בית פורומים כל העולם כולו

האדמו"ר מגור ומפשעווארסק אצל מהר"א מסאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/10/2009 17:15 לינק ישיר 

איך זעה דעם בילד פון אן אנדערן פרעספעקטיוו.

ווען רבי לייבוש לייזער באזוכט ספינקא'ער רבי אדער קרעטשניפער רבי
איז די רעאקציע פארוואס נישט.
פארוואס זאל ער נישט גיין צו זיי, וואוינען זיי דען נישט דאהי?
האבן זיי נישט קיין רעכט צו זיין רבנים?
האט דען דער פשעווארסקער רבי עפעס א געפעכט מיט זיי אדער קעגן זיי.

זיי וואוינען דאהי, און דער סדר איז אז ווען א גאסט קומט, באזוכט ער די רבנים פון די שטאט, צי זיי זענען זייער גרויס אדער נישט אזוי גרויס.

פארשטייט זיך אז א גוטן פריינט, גייט מען באזוכן צום ערשט.
ווער רעדט נאך ווען דער גוטער פריינט איז אויך "דער גרעסטער רבי", גייט מען דאך אוודאי צי יענעם ערשט.

דא האנדעלט זיך מיט רבי לייבוש לייזער מיט'ן סאטמארער רבי'ן, אויף וועמען דער קלאנג האט געלויטעט אז ער האט אים געפערליך פיינט, און טוט כל טצדקי זיך נישט צו טרעפן מיט אים (!)

האט דא רבי לייבוש לייזער געטאן עטליכע זאכן:
1) ער קומט צו אים אין וויליאמסבורג (וואס איז רז"ל'ס טעריטאריע).
2) ער קומט צו אים ערשט (א געפערליכע פגיעה אין רז"ל).
3) ער רופט אים צו די חתונה.
4) ער זיצט ביי אים קרוב צו א האלבע שטונדע (פארוואס פארברענגט ער ביים שונא אזוי לאנג?)


ווען מ'הערט וויאזוי רבי לייבוש האט זיך אויפגעפירט צו רז"ל ביי די חתונה, שטעלן זיך אויף די האר פון קאפ.
דאס טוט מען פאר'ן גוטן פריינט?

אבער דאס אין אן אנדערן אשכול.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2009 17:23 לינק ישיר 

איך הער אז משה גבאי האט אויפן אויבן-אן - בפני כל עם ועדה -  געמאכט קולות אויף פערלמוטער און אום געצויגן די בעקיטשע און די הענט היתכן רבי לייביש וויל זיך נישט אויפשטעלן טאנצן.

דאס איז שוין געווען נאכן זינגען עטליכע מינוט די 6סטע הקפה ניגון.

הערשט נאך לאנגע אויסגעצויגענע מינוטן און נאכן אויפשטעלן די איבערגיע מחותנים און זיידעס האט זיך רבי לייביש אויך אויגעשטעלט. אבער ווידעראמאל מיט רז"ל אליין איז ער נישט געטאנצן. כאטש אלע זאלי'ס זענען דארט געשטאנען און געווארט אויף די מינוט.

נעבעך....

קען עס איינער ביטע באשרייבן. איך בין נישט דארט געווען נאר געהערט פון איינער וואס איז דארט געשטאנען און געווארט צו געבן לחיים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2009 17:46 לינק ישיר 

ביי די חתונה האט אים רבי לייבוש אזוי מיאוס מסדר געווען בפני כל עם ועדה, אז רז"ל האט זיך גענומען שוויצען פאר כעס, און האט געוויזן פאר די גאנצע וועלט די מורא'דיגע אהבה, וחיבה ורעות ורעספעקט פאר דעם למה נגרע רבי'ן -

בערך אזא ליבשאפט צו רז"ל ווי דער ברך משה האט ארויסגעויזן פאר'ן בן חביב ביים "עיקר שכחתי" פאר אלע פארזאמלטע.


1) רז"ל קומט אריין צו די חתונה, און די גבאים זעצן אים הארט נעבן רבי לייבוש'ן.
2) דער גאנצער עולם ווארט געשפאנט, אז יעצט וועט רבי לייבוש איינמאל פאר אלעמאל צייגן אז ער וויל אים דייקא, הוא אשר בחר בו לקדשו ! ער וויל דעם איידעלען, דעם פיקח, דעם נועם המדות וכו' וכו'.

3) די מוזיק הייבט ספאנטאן אן קנאקן מעכטיג און באמבאסטיש די זעקסטע הקפה ניגון - די עמפעלפייער האט מען אנגעשטעלט אויפן העכסטן. ווייל יעצט איז די קלימאקס.

4) רז"ל שטעלט זיך שוין אויף טאנצן... אבער העי... דער חתן דינן (סארי אבי החתן) איז נישט רעדי.. ער איז נישט עפעס טאנצענדיג יעצט.

5) מאטל שטיין (זיידע) קומט צו לויפן און הייבט אן ווינקען, מרמז זיין אפען און גראב... יעצט דארף מען טאנצען רעבע !

6) דער אבי חתן פארשטייט עפעס נישט די רמזים, און צייגט פאר' מאטלען, נו, זאל ער טאנצן מיט'ן חתן, לאזשע מיך צורוה !

7) דער חתן ווארפט בליקן צום פאטער, און בעט זיך בחתנונים: טאנץ מיט אים !  טאנץ מיט אים, פליז ! פליז !

8) די בליקן האבן זיך עפעס נישט פארשטאנען ! און דער חתן מוז טאנצן אליין מיט רז"ל ווייל דער פאטער איז עפעס נישט אין גוסטע יעצט !

9) די גבאים פון ביידע הויפען זענען צעשאסן און צע'מזיקט פון די ביטערע רעזולטאטן. מ'הייבט יעצט אן א פרישע רונדע געשפרעכן פון הינטערוויילעכס אריינצושלעפן דעם אבי החתן געצווינגענערהייט צו טאנצן כאטש מי'טן חתן און מיט רז"ל... עס גייט שוין ! מ'הייבט אן שפרונגען הויך... אבער העי...

10) דער אבי החתן טוט דא א געפערליכע זאך, ער טאנצט נישט פאר ער אליינס שלעפט אריין די אנדערע מחותנים אינעם רינג !

11) כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק האט ביי די חתונה נישט געטאנצן מיט רז"ל, נישט אליין, און נישט מיט'ן חתן-און רז"ל - נאר אין א גרויסן רינג.

12) רז"ל איז ארויסגעלאפן פון די חתונה מיט אזא אימפעט ווי ער איז געקומען !



און דאס איז געווען די חלה דעקל פון די נאכט פאר די זאליס !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2009 18:23 לינק ישיר 

די קלאפ וואס די זאלי'ס האבען נעכטן געכאפט צוקעקענדיג ווי ר' לייבוש איגנארירט רז''ל איז ווי זעק מיט זאלץ אויף די פרישע  וואנדען.


ווער עס האט א קליפ פין יענע פאר מיניט, זאל מזכה זיין את הרבים

אגב,
זעליג'ל
כ'האב נעכטן גערעדט צו איינער וואס דרייט זיך אסאך ביי ר' זיידעל קרעטשניפער, אין ער ווייסט נישט פין אזא זאך אז ר' לייבוש זאל האבען באזיכט ר'  זיידל'ן, (אויב אזוי האב איך מורא אז ביים קיוויאשדער איז ער אויך נישט געווען - ענק זענען אימשטאנד צו מאכען מעשיות, כדי זיך צו טרייסטן)
אין אפי' ער איז יא געווען, מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
ענק בלאזען שוין א בלון 10 אז ר' לייבוש האלט אזווי ענק כלפי רבינו שליט''א - אין דא פליצלונג אזא ווארימע באזוך....... א שטאך אינעם באלאן!

וואס די באמבעלסט וועגן ירושלימער רב: די ארוינים האבען קיינמאל נישט ג'יובל'ט אז ר' יצחק טובי' איז א ארוני, נאר די שמחה איז געווען אז מ'האט נישט גענומען איינעם וואס וועט אראפברענגן די ניווא פין די העדה החרדית אויפן זעלבן פארנעם ווי די פורים בית דין אין וומ''ס, אין אויף דעם קענען מיר נאך היינט דאנקען דעם אויבערשטען,
יא! היינט צו טאגסט קען שוין די ''עכטע'' ירושלים'ער רב זיך אויפשטעלן אין געבן די הענט פאר רבינו שליט''א אין מיטהאלטן די גאנצע מצווה טאנץ (טארטיקאוו-קאסאן חתונה די וואך), אבער ער אין גאב''ד אויף ראסס סט' ב''ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2009 18:32 לינק ישיר 

פין אישי
כ'בין געווען לעבן רבין'ס שטוב ווען כ''ק רבי לייבוש מ'פשעווארסק איז אנגעקומען אויף די באזיך
אין ציליב די גרויסע שטיפעניש אין רבי  לייבוש געבליבן שטיין אינמיטן די טרעפ, ווארטענדיג ס'זאל זיך עפענען א וועג
אזוי ווארטענדיג געבט זיך דאסקאהל א דריי אויס צו ר' לייבוש (ער איז געשטאנען אפאר טרעפ העכער) ''מ'ווארט דאס פאר סתם''
האפענדיג אז ער וועט זיך ציריקדרייען.
עס אמת אינטערסאנט צו טראכטן, וואס פאר שוטה ער דארף זיין, האט ער טאקע געהאלטן אז ר' לייבוש וועט זיך ציריקדרייען?
רבות מחשבות בלב איש.
________________

דער דאסקאהל איז די פראפעגאנדע מלמד ביי די זאלי'ס, ווי אויך דינט ער אלס נורסערי מלמד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2009 18:56 לינק ישיר 

לעבעדיגער כתב:
איך הער אז משה גבאי האט אויפן אויבן-אן - בפני כל עם ועדה -  געמאכט קולות אויף פערלמוטער און אום געצויגן די בעקיטשע און די הענט היתכן רבי לייביש וויל זיך נישט אויפשטעלן טאנצן.
פלעין ליגענט! Moshe was as cool as he could be

דאס איז שוין געווען נאכן זינגען עטליכע מינוט די 6סטע הקפה ניגון.
ווילאנג ער האט גאווינטשן די מחותנים וכו'

הערשט נאך לאנגע אויסגעצויגענע מינוטן און נאכן אויפשטעלן די איבערגיע מחותנים און זיידעס האט זיך רבי לייביש אויך אויגעשטעלט.
פלעין ליגענט, ר' לייבוש האט אנגעכאפט מהרז"ל אין זיך ציזאמען אויפגשטעלט


נעבעך.... זיך טרייסטן מיט לגיונות ביי מילתא עבידא לגלויי, עס איז דא קליפס
קען עס איינער ביטע באשרייבן. איך בין נישט דארט געווען נאר געהערט פון איינער וואס איז דארט געשטאנען און געווארט צו געבן לחיים.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/10/2009 19:02 לינק ישיר 

טשאמפיאן
כ'האב דיר שוין גענטפרט אינעם אנדרען אשכול,
קענסט נישט לייקענען א זאך וואס יעדער האט געזעהן.
אדרבה ברענג די קליפס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2009 23:56 לינק ישיר 

טשאמפין

מען זעט אז דו ביזט א נייער דא

דער יונה'לע וחביריו זענען זיך פשוט מחי' אז דו ענטפערסט זיי

איך בין זיך פשוט מחי' ווען איך ליין זייערע תגובות אנגעפילט מיט האס און פארע, נישט קענענדיג באהאלטן זייער כעס ווי שיין עס איז געווען

אדרבה יונהלע וחבריו, דערצייל ווי מער

דער עולם האט פשוט הנאה צו זען וויאזוי די אהרונים דערהייבן נישט די חתונה

טראלאלא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2009 01:33 לינק ישיר 

דער פעשווארסקער רבי האט אריין געפאלכטן אין די זאליס איינס אין א גוט'ס זיי ווייסן נישט ווי אזוי לויז צי ווערן דערפון

ביי די חתונה נעכטען האט מען נישט געטראט מאכן א ברכה וד"ל.
 
נ.ב. דוד'ל נעם עס גרינג.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/10/2009 01:47 לינק ישיר 


איך פארשטיי אינגאנצן נישט די שמחה ביי די מחנה ארונים און די פארענטפערונגען ביי די מחנה זלונים,
ר' לייבוש שליט"א איז בכלל נישט קיין סאטמארער חסיד זיין טאטע און זיידע זי"ע זענען יא געווען אבער ער אליין נישט.
במיילא האט קיינער נישט ערווארטעט פון איהם ביי די חתונה עפעס מער פון וויאזוי ער האט זיך געפיהרט,
איך זעה נישט אין דעם קיין פראבלעם פאר די זלונים און קיין געווינס פאר די ארונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2009 02:03 לינק ישיר 

ר' לייביש האט טאקע גארנישט מיט סאטמאר.
 
אבער די זאלישלעך האבן זיך שוין איינגערעדט פאר 10 יאר א באלון אז ר' לייביש שטיפט זייער שדים טאנץ, אין האלט פין זייערע שקאצרייען, אין ער געט די גושפאנקע פאר זייער לישקע.
 
יעצט עסן זיי עס אויף מיט פראצענט אין זיי לויפן ארום אין שרייען אין טרומייטערן אז ר' לייביש האט גארנישט מיט סאטמאר ער איז א גאליצינער.

שטייטס אויף יונגעלעך אין טוטס ענק אויס די שטיירמעלך ווען דער גאליצינער מאכט חתונה.
 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2009 02:20 לינק ישיר 

איך מיין אז איך האב ארויס די טעות אין די חילוקי דיעות דא,
די ארונים רעדן זיך איין אז אלע זלונים האבן זיך איינגערעדט אז ר' לייבוש איז עפעס אַ צד אין די סאטמארער פאליטיק.
טראכט אריין אין דעם טעות וועט אלעס ווערן אויסגעגליכן און ביידע וועלן זיין העכסט צופרידן ווייל טעות לעולם חוזר.

עס דערמאנט מיר אַ שיינע מעשה וואס איז אמאל געווען מיט צוויי חברים וואס האבן גענעכטיגט אין אַ האטעל, ביינאכט ווען עס געווען פינסטער טונקל רופט זיך אן איינער צום צווייטן אז ער גייט עפענען דעם פענסטער ווייל עס איז איהם שרעקליך הייס, און הלכה למעשה ער גייט צו און עפענט דעם פענסטער און דערקוויקט זיך מיט הנאה פון די פיינע לופט, דער צווייטער הייבט אן צו שרייען אוי וויי עס איז מיר ביטער קאלט איך מוז צומאכן די פענסטער  און ער גייט צו און מאכט צו די פענסטער, דער ערשטער נעמט זיך יאמערליך שרייען אז עס איהם הייס ער האט נישט קיין לופט און ער עפענט דעם פענסטער און דער צווייטער שרייט אז ער ציטערט פאר קעלט און ער פארמאכט די פענסטער, ענדליך נאכ'ן זיך שלאגן האט זיך די שויב פונעם פענסטער צובראכן, יעצט האט דער ערשטער זיך מחיה געווען עס קומט אריין פיינע לופט און דער צווייטער האט געוויינט ממש ער גייט אויס פאר קעלט.... זיי שטייען אויף צופרי מערקן זיי ביידע אז דאס איז געווען נאר אַ שפיגל אויף דעם האבן זיי זיך געשלאגן און דאס האט זיך צובראכן, די בזיונות פון איינעם צום צווייטן איז געווען געוואלדיג...
די נמשל איז מ'איז מתווכח לגבי ר' לייבוש שליט"א די זייט און די זייט דער פרייד זיך און דער וואונדערט זיך... און דער פשעווארסקער רבי שליט"א פאר זיך איז אינגאנצן אינדערויסן פון דעם פיקטשער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2009 03:10 לינק ישיר 

די זאליבאנעצעס, האבן אנגענימען  א דעמעזש קאנראל מהלך, און הייבן אן זינגען, ר' לייבוש! עה! וואס האט ער מיט סאטמאר, ער האט נישט קיין שום צד?!

אקעי, דאן קימט דאך אויס אז ר' זלמניו בלייבט איבער מיטן לישכע בד''ץ, און מיטן סקלענער צדיק,
לאמיר זען וואס זיי ועלן טאן ווען דער לעצט פארבלינער נו סוכה וואס זיי האבן אויף געהאנגען אויף ר' זלמניו, אז ער זאל נישט אויס זען אזוי יבש, דער סקלענער צדיק, וועט אויך קראכען, וואס וועלן זיי דאן זאגען, דער סקעלנער? וואס איז ער דען? וואס האט ער מיט סאטמאר? ער איז א רעמניער?!

ימים ידבירו!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2009 03:18 לינק ישיר 

שכלדיג, די ארונים טענה'ן די זעלבע טענה, און זאגן דעם זעלבן משל, דער חילוק איז נאר אז די ארונים האבן עס געזאגט פאריגע וואך אויך, און די זאליס האבן עס היינט אנגעהויבן צו זאגן.

 

איי קענאט העלפ יו, באט איך האב שוין דעם תירוץ פון ר' לייבוש אויף אלע רשעות'ן געהערט פון די סאמע העכסטע פירער, ווען ס'איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט די חברה, און יענער איז שוין געווארן ממש צוגעדריקט צו די וואנט, איז די לעצטע קויל געווען: ר' לייבוש.

הימל און ערד און ר' לייבוש, אקארשט ביי די לעצטע איבערקערניש פון די פערלשטיין לוי', האב איך געהערט פון א גרויסע שישקע פון די זאליס, אז נישט מער און נישט ווייניגער, שאול האט געקאלט ר' לייבוש, און ר' לייבוש האט אים געהייסן מען זאל מאכן א נייע בית החיים

א מינוט... האק נישט אריין...

איך הער ווי דו שרייסט שקר!!!!!!!!!!!!!!!

יא יא, איך ווייס אויך אז ס'איז שקר, אבער דעם שקר פארקויפן ענק פאר די מתוקנים שבכם

יעדע משוגענע אקט וואס ענק טוען און מען דארף זיך פארענטפערן פאר די נארמאלערע, קומט א תירוץ ר' לייבוש, ומי יבא להרהר אחריו.

 

שכל'דיג, יעצט חזר איך איבער דיינע ווערטער

די ארונים רעדן זיך איין אז אלע זלונים האבן זיך איינגערעדט אז ר' לייבוש איז עפעס אַ צד אין די סאטמארער פאליטיק.
טראכט אריין אין דעם טעות וועט אלעס ווערן אויסגעגליכן און ביידע וועלן זיין העכסט צופרידן ווייל טעות לעולם חוזר

 

שכל'דיג, העלפט האסטו געפויעלט, די ארונים ווייסן אז ר' לייבוש נעמט נישט קיין צד אין די סאטמערע פאליטיק, אפילו יעצט נאכן באזוך ביי רבינו שליט"א האלטן מיר אויך אזוי

יעצט זע צו פועלן די זאליס זאלן דאס אויך איינזען

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2009 14:08 לינק ישיר 

די זאליס זענען שוין פארכמארט זיי זענען שוין אנגעצויגן וועגן דעם ביקור גומלין
זיי זענען ל"ע פשוט קראנק פין די גאנצער מעשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > האדמו"ר מגור ומפשעווארסק אצל מהר"א מסאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.