עס קורסירן שמועות אז די אהרונים אין לאנדאן גרייטן זיך אויפצונעמען הגאון ר' מענדל שליט''א
פאר זייער רב במקום הג''ר חיים וואזנער שליט''א,
ווייסט איינער צו עס ליגט עפעס אמת דערין?
נשלח ב-28/10/2009 21:33
העלד'ס סטראטעגיע אויב עס וועט "יא" ווערן:
- ווער איז דען ר' מענדל זילבער?
- ער איז אן אויסגעשפילטער מענטש !
- ער איז א אלטע פארשטיקענע ארוני !
- די ארונים קענען אים רואיג האלטן !
העלד'ס סטראטעגיע אויב עס וועט "נישט" ווערן:
- זיי האבן זיך איינגערעדט זיי וועלן האבן ר' מענדל זילבער?
- ר' מענדל האט געזאגט בלא !
- די ארונים זענען אויסגעשפילט, קיינער וויל נישט אהין גיין צו זיי !
- זיי וועלן מוזן נעמען.... אדער... אדער ... !
זיי א "העלד"!
לאמיר הערן דיין מיינונג פון פריער.
נשלח ב-29/10/2009 01:57
איך קום יעצט פון א קורצן שפאציר אין ילדים אנחנו פארום און איך זעה דארט און אויך דא אז די זאליס זענען פארנומען מיט דעם ר' מענדל זילבער קיין לאנדאן,
איך וואונדער מיך וואס זענען זיי שוין ווייטער פארנומען מיט אונז, וואס באדערט זיי שוין ווייטער ?
זעהט אויס אז ס'איז ריכטיג די גוטע שמועות וואס קומט פון די ניי געגרינדעטע תלמוד תורה אין לאנדאן...
נשלח ב-29/10/2009 15:07
היינט גייט פארקומען וואלן אינערהאלב קהל יט"ל לאנדאן
בנוגע דאס רבנות פון אחד מגדולי הרבנים אין ניו יארק הרה"ג המפורסם ר' מענדל זילבער שליט"א אב"ד פריימאן ראב"ד התאחדות הרבנים דארה"ב.
היות אז קהל יט"ל אין לאנדאן האט ווי באקאנט אנגהויבן צו זוכן א פאסיגן רב נאך וואס דער פריערדיגער רב ר' חיים וואזנער איז צוריק געפארן קיין בני ברק בפקודת אביו הגדול און מען האט מציע געווען די רבנות פאר פיל רבנים וגדולים וועלכע האבן נישט געקענט אנעמען דאס רבנות מחמת סיבות שונות.
לעת עתה האנדלט זיך איבער דעם אויבערדעמאנטן גאון וואס איז באוואוסט איבער דער גארער וועלט אלץ בר אוריין ובעל דרשן נפלא פוסק מומחה וכו' צו אנעמען דאס רבנות שטעלע.
ע"כ האט קהל באשלאסן בעצת ובהדרכת כ"ק רבינו שליט"א צו מאכן היינט וואלען בין חברי הקהילה אחים לדיעה צו הערן זייער חוות דעת בנוגע דאס אויפנעמען הגאון הנ"ל אלץ רב און ווי פארשטייט זיך וועט קהל זיך נאכדעם נאכמאל באראטען מיט רבינו שליט"א בכל פרט ופרט.
די וואלן איז נאר אויף דעם קאנדידאט צו יא אדער ניין .
[מיינע ווערטער זענען גענומען פחות או יותר פון די בריוו וואס קהל יט"ל לאנדאן האט ארום געשיקט פאר אלע אירע מעמבערס. ]
כהער אז אין לאנדאן ביים שטאטישן ציבור איז מען זייער נייגעריג צו זעהן וואס וועט זיך אויסלאזן מיט די רבנות ביים גרעסטן קהילה אין שטאט, אפגערעדט פון די זאליס וואס ווילן שוין ברענגען עפעס א גרעסערער באמבע { זיי האבן געוואלט ברענגן דעם אדמו"ר מבלעקבערי זאל לעבן ווי לאנג ער וויל נאר היות אז אין לאנדאן איז יעצט זייער שטארק אריין די תקנה וועגן די כאשערע סעלפאנס קען ער נישט אנעמען דאס רבנות פארשטייט זיך מחמת טעכנישע סיבות..}
תוקן על ידי המנצחשותק ב- 29/10/2009 15:10:41
נשלח ב-30/10/2009 02:06
ר' מענדל איז פון די ביזיסטע בוררים דאהי איך גלייב נישט אז ער מופט אזוי שנעל.
אויב יא איז עס א פליק פאר די סאכדעס.
נשלח ב-30/10/2009 03:17
נע! אונזער איצא קען זיך באכלעפשענען אן דעם פריימאנער רב, ער האט דעם זיגעל מיטן לעדער העד, ער איז און ביזנעס, די לעדער העד מיטן חותם וועט נישט ווערן אויס אויב דער פריימאנער רב וועט אפרייזען קיין בריטאניע,
נשלח ב-30/10/2009 06:59
90 פערצענט האט געשטימט אויף יא! לאמיר האפן אז דער גאון וועט אנעמען די איינלאדינג
נשלח ב-2/11/2009 20:55
אבער וואס וועט זיין מיט יאנקעל עסטרייכער?
ער האט דאך געקעמפט מיט ציין און נעגל דערקעגן
נשלח ב-2/11/2009 20:56
א פרישע ספין
נשלח ב-2/11/2009 21:37
אוי דוד דוד הדא היא דכתיב שגיון לדוד
דער דוד 46 האט זיך דא אריינגעזעצט אויף די לעצטע פאר שעה און פילט אריין אין יעדן אשכול זיינע געמוזעכצער
עפ"י רוב געדענקט ער נישט פון איינס צום צוויטן וואס ער האט געוואלט זאגן. כדוגמת הדברים דא:
א נארמאלע אשכול בנוגע די וואלן אויף די רבנות אין לאנדאן וואס ווערט געפירט דורך קיט"ל בראשות הרבני הנגיד ר' ישעי' וואלף לעוו און הרב החסיד ר' יענקל עסטרייכער שליט"א.
אונזער פארוקטער דודל האט שוין לאנג נישט געזאגט עפעס איז שרייבט ער אז ר' יענקל האט געקעמפט מיט ציין און נעגל אקעגן איי גיי זיי אים מסביר אז ר' יענקל איז דער עומד בראש און ער איז דער וואס האט זיך דורעכגערעדט מיטן רעבין שליט"א דערוועגן כמה פעמים [ אויב ווייסטו פון אזא מושג צו זאגן].
נאר וואס אלה זאלוניך ישראל אזא פנים האט ער און אזא פנים האבן אלע שרייבערס וואס פירקלען אהן דעם טיפשים אנחנו פורום.
במחשבה שנייה קען זיין די מיינסט יענקי עסטרייכער דער זון פון גדלי' לרפו"ש וואס ער אזוי ווי אלע חסידי סאטמאר נאך פון קראלע האבן טאקע געקעמפט מיט ציין און נעגל אנטקעגן דאס רבנות פון אחד מגדולי הפוסקים שבדורינו
ווי אזוי פלעגט מיין באבע זאגן אז הונט בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען אבער אז נישט סתם א הונט נאר אזוי דוד וחביריו ווילדעווען איז א סימן אז סאיז נישט סתם א שטיין און נישט סתם געלונגען.
סך הכל גייט דער פריימענער רב קיין לאנדאן אדער נישט ?
נשלח ב-2/11/2009 21:45
ער האט נאך נישט גענטפערט א ענדגילטיגער תשובה
נשלח ב-2/11/2009 21:57
ניין, איך מיין טאקע דער הדיוט קופץ בראש וואס נאך א מזל וואס ער איז געבליבן ביי די אהרונים און זאלן זיי אויפעסן זיינע שגיונות יעדן צווייטן טאג.
דער זעלבער מענטש וואס רביה"ק זי"ע איז נישט געווען גענוג פרום, דארף טאקע זיצן ביים צדיקל וואס לויפט צו אלע שונאים פון רביה"ק זי"ע.
נשלח ב-3/11/2009 01:03
דוד אמתדיג אגרויסן ייש"כ פארן דערציילן אונזער גוטע מזל ברבים
בדרך אגב אז מרעדט שוין יא פון סאטמאר איז דער אנדערער יענקל דער זוהן פונעם אלטן סאטמערן חסיד איש המחלוקת גדליה עסטרייכער [ וואס איז זייער נישט געזונט] גראדע א שוואגער פון אונזער ר' יענקל ווען מהאט איבערגעבויט דעם ביהמ"ד פון די זאליס אויף 86 קעזענאוו האט גדליה מיט זיין חשובן זוהן יענקי געמאכט פיל מיט פראבלעמען מיט די פלעניג און זיי האבן פראבירט ווי אימער מיט די שטאטישע טאטעס אבי סאטמאר זאל נישט בויען ער האט זיי געמאכט אסאך קאפ ווייטאג ווייל זיין געלונגענע ישיבה מתיבתא איז א שכן טיר ביי טיר.
היינט איז גדליה דער סבא קדישא פון די זאליס אין לאנדאן סאיז נאך אזא שטאלץ פאר די ארונים צו נעמען ר' יענקל בראש הגם ער האט נישט די הבטחה וואס זיין שוואגער האט וועגן זיך שמד'ן ל"ע יוה"ק זיי אביסל מברר.
P.S. די האסט נאך אלץ נישט גענטפערט אויף דעם אז די שרייבסט אז ר' יענקל האט געקעמפט מיט ציין און נעגל בשעת ווען ער האט געפירט די קאמפיין לטובת ר' מענדל נאר וואס די קענסט מיך ענטפערן די זעלבע וואס די ענטפערסט אינעם פאריגן אשכול נעבעך אזוי יונג אדער פשוט נו זאג שוין..........חלה דעקל.
נשלח ב-3/11/2009 01:37
דער מחוצף ווער ס'האט געברענגט די הינט הייסט נישט יאנקי
ער הייסט פינקי עסטרייכער , דער חצוף געפינט זיך יעצט אין ניו יארק.
מענטשן זענען אים געגאנגען פרעגן צי ער האט געברענט די הינט האט ער נאך געהאט די חוצפה צי לייקענען
ווער ס'זעהט זאל ח"ו נישט לאכן צי טשעפנען מיט אים.
נשלח ב-3/11/2009 01:40
כ'הער אז זיין זון פינקי איז אויך נישט געזינט איז עס אמת?
ער איז דא געווען אויף שבת ביי ר' לייבוש אין ער האט אויסגעקוקט שרעקליך