ויבוא רבי לייבוש...! רבי לייבוש איז דא!!, ער קומט אריין זעצט זיך אראפ, וואונטש לחיים און ווייניגער פון 2 מינוט ער וויל זיך אויפהייבען, די זאליס זעהן דא דעם בראך די רבי לייבוש באלאן פלאצט, זיי שטיפן שנעל צו א מייק, רז"ל בעט ביי אים ער זאל רעדן, די מייק שטייט פאר זיין מויל, יעדער קוקט אים אין מויל אריין, רבי לייבוש זעהט זיך דא קיין ברירה האט ער נישט, ער רעדט גאנצע 15 סקונדעס ער וואונטש א גוטע וואך און משיח זאל קומען, קיין ווארט פון רז"ל נישט...! די סקונדע וואס ער ענדיגט הייבט אן די מוזיק צו קנאקען מען גייט טאנצן מיט רבי לייבוש... רבי לייבוש הייבט זיך אויף און ער איז שוין נישט דא, ער לאזט רז"ל טאנצן אליין מיט יודעלע וויינשטאק...
דאס זעלבע איז געווען ביי די חתונה אין ווילי נאכדעם, וואס איז פארגעקומען אין קאנקארד פלאזא, ווי איינער האט שוין פריער געשריבן.
אפאר חדשים נאכדעם, הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א פארט אויף אנטווערפן צום דינער פון כולל סאטמאר, רבי לייבוש קומט צו די מסיבה זיצט דארט כמעט א האלבע שעה, שמועסט פריינטליך מיטן רב, אבער רבי לייבוש האט אים פיינט צום טויט...
***
איצט טא רבי לייבוש האט אפגעטאן אזא שייגץ שטיק, ער האט באזיכט ביי רבינו שליט"א, איז די זאלי מעשה אזוי: רבי לייבוש איז פשוט געווארן א צוחושטער משוגענער... חסר דעה... ממש ווי שמשון גאלד....
מען שטיפט ארויף רבי לייבוש צו רבינו געצוויגענערהייט... רבי לייבוש האט בשום אין אופן... חס ושלום... ה' ישמרינו ויצילינו... לא עלינו.. עלינו לשבח... שושנת יעקב... נישט געוואלט גיין...
אבער די רשעים האבן אים געצווינגען מיט רציחה און געוואלד, פון איין זייט שלעפט אים דער רשע משולם זילבערמאן און האקט אים מיט א פאסיק אין קאפ... פון דער אנדערע זייט שטיפט אים דער רשע יודא לייב פערלמוטער מיט זיינע גראבע לאפעס... פון די בעק שטיפט אים מיט רשעות משה ווייזער... צוזאמען מיט רבי לייבוש קינדער און איידעמער, איין קינד שלעפט רבי לייבוש ביי די אויערן... איין איידעם האקט רבי לייבוש מיט א אייזן... רבי לייבוש ווארפט זיך ווי א האן פאר די שחיטה... זיי שטיפען אים ארויף די סטעיפס מיט געוואלד, רבי לייבוש שרייט מיט די גרעסטע קולות, רשעים עטס טראגט מיך דא צו די קליפה, ראטעוועט!!! ראטעוועט!!! שרייט ער מיט יארמעליכע קולות...
רבי לייבוש ווערט ארויף געפושט די צוויי שטאקן סטעיפס מיט געוואלד, ער קומט אן אויבן ער טרעפט רבינו שליט"א ער שפייט אים אן, די גבאים כאפן אן זיין הענט און שטיפען עס אריין פאר רבינו שליט"א צו געבן שלום.
די גבאים זעצן אראפ רבי לייבוש מיט געוואלד, און דא העלפט שוין דער שלעגער שמואל הכהן פריעדמאן, אזש די בענקל האט זיך שיעור צובראכן... רבי לייבוש רעדט נישט קיין ווארט אז ער מאכט חתונה מארגן, נאר אדרבה דער חתן וואס איז אויך דארט זאגט אז האט בכלל נישט חתונה מארגן... ער איז נאך בכלל נישט געבוירען... רבי לייבוש רעדט גארנישט גארנישט מיט רבינו 0000... נאר רבי לייבוש נעמט זיך דערציילען מעשיות פונעם דברי חיים, רבי מאיר נתן, חכם צבי, עצי חיים, אבער ער רעדט נאר צו זיינע אייגענע קינדער און צו יודא לייב פערלמוטער...
נאך 25 מינוט וואס רבי לייבוש האט זיך אנגעגעסן מיט טרויבן, און ער שוין כוח פון די טרויבן... רבי לייבוש הייבט זיך אויף מיט געוואלד, ער שטיפט אוועק אלע זיינע גבאים יודא לייב כאפט איינס אין די נאז... ער צופליגט משולם'ס העמד... און זיין גלעזער ווערט צובראכען אויף פיצלעך... שמואל הכהן כאפט א שטויס אין בויך... אזוי רייסט זיך רבי לייבוש ארויס... ער שיסט אראפ אלע סטעיפס ווי א קאנקארד פליגער... ער לויפט ארויס אויף דער גאס א קאר האקט אים שיעור אראפ... ער לויפט אהיים מיט איין אטעם...
גענוי אזוי זענען אלע זאלי מעשיות....
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 28/10/2009 19:56:44
 |
|
|
|
|
|