בית פורומים כל העולם כולו

האדמו"ר מגור ומפשעווארסק אצל מהר"א מסאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/10/2009 19:13 לינק ישיר 

רבי יונה,
שוין לאנג נישט געלאכט אזא גוטס!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2009 19:25 לינק ישיר 

איך זע וואו די זאליס קאכען געפערליך אויפן באזוך פון ר' לייביש ביי כ''ק רבינו שליט''א, זיי האלטען זיך און איין נאך פרעגן וואו אזוי דער באזיך איז צו געגאנגען, בכל פרטיה ודקדותיה, מען זעט אז דער באזוך אויף  זיי עפעס מורא'דיג אויפגעשאקעלט, זיי זענען מלא אף וחימה, הייסע לאווע שפריצט פון זייער נאז לעכער, א פחד! פרעגט זיך די קישא מֶה חֳרִי הָאַף הַגָּדוֹל, הַזֶּה? וואס איז דער גרויסער גרום צארען?

 

איז מיר א זאלי מסביר וואו פאלגענד,

 

דער ר' זלמניו איז א געוואלדיגע גארנישט, ער איז תוהו ובהו, וואו אזוי מיין רבי האט געטיישט און חדר פוסט און לעהר, דאן וואו אזוי האלט מען צו זאם דער עולם ארום אים? מען מיז דאך האבן א שטעקן קעגען רבינו שליט''א?

 

האבן די חכמי כעלעם, אנגעהויבן אויף צו הענגען נו סוכה אויף דעם פוסטען ר' זלמניו, מען האט געמאכט א בד''ץ, און מען האט זיך גענימען פאמפען די דיינים, וואו זיי זענען מאלכי עליון, ר' מנשה דער ראב''ד לייגט זיך נישט און קיין בעט, און ר' זלמן לייב פילאף, קען זיך פארמעסטען מיטן ר' מנחם זעמבא, פון ווארשע, ר' שלמה לייב, איז אזוי קליג וואו דער ראפשיצער זי''ע, ר' חיים דוד, האט מעמיד געווען דת על תילה און בארא פאר פינקט וואו רבינו הקוה''ט האט געטאן און א מעריקא נאך די קריג, אזוי ווייטער און ווייטער!

 

דערנאך האט מען ארויס געלאזט א שטינק אז ר' לייביש שטייט אונטער ר' זלמניו, ער האט אים געהייסען ווערן זאב''ד, און ער האט פיינט רבינו שליט''א אזוי ווייטער און ווייטער, איז דאך א סימן אז דער באשעפער איז מיט ר' זלמניו ח''ו,

 

פרשת לך לך תש''ע, ר' לייביש קימט אן זונטאג קיין ניו יארק, ער גייט קיינעם נישט באזיכען, פארוואס? פארוואס שטאט ער נישט אפ א באזוך ביי זיין ליבלינג ר' זלמניו? א פלא!

 

פראוואליע, דינסטאג קימט רבינו שליט''א אריין אזוי יעדע וואך קיין וומ''ס, צו געזעגענען דעם ציבור, און מיטאמאל  קימט דער פעשווארסקער רבי שליט''א אים באזיכען מיט אלע זיינע קינדער און איידעמער, און דער באזוך קימט פאר מיטן גרעסטען סארט אהבה וחיבה, און ידידות וואס איז נאר שייך, רבינו שליט''א באגלייט אים אראפ, און דער פעשאווארסקער רבי וויל נישט ער בעט רבינו שליט''א זאל אים נישט אראפ באגלייטען, וכו' וכו'

 

דער נאך גייט ער באזיכען ר' מנשה דעם דיין שליט''א, ערשט דערנאך 1 אויף דער נאכט, גייט ער ערשט ארויף צו זיין ''ליבלונג'' ר' זלמניו, היתכן??? מען האט דאך אונז צוגעזאגט אז ר' לייביש איז מיט אונז??? פון זיין התנהגות איז דאך משמע פארקערט?

 

בס''ה,

 

ר' זלמניו שרייט דאך מיט א ציבראכענע שופר אז ער איז סאטמארער רבי און וומ''ס, און ר' לייביש איז זיינס א מענטש,

 

וואלט דאך ר' לייביש ווען ער קימט אן קיין וויליאמסבורג, וואו ר' זלמן איז מלך, אים געדארפט קימען באזוכען, מאנטאג אונדערפרי, און דער ערשטער, ?

 

ביזדערווייל? איז ר' לייביש געגאנגען קודם באזוכען רבינו שליט''א, ער האט געווארט ביז רבינו שליט''א קימט אריין, קיין וויליאמסבורג, ער איז נישט ארויס געפארן קיין קרית יואל, נאר ער האט דווקא אויסגעווארט ביז רבינו שליט''א קימט אריין און וויליאמסבורג, וואו די זאליס שרייען אז ר' לייביש האלט, אז וויליאמסבורג און  ר' זלמניו'ס טעראטאריע, און ער איז אים גאנגען באזיכען  דער ערשטער, און ר' זלמניו האט ער געהאט צייט צו באזיכען דער דריטער, אויך ערשט אום 1:00 אויף דער נאכט,

 

 

קימט דאך אויס אז די גאנצע ''נוי סוכה'' וואס די זאליס האבן געטרייט אויף צו הענגען אויף זלמניו איז לא דובים ולא יער, נישט קיין בערן און נישט קיין וואלד, איז דער ר' זלמניו געבליבען נאקעט און פיסט,

 

דעריבער אז דער ''ר' לייביש'' שקר האט געקראכט, שפירען זיך די זאליס אז זיי זענען אנגעהאקט און א ליידאק, דעריבער זענען זיי אזוי בייז! נישט קשה! מיר וועלן נישט האבן קיין שלאפלאזע נעכט צילוב וואס אונזערע זאלי ברידער זענען בייז!

 



תוקן על ידי פארשטיי ב- 28/10/2009 19:37:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2009 19:37 לינק ישיר 

יענקעלע11 כתב:
רבי יונה,
שוין לאנג נישט געלאכט אזא גוטס!!!


יענקעלע, קענסט נישט יוצא זיין מיט א מענטשעלע
מיר ווארטן אויף א פעליטאן פון דיר אויף די פשעווארסקער באזוך

איך ווייס נישט צו די זאליס זענען שוין אמאל געווען אזוי צושאסן זייט ניסן תשס"ג ווען ריח"מ איז געווארן ירושלימער רב

די וואך גייט זיין שבת נחמו ביי זיי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2009 19:44 לינק ישיר 

באקומען אין אימעיל אויף [email protected]

איינער האט אפגעכאפט א חלק פונעם שמועס צווישן רבינו שליט"א און פשעווארסקער רבי שליט"א, סקוקט מיר אויס אז עס איז פון א סעלפאון, ס'איז נישט זייער קלאר


http://www.mysatmar.com/audio/pshavorsk.wma


דא איז די ווערטער בערך (וויפיל איך האב געקענט פארשטיין)
ביי 26 סעקונדעס הייבט זיך עס אן, און מען הערט בערך אזוי
 
האדמו"ר מפשעווארסק: איך מאך חתונה אי"ה מארגן א זון
רבינו שליט"א: בשעטו"מ
האדמו"ר מפסעווארסק: אויב ס'איז שייך (מען הערט נישט קלאר ווייטער)
רבינו שליט"א: ווי איז די חתונה
האדמו"ר מפשעווארסק: (נישט קלאר)
רבינו שליט"א: דער אייבערשטער זאל העלפן אין א גוטע שעה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2009 20:05 לינק ישיר 

יישר כוח פאר די קליפ.

דאס איז געווען די ערשטע זאך ביים אנהייב שמועס

דא לויפט עס אזוי

רבינו שליט"א: ווי איז די חתונה
האדמו"ר מפשעווארסק: דא אין וויליאמסבורג
רבינו שליט"א: דער אייבערשטער זאל העלפן אין א גוטע שעה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2009 22:35 לינק ישיר 

די קללות האלטען נאך אן
מ'האט געפענט א ספעציעל אשכול אין די קינדער פארום, נישט צו באריכטן די באזוך ביי רז''ל, נאר צו באריכטן ''ס'נישט קיין באמבע אז ר' לייבוש האט באזיכט רבינו שליט''א''........ {איינער האט געזאגט אז עס איז א באמבע?, נאר אז ס'טוט וויי שרייט מען}
די ווייטאג שרייט דארט ארויס ביטערלעך,

איינער טענה'ט דארט אז ער האט זיך פארגעשטעלט אז ער וועט באזוכן רבינו שליט''א - מיט א פשטות, איי, פארוואס האט מען זיכער געמאכט ער זאל נישט טרעפן רבינו שליט''א די לעצטע פאר מאל וואס ער איז געקומען

יא! א באלאן פלאצט מאכט עס א גרודער!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2009 23:28 לינק ישיר 

כ"ק האדמורי"ם הצדיקים מפשעווארסק וסאטמאר שליט"א

* width="425" height="344"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2009 00:24 לינק ישיר 

איך וויל דער עולם זאל קלאר פארשטיין וואס דא געשעהן אין פארוואס די זאליס סטראקן אוועק
אין פארוואס בן פראדל האט היינט באוושען אין מקוה יחזקאל בערגער'ס זין פין לאנדאן מיט קולות.
 
לאמיך עס פארשטיין געבן מיט א משל

שטעלט'ס ענק פאר דעם רבי'נס א ידיד נאמן הגאון הגדול ר' שמואל וואזנער שליט"א מאכט חתונה א אן איינקיל אין קרית יואל, פארשטייט זיך אליינס ביי אלע חסידים פין רבי'ן איז דאס א פרייד.
 
רב וואזנער קומט אן אויף קרית יואל, אבער ער גייט נאך נאך נישט אריבער צים רבי'ן אויף א וויזיט
די חסידים פארטייטשען דאס ער איז נאך אפגעמיטשעט פינעם וועג..

דעם צווייטען טאג  קומט ר' זלמן לייב אויף קרית יואל צי זיינע חסידים.
 
מען ווערט געוואיר אין רבי'נס שטוב אז רב וואזנער מט זיינע אלע קינדער גייען  קודם צי ר' זלמן לייב אויף א וויזט
נאכדעם ווערט מען געוואיר אז אז ער גייט נאכדעם אויף וויזיט צי הרה"ג  געציל.
 
אין אויף איינסע באנאכט איז ער אן געקומען צי זיין ידיד דעם רבי'ן אויף א וויזט.

נעמט'ס די מעשה מאכט עס מאלטיפאל 100 מאל אויף פארקערט
אזוי פילן די זאליס יעצט.

יא זאלישלעך נאך אזעלכע פריינד ווער דארף פיינט....................



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2009 00:46 לינק ישיר 

איך זעה אז מ'זוכט דא א משל...


איך קום צו הילף , למשל ווען ר' יצחק טובי' ווייס איז געווארן גאב''ד, האבן די ארונים אריינגעלייגט פאר 9 וואכן די בלאט אין א רעשזוואלקע, ווייל ער איז 'זייערס'.

די גאב''ד קומט קיין אמעריקע..., מ'האט שוין נישט אפאר וואכן געקענט רעדן צו די ארונים אפאר וואכן פון העפינעס, אה מ'גייט מסדר זיין די זאלונים, הקיצור א קנאק! 

אבער פאוואליע, ער קומט אן קיין אמעריקע, ער האט די וועלטס צייט, גייט באזוכן מהר''יי, די קוינס ישיבה, אבער ענדליך.... ער פארט שוין קיין ק''י, שוין, מ'האט אביסל אנגעזעצט אבער יעצט וועט זיין..., ער וועט ארויסווייזן די חביבות...

אוי! די הארץ ווערט פארקלעמט, די געפילן פארפרוירן, די טינט פארטריקנט, די מויל פארשטימט... נישט ווייניגער ווי די ירשלים'ער רב איז געגאנגען צום סאסמאן-זאלי-שוהל - ''באתרא דמר'', ווי האט ער געהאט די הארץ???

איך האף אז איך האב ארויסגעהאלפן מיינע ליבע חברים דא אויפ'ן פארק!

לענינו ביים פשעווארסקער רבי, איז די גאנצע מעשה א שטורעם אין א גלאז וואסער....


תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 29/10/2009 0:51:26




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/10/2009 00:49 לינק ישיר 

נאך אלץ בעסער ווי ווען ר' ישראל חיים מנשה טוט עס
תן לחכם ויחכם עוד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2009 01:02 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2009 01:06 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2009 02:06 לינק ישיר 

רבותי ס'איז גרויסע צרות, די זאליס זענען צושפילט אויף טויזנט פון די באזוך פונעם פשעווארסקער רבי שליט"א
א חבר מיינער דערציילט מיר אז ער האט געזעהן אויפן גאס ד.ש. בערגער (בן ר' יחזקאל ונכד ר' מענדל) פון לאנדאן מאכט יאמערליכע קולות אויף ר' י. האפמאן משב"ק ביי רבי לייבוש, ער האט געשריגן 'ענק זענען כפויי טובה' 'א באנדע הינט' לויט וויפל ער האט געהערט האט ער זיך נישט אזוי גערעגט אויף די עצם באזוך ווי אויפן מקדים זיין מיט א קפידה צו באזוכן קודם אדמו"ר מהר"א שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2009 04:40 לינק ישיר 

רבי לייבוש איז געגאנגען באזוכן ר' זיידל קרעטשניפער און קיוויאשדער וכו' וכו' און איך זעה נישט קיין שום סיבה ער זאל נישט גיין צו ר' אהרן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/10/2009 15:39 לינק ישיר 

 

זעליג'ל, אז ר' לייבוש איז געגאנגען באזוכן רז"ל, זע איך נישט קיין שום סיבה פארוואס ער זאל נישט באזוכן ר' זיידל קרעטשניפער מיטן קיוויאשדער....

איך האף דו פארשטייסט אז דא איז דא צוויי פוינטס, איינס אז דער ערשטער באזוך - נאכן זיך געפינען דא אין אמעריקא צוויי טעג - האט ער אפגעשטאט ביים רבין, און איך האף אז דו ווייסט אז ווען א רבי פארט ערגעץ אין די פרעמד, געווענטליך גייען די באזוכן מיט א סדר און סיסטעם וכו'.

והשנית והוא העיקר, איך בין נישט פון די וואס זענען געווארן אזוי ענטויזיסטיש אז ר' לייבוש איז געקומען באזוכן דעם רבין, ווייל סך הכל איז דאס א טשעק וואס מען קען נישט אויפקעשן כידוע, (און דאס זעלבע איז עס אויך לגבי דאס "געוואלדיגע" התקשרות וואס רז"ל האט מיט אים, ער האט ענק נאך גארנישט דעליווערט), מיין שמחה איז נאך א באלאן האט געקראכט.
איר האט אנגעהויבן אייער חסידות מיט א באנטש באלאנס (דו ווייסט די באלאנס וואס דיין שוועסטער'ס פרענדס האבן געברענגט ווען זי איז געווארן א כלה...) איין באלאן איז געשטאנען "למה נגרע", איין באלאן איז געשטאנען "יעדער רב וועט קענען זאגן א מיינונג אין וומסב"ג", איין באלאן איז געשטאנען "להחזיר עטרה ליושנה" וכו' וכו' איך האב נישט די צייט יעצט איבערצו חזרן אלע שטותים צווישן די מיליאן באלאנען איז אויך געשטאנען אויף איינס, אז אלעס ווערט געטון נאכן אנפרעגן ר' לייבוש, און אז ר' לייבוש האלט אז ר' אהרן איז ממש סט"א (ער האט אויך באקומען די סט"א ליסט...) און ס'איז ממש א מצוה אים אונטערצוברענגן.

למעשה האבן אסאך פון די גרויסע באלאנען זיך גענומען קראכן במשך די יארן, געוויסע איז פשוט די גאז ארויס דערפון, און געוויסע האט פשוט געקראכט.

דעם באלאן פון ר' לייבוש האט מען כסדר געהאלטן אין איין ריפילן, אזוי אז ס'איז שוין געווען ממש מאקסימום די גרויס, וואס הייסט, שוין צען יאר, און ער האט זיך נאכנישט געטראפן מיטן רבין.

ס'איז אבער געקומען יום ג' לך לך, און די גאנצע באלאן האט געקראכט, ס'האט אזוי אפגעדונערט, אזש איר דארפט נאר א בליק טון אינעם היינטיגן "איד".

ממילא ווען די באלאנען קראכן, פרייען מיר זיך גאר שטארק,

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > האדמו"ר מגור ומפשעווארסק אצל מהר"א מסאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext