בית פורומים אחים אנחנו

רעקארד ברעקינג!!!! ערשטע מאל אין היסטאריע!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/10/2009 21:03 לינק ישיר 
רעקארד ברעקינג!!!! ערשטע מאל אין היסטאריע!

רבותי איך בין געפלעפט! איך גלייב נישט וואס איך זעע! איך רייב זיך די אויגן איך ווייס נישט צו איך שלאף צו איך בין אויף.

הצלה! געוואלד, ס'איז נישט צום גלייבן.

געווענטליך האבן די ארוינים ליב צו קומען דא אויף הייד פארק בשעת א שמחה בבית אדמו"ר מהרי"י שליט"א אדער תיכף נאך די שמחה און עפענען א אשכול ווי זיי רעדן זיך איין אז זיי איבערצייגן די וועלט אז די זאלי'ס זענען פארנומען מיט זייער רבי מער ווי מיט די אייגענע והא ראי' אז קיינער רעדט נישט פון די שמחה!

די קליינע חלה דעקל קעפלעך כאפן נישט אז דאס צייגט אז די זאלי'ס דרייען זיך נישט אויפן אינטערנעט חוץ איך מיט נאך 2-3 (א יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל) משא"כ די ארוינים פארמאגן א אייגענע פורום וואס ווערט געפירט דורך דער בלאט אפיס און יעדע גרעפץ פון הגה"ק ווערט תיכף געליפטערט.

דאס איז די כלל אבער ווי שוין ערווענט האט יעדע כלל א יוצא מן הכלל

היינט האט היסטערי געבראכן!

ס'איז שוין אריבער כמעט א גאנצע טאג זייט די תנאים צווישן די צוויי אשכנזי ברידער וועכלע איינס פון זיי איז א איידעם ביי הגה"ק און דעם צווייטען האבן די ארוינים באטיטלט לכבוד די שמחה אלס כ"ק אדמו"ר מאוסטילא...

און די ארוינים זענען פארנומען מיט אויפקלערן די וועלט אז דאס וואס ר' לייביש האט געטאנצן מיט כ"ק אדמו"ר מהרי"י ביי נעכטיגע חתונה איז געקומען פון גרויס שנאה. און אויך זענען זיי פארנומען מיט די שבע ברכות וואס גייט היינט פארקומען אין ישיבה לכבוד די גרויס מחותנים, כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק, הגה"צ ראב"ד סאטמאר ריח"מ שליט"א, הגה"ק אב"ד שאפראן שליט"א, הגה"צ אב"ד פאלטישאן שליט"א. ווי מ'וועט פארעכטן די שנאה און מ'וועט אויפבויען א אהבה דורך נישט טאנצן. אבער זיי דערמאנען נישט אפילו ברמז אז ס'איז בכלל געווען א תנאים בבית הקודש פון הגה"ק!!!

ווינדערט מיר זייער שטארק, זענען די ארוינים געווארן זאליס?
אדער אפשר האט דער בלאט אפיס אנגעהויבן פירן א מערכה קעגן העניך זייט זיי האבן שלום געמאכט מיט שמעון זאב?

תוקן על ידי חיי_שעה ב- 29/10/2009 21:07:22




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2009 21:47 לינק ישיר 

זעט אויס אז די אהרונים זענען אויך נישט אינגאנצן משוגע, און זיי ווייסן דעם חילוק צוישן "עכט" און א "פלעי".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > רעקארד ברעקינג!!!! ערשטע מאל אין היסטאריע!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext