שכלדיג, די ארונים טענה'ן די זעלבע טענה, און זאגן דעם זעלבן משל, דער חילוק איז נאר אז די ארונים האבן עס געזאגט פאריגע וואך אויך, און די זאליס האבן עס היינט אנגעהויבן צו זאגן.
איי קענאט העלפ יו, באט איך האב שוין דעם תירוץ פון ר' לייבוש אויף אלע רשעות'ן געהערט פון די סאמע העכסטע פירער, ווען ס'איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט די חברה, און יענער איז שוין געווארן ממש צוגעדריקט צו די וואנט, איז די לעצטע קויל געווען: ר' לייבוש.
הימל און ערד און ר' לייבוש, אקארשט ביי די לעצטע איבערקערניש פון די פערלשטיין לוי', האב איך געהערט פון א גרויסע שישקע פון די זאליס, אז נישט מער און נישט ווייניגער, שאול האט געקאלט ר' לייבוש, און ר' לייבוש האט אים געהייסן מען זאל מאכן א נייע בית החיים
א מינוט... האק נישט אריין...
איך הער ווי דו שרייסט שקר!!!!!!!!!!!!!!!
יא יא, איך ווייס אויך אז ס'איז שקר, אבער דעם שקר פארקויפן ענק פאר די מתוקנים שבכם
יעדע משוגענע אקט וואס ענק טוען און מען דארף זיך פארענטפערן פאר די נארמאלערע, קומט א תירוץ ר' לייבוש, ומי יבא להרהר אחריו.
שכל'דיג, יעצט חזר איך איבער דיינע ווערטער
די ארונים רעדן זיך איין אז אלע זלונים האבן זיך איינגערעדט אז ר' לייבוש איז עפעס אַ צד אין די סאטמארער פאליטיק.
טראכט אריין אין דעם טעות וועט אלעס ווערן אויסגעגליכן און ביידע וועלן זיין העכסט צופרידן ווייל טעות לעולם חוזר
שכל'דיג, העלפט האסטו געפויעלט, די ארונים ווייסן אז ר' לייבוש נעמט נישט קיין צד אין די סאטמערע פאליטיק, אפילו יעצט נאכן באזוך ביי רבינו שליט"א האלטן מיר אויך אזוי
יעצט זע צו פועלן די זאליס זאלן דאס אויך איינזען