איך זאג ענק, ווען ר' לייבוש זאל וויסן ווי מ'בויט גאנצעטע פשט'לעך פון זיינע נארישע וויזיטס צו אלע רבי'לעך, מ'איז מדייק יעדער ריר זיינער, ווי א שטיקל תוספות, וואלט איהם געכאפט אזא עקל אז מ'וואלט געדארפט ברענגן א שיסל צו ברעכן.
ס'גייט שוין אזוי ווייט אז מ'מאכט שוין א פאנטאזיע אז דער וויזיט איז צי פיקסן אן אנדערן וויזיט.
איין זאך וואס איך האב צו זאגן אויף דעם:
א באנדע משיגויעם!!!!!
נשלח ב-29/10/2009 19:06
ווען איז די שבע ברכות אין קווינס?
נשלח ב-29/10/2009 19:16
אפשר קענט עטס דעם ר' לייבוש'ן לאזן במנוחה, דער מענטש האט גארנישט מיט סאטמאר איינגעלייגט, ער שטאמט פון א גאליציאנער/בעלזער בעקגראונד, וואוינט 6000 מייל אוועק פון די סאטמארע רבי'ס, ער קומט אויף ניו יארק צו חתונה מאכן זיין זוהן, די סאטמארע חאזעריי איז דער לעצטער זאך וואס זאל איהם אינטערסירן.
קריכטס אראפ פון איהם.
נשלח ב-29/10/2009 19:31
וואלסט עס געדארפט בעטן פין לעפקאוויטש'ס אין יאקאבאוויטש פאר 20 יאר ציריק ווען זיי האבען אים אנגהויבען נאכלויפן אין נאכגעזאגט - שוין דאן, פאלטשע סטעיטמענטס אין זיין נאמען
אדער וואלסטו געדאפט בעטן פאר 10 יאר ציריק, נאך די ''באלאן'' ער האט פיינט מהר''א ווייל ער איז א קליפה, אין ער שטיצט רז''ל'ס הירוס אין מחלוקת.
נשלח ב-29/10/2009 19:37
סקאט, יעצט איינמאל האב איך דיר געכאפט, ווי ס'שיינט – נאך אלע תגובות ווי אזוי דו פלעגסט שרייבן - ביסטו א פשעוארסקער חסיד... (א גאליציאנער זיכער)
עניוועי
איך האב שוין פריער געשריבן, מיר ווערן בכלל נישט אזוי ענטויזיסטיש פון ר' לייבוש'ס באזוך ביי רבינו שליט"א (מהר"א), ווייל ווי געזאגט קען מען דאס נישט אויפקעשן, קיינער איז נישט מחולק אז ער איז א ערליכער איד א עובד ה' (און אויב איז אמת די מעשיות וואס מען דערציילט דא פון די חתונה דארף ער צו זיין א שטארקער חכם, וכבר אחז"ל סייג לחכמה שתיקה, וכן הוא נוהג).
איך ראט דיר, אויב ווילסט שטארק וויסן וועם צו בעטן מען זאל אראפקריכן פון אים (אז דו האסט שטארק רחמנות אויף אים) כאפ דיך אריבער היינט נאכט אין קווינס, און האלט מיט די שבע ברכות דארט, ובשם כל הקהל הקודש זענען מיר דיך מכבד צו זיין דער שליח ציבור און ברענגן א לייוו ריפארט פון דארט.
אויב איז אמת וואס מען האט א געשריבן פון נעכטן – וואלט איך נישט געוואלט זיין אינעם היינטיגן טאג אין זיינע הויזן.
סקאט, מיר ווארטן אויף א ריפארט....
נשלח ב-29/10/2009 19:58
פונעם באזוך פון פשעווארסק'ער רבי'ן, ביים סאטמארער רבי'ן זעה אים נישט קיין גרויסע פליק פאר רז"ל.
נאכמער: פון זיינע נאנטע מענטשן ווייס איך אויף הונדערט פראצענט אז ער האט א טינה בלב אויף רז"ל ווייל ר' זלמן האט אים צוגעזאגט אז ער וועט סטאפן די גע'אסר'טע לימודים אין די סאטמארע סקול אין אנטווערפן אבער רז"ל האט עס קיינמאל נישט אפגעשטעלט און ר' לייבוש האט סוכ"ס געמוזט ארויסנעמען זיינע מיידלעך פון סאטמאר, וואס דאס ווייזט ווי שטארק ער אידענטיפיצירט זיך מיט די זאליס!
עס איז שוין אפאר יאר וואס די זאליס "בויען א קשר" צווישן ר' לייבוש און ר' זלמן וואס עקזיסטירט נישט. ס'איז לא דובים ולא יער. די זאליס טוען נאר אלעס אין די וועלט אנצודרייען אז ס'זאל אויסקוקן כאילו ר' לייבוש ווייזט שטענדיג ארויס גרויס חביבות צו ר' זלמן און ביטול צו מהר"א מסאטמאר. דאס קען מען זען פון די שבע ברכות וואס די קווינסער ישיבה האט געמאכט פאר דעם בחור, וואס האט געלערנט אין זייער ישיבה, וואס דאס איז געווען פערפעקטלי נארמאל, אבער די זאליס האבן אין זייערע מודעות געמאלדן אז קהל יטב לב מאכט די שבע ברכות פאר ר' לייבוש. אלעס צו מאכן אויסקוקן כאילו סאטמאר מהרז"ל און פשעווארסק זענען געקניפט און געבינדן.
די זאליס זענען געגאנגען אזוי ארויס פון זייער וועג צו מאכן ר' לייבוש אלס א חסיד נלהב פון זייער רבי'ן... אז זיי האבן געאאפערט נישט מער און נישט ווייניגער אוועקצוגעבן זייער בית המדרש פאר ר' לייבוש צו קענען מאכן דארט די חתונה! אבער ר' לייבוש'ס הויף האט דאס שארף צוריקגעוויזן. שפעטער זענען געגאנגען די זאליס און געאפערט זייער בית המדרש צו דאווענען דארט שבת שבע ברכות (היות פשעווארסק האט ארויסגעדונגען די שכנות'דיגע עטרת אברהם פאר די שבת שבע ברכות) אבער ר' לייבוש'ס מענטשן האבן דאס נאכאמאל אפגעזאגט און געזאגט מוחל טובות.
און דאס וואס מען זאגט אז די גבאים פון ר' לייבוש דרייען אים אן לטובת ר' זלמן איז אויך שקר וכזב. רוב פון די גבאים האבן פונקט אזא מיינונג איבער די סאטמארער רביס ווי אים, און זיי ווערן גערעגט יעדעס מאל וואס די זאליס דרייען זיך ארום פארקויפן א מעשה אז ר' לייבוש האט געזאגט דאס אדער יענץ. זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט אז די זאלונים אדער די אהרונים זאלן נוצן ר' לייבוש אלס א שטעקן זיך צו שמייסן איינער דעם אנדערן.
נשלח ב-29/10/2009 23:48
פין אישי, כ'האב יעצט געהערט פין א איש מהימן
די זאלי'ס האט זיך געבעטן פאר די חתנוה איינס פין די גבאים אז ער גייט ברענגט רז''ל צו די חופה אין מ'זאל אים געבן א ברכה - אין פארשטייט זיך אז זיי האבען עס אפגעזאגט.
אויך האט ער זייער געוויינט, אז מ'זאל נעמען זלמן לייב פעלדמאן זאל פירן די חופה (טראץ וואס ער האט געמאכט א ב''מ נעכטן נאכט) אבער........צו זייער מזל האט עס ר' שלמה עס נישט געוואלט אננעמן וועגן פארשטענליכע סיבות, אין איין'ס פין די גבאים האבען אנגעפריט די חופה.
נשלח ב-29/10/2009 23:49
מערקט איר דא אן אינטערעסאנטע זאך?
די אהרונים זענען געווען אין טריאומף אז דער פשעווארסקער רבי שליט"א איז "יא" געווען אויף א באזוך ביי זייער רבין (וואס ווי איך הרב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול איז די עצם דיבאטע א בזיון פארן הגה"ק, ווייל אויב איז ער אלעס איז עס דאך א "מוז" פון יעדן אדמו"ר צו קומען צו אים).
קוואס איז געשען אז די אהרונים האבן זיך אויפגעוועקט און דערמאנט אז ניין, ער איז נישט גוט פאר זיי?
און אפשר האט דאס צו טאן מיט דעם וואס מען האט כמעט נישט געזען קיין אהרוני ביי די חתונה?
נשלח ב-30/10/2009 00:56
BREAKING!!! BREAKING!!! BREAKING!!!
באמבע! באמבע! באמבע!
איך זיץ דא יעצט ביי די שבע ברכות אין די נייע סאטמארע ישיבה גדולה -ס'איז אגב אמת א הערליך בילד, נישט מעגליך צו באשרייבן!, די הונדערטער בחורים, די היכל איז עפפעס הערליך, אויבן-אן א פראכט,
יעצט קומט די באמבע, כאפט אייך אן, ר' לייבוש האט זיך יעצט אנגערופן שטרענג ''אוואו איז מיין נאנטער ידיד - קרית יואל'ער רב פון יוז סטריט?'' און ער האט א ווינק געטוהן פאר זיין גבאי אזוי שטרענג, ''האסט מיר אויסגעשפילט?''
דוד, דער ר' לייבוש איז נעבעך א שוואכלינג, א קאוערד, די אהרונים האבן געהאלטן א גאן איבער זיין קאפ און אים געצווינגען אז ער "מוז" קומען צו ר' אהרן, און ער האט זיך געבראכן צו טעראר.
הא הא הא. קיין בעסערן וויץ ווי דעם האב איך נישט געהערט.
דאס אז ר' לייבוש איז א גאליציאנער האסטו נישט געהערט "פון די אהרונים" ווי דו פרובירסט צו קלעימען. האסט עס געהערט פון מיר און פון סקאט, טא האק נישט קיין טשייניק.
ווער ס'איז מסופק וואס ר' לייבוש'ס מענטשן האלטן פון די זאליס קען אנרופן די גבאים און אליינס רעדן צו זיי. זיי זענען גערעגט אויף כח וויאזוי רז"ל רוקט זיך אן צו א חתונה וואס איז נישט זיינס, בשעת ר' לייביש האלט אינמיטן געבן לחיים פאר'ן עולם און דרייט אלעס איבער און באפעלט תיכף פאר די מוזיק דורך זיינע שיק יונגלעך אז ער זאל אנפאנגען די זעקסטע הקפה ניגון און נאך פאר עפעס וואס גיט זיך ר' זלמן א שטעל אויף א שטרעק אויס זיין האנט צו ר' לייביש ווי א באפעל אז ער זאל זיך שוין אויפשטעלן טאנצן.
און נאכאמאל, ניין, ר' לייבוש האט גארנישט מיט די סאטמארער רבי'ס איינגעשטויסן. די אהרונים האבן קיינמאל נישט געקלעימט דער רבי האט חביבות צו אונז און יענער רבי האט חביבות צו אונז, ווייל ביי די אהרונים בויט זיך א רבי מיט חסידים נישט מיט חביבות. אבער אויף וועמען ר' לייבוש האט א שווער הארץ איז דווקא אויף רז"ל, אזש אז ער איז געגאנגען און ארויסגענומען זיינע טעכטער פון ר' זלמנ'ס מוסדות.
ר' לייבוש האלט פון ר' זלמן 0! ער וועט אים ח"ו נישט מבזה זיין ווייל ער איז א הייליגער און איידעלער איד אבער אויב חביבות ווייזט ער ארויס מער חביבות פאר ר' מענדל ט"ב ווי פאר רז"ל.
תוקן על ידי אינדפנדנט ב- 30/10/2009 1:24:15
נשלח ב-30/10/2009 01:55
די אלע וואס פארקויפען אז ר' לייביש האט גארנישט מיט סאטמאר זאלען גיין פארקויפען באבקעס פאר א צווייטער.