מיין קאזן פון א"י מיט מיין שוואגער'ס ברית
די לעצטע וואך דרייט זיך דא איינער פון מיינע קאזענס פון ארץ ישראל, ער מאכט חתונה און האט נעבעך נישט קיין פרנסה. געקומען איז ער נאך געלט און האט מחליט געווען צו קומען פונקט יעצט ווייל די צוויי וואכן זענען דא עטליכע משפחה שמחות. איך האב אים נישט געדארפט צופיל מקרב זיין, ביי אלע שמחות האט ער זיך געטראפן קרובים מיט וועם צו פארברענגען, היינט צופרי האט מיין שוואגער געמאכט א ברית און פארשטייט זיך כמנה המדינה האבן זיך אלע קרובים ארויסגעדרייט פון קומעט מיט תירוצים מיין באלבאס וועט זיין ברוגז אז איך וועל קומען שפעט וכו' איך בין געווען דער איינציגעסטער קרוב פון די זייט און איך האב געזען אז דער ארץ ישראל'דיגער קאזן דיירט זיך און האט נישט מיט וועם צו פארטוישן א ווארט האב איך מחליט געווען אים מקרב צו זיין.
תיכף נאכן ברית האט רוב עולם אפגעפיצט געבליבן צו די סעודה זענען א קארגע מנין פונקט 12 אידן אריינגרעכנט דעם אבי הבן מיט די זיידעס פון אלע זייטן, דער קאזן שטייט פארגאפט "וואס איז דאס דער עולם אנטלויפט?" האב איך אים פראבירט מסביר צו זיין אז די אידן האבן פרנסות און דארפן גייט ארבעטן וכו' שוין גייט מען זיך וואשן, ענדליך זעצט מען זיך צו די סעודה מ'סערווירט די פיש, און די דרשות הייבן זיך אן קודם איין זיידע נאכדעם נאך א זיידע נאכדעם דער אבי הבן, און דערווייל גייען מיר אויס פון הינגער, נישטא ווער זאל סערווירן ווייטער, האב איך מחליט געווען אז גענוג איז גענוג, איך גיי בענטשן און זיך אפיצען, ס'איז מיר נישט איינגעפאלן אז איך דארף פון דעם איזרעילי קרוב אפיצן אומבאמערק אויב איך וויל נישט ס'זאל מיר קאסטן, און בטעות געב איך אים א זאג, איך פיץ אפ עמיר זיך זען ביינאכט ביי די חתונה.
אבער דער איזרעילי קאזן איז א געשיקטער און געט מיר א פרעג "זאג נאר, די האסט מזומן?" מיר האט געכאפט דאס קאדאכעס איך האב זיך געמאכט אז איך פארשטיי נישט די קשיא און איך האב תיכף אנגעהויבן בענטשן, אזוי אינמיטן בענטשן טראכט איך "זיי נישט קיין שלעכטער, וועט ער דיר קאסטן אפאר דאלער ומבשרך אל תתאלם" נאכן בענטשן געב איך אים א זאג "פארשטייסט אז די מצב הפרנסה דא אין אמעריקע איז זייער שווער די לעצטע פאר יאר, וויפיל ווילסטו?
ניין זאגט מיר דער קאזן איך מיין מזומן... רבותי מיר וועלן בענטשן!
 |
|
|