|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:07 |
|
| |
ער איז געווען די ריקן ביין פאר אלע זייער עבירות
אין מען קען עס אים נישט פארגעבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:07 |
|
| |
יקרבו איז גערעכט אז הגריח"מ איז בטבע א שוואכלונג, און - מהאי טעמא - איז וואלןסח גערעכט אז ער איז אומשולדיג.
ארגינעלער קען זיך ווען אפהאקן די 5 פינגער וועלכע שרייבן וואס ער שרייבט (נישט פון היינט), און ווי סקאט האט געברענגט די לשונות פון חז"ל. (ארגינעלער, סיריעס: איך שעם מיך מיט דיר!)
און יונה איז אויך נישט גערעכט אז ער איז קיינמאל קיין ערליכע איד נישט געווען ואכמ"ל.
געדענקט די חילוק פון ארויסברענגען א עוולה ביז'ן באטיטלען יענעם מיט לשונות של גנאי. ובמדה שאדם מודד מודדין לו!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:09 |
|
| |
אז די היידפארק שרייבערלעך דא זענען אזוי ווילד קעגן דעם גאון וצדיק איז טאקע די בעסטע ראי' אז ער איז אן איש מורם מעם וואס אויב איך וועל זאגן אז ער פאקט איין דעם מאנראוער רבין האב איך אים מבזה געווען ווייל צו זאגן אזא אויסדרוק קען איך אויף א פשוטן וואוילן אהרוני
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:09 |
|
| |
סך הכל האב איך באטיטלעט מיט זעלבע לשונות ווי אזוי ער האט אנגעריפן טיונטער יודען
אין די אלע וועלן אים עס קיינמאל נישט מוחל זיין
מען קען נישט מיט א צי אין די נאז צוריק ציען פין יארן עבירות
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:13 |
|
| |
איך ווייס נישט צו דו ביסט אזא שוגג ווי ער, אויב יא, איז דאס די סיבה פארוואס איך באטיטל דיר נישט אלס "פרעכער אינג" וכדו' (דאס וואס קומט דיר אין פאל ביסט א מזיד..),
אבער וויסן זאלסטו אז דו ביסט נישט אויסגעהאלטן (איידל גערעדט) ויש מנהיג לבירא.
נאכאמאל: במידה שאדם מודד מודדין לו.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:19 |
|
| |
איינס פין מיינע פולע תגובות אין אישי וועגן די נושא
| אין לי רשות כתיבה |
|
בס"ד
איך זע אז דער עולם האט נישט ארויס דעם ענין פון די זאליס און ר' לייבוש לייזער און ר' יח"מ פריעדמאן, אזוי ווי איך דאווען צופרי אין א קליין שטיבעלע מנין מיט אסאך זאליס וויל איך דאס מסביר זיין פארן עולם,
די זאליס זענען שוין פארנומען די לעצטע צען יאר, אז די וויכטיגסטע זאך איז אראפ צו ברענגען און זיך אפצורייסן פון די קליפה וואס הייסט "א. ט"ב" ער איז דער שעדליכסטער און דער געפארפולסטער מענטש פארן עתיד פון כלל ישראל, און דאס בארעכטיגט אלע זייערע באנעמונגען פון אלף ביז תיו וואס איז מלא סתירות און קשיות, איך גיי נישט אריין אין קיין פרטים, איך וועל נאר זאגן א ביישפיל פון די וואך, א איד ביי אונז וואס זינגט שוין דרייסיג יאר אז אלע רבי'ס זענען סטרא אחרא, א יעדע רבי'שע לבוש רופט ער אן נאצי יוניפארם ווייל אלע רבי'ס און בנש"ק'לעך זענען מאפיאנערן, ווען מ'הערט סיי וועלכע רבי'שע שידוך פלעגט ער זאגן צוויי גנבים האבן זיך משדך געווען און גייען זיך צוטיילן מיט די גניבה וכו' וכו', איז געלאפן די וואך מיט שטריימל בעקיטשע צו די פשעווארסקע חתונה, ווייל ער האט געפילט אז מיט דעם איז ער מחזק "די זאך". און (איך רעד שוין נישט אז ער איז געלאפן צו רז"ל'ס חתונות בשעתם פון די קבלת פנים ביז נאך די מצוה טאנץ, כאטש ער פלעגט אנרופן דעם ברך משה מיט די ערגסטע צונעמען און אלע זיינע קינדער זענען געווען ביי אים ביז תשנ"ט טמא ומטמא)
וועלכע זאך ? די גלייבסט דאך אין גארנישט שוין לכה"פ דרייסיג יאר ? דער תירוץ איז, מ'האט געמאכט א מיסיע, א הייליגע אונטערנעמונג, אונטערצומינעווען און אראפצוברענגען, און הלואי ווען ער קען ווען אונטערברענגען "א' ט"ב".
יעצט פעלט אים אויס צוויי זאכן, 1. ער מוז דאך האבן שטיצע צו זיין טעאריע אז דאס איז דער חובת השעה און דאס מוז יעדער איד טון פאר אלע קאסטן (עת לעשות לד' הפרו תורתיך) און 2. ער מוז אויך זען עפעס א הצלחה אין זיין הייליגע ארבעט. פאר דעם קומט אים זייער גוט ר' לייבוש לייזער, דער דייין, אא"וו. ווייל ער נוצט זיי אויף ביידע מיסיעס, צום ערשטן זאגט ער נאך בשמם און ער חזר'ט עס טאג און נאכט אז זיי ווילן מיט אים קיין שייכות האבן און זיי האלטן אז מ'דארף אים טאקע אונטערברענגען אא"וו. און דערנאך איז עס ביי אים א סימבאל אויף הצלחה, זעסט, פשעווארסקער רבי, דער ראב"ד, וכו' אלע באיקאטירן אים, דאס איז אים א נחמה אויף דעם וואס ער זעט אז דער "א' ט"ב" בויעט זיך און בויעט אידישקייט, אבער אלע ערליכע אידן (פארשטייט זיך וועם ער מאכט אפ אז זיי זענען די ערליכע אידן) בויקאטירן אים.
דאס גיבט אים פאליטישע חיות, און לופט צו אטעמען ווייטער מיט זיינע שקרים און סתירות, און אפגערעדט ס'טרייסט אים אביסל פון זיינע דורכפעלער. איצט אז די לופט פון דעם באלאן לויפט אויס, פילט ער זיך באלד ווי דער שטיקל ליידיגער פלעסטיק/ראבער אן א לופט דערין.
פאר דעם איז היינט געווען א סכנה צו בלייבן נעמען א גלעזל תיקון ביי אונז אין שטיבל ווייל די חברה זענען געווען "ווילד"
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:21 |
|
| |
מנים מענד
עס איז מיר א כבוד אז דו באטיטלסט מיך אז פרעכער אינג פארן אננעמען זיך פארן כבוד פון דעם גאון וצדיק.
דו כאפסט דיך אליינס נישט אז דו ביזט אפגעפרעגט מיט דיין רעדן אויף א ערליכן איד וואס איז אלע יארן געווען דער בר סמכא אין סאטמאר אויף אלע ענינים וואס זענען נוגע דאס אידיש לעבן, אלעס כדי צו מחפה זיין אויף דיין צדיקל
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:24 |
|
| |
דוד, קוק איבער, כהאב נישט צו דיר גערעדט.
לערן דיך שוין אויס: נישט אייביג דארפסטו זיך אנרופן! (דו האסט אין די לעצטע 3 מינוט גע'תגובה'ט אויף 4 אשכולות. האסטו טאקע אין אלעם געהאט עפעס וויכטיג צו זאגן? כמיין אז אין קיין איינס.)
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:27 |
|
| |
הוא מותיב והוא מפרק
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:30 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | |
איך האב געהערט פונעם באזוך פונעם דיין ר' געציל, ממקור קרוב מאד האט ער במשך דעם שמועס ארויסגעברענגט אז ער איז שטארק מעריץ דעם רבין, און זיך פארענטפערט אז ער איז א איינגעשטעלטער (במלא מובן המלה) און דערפאר האט ער זיך געמוזט צושטעלן.
|
|
ג''א מצטרף צו דיין ווערסיע, לויט מיינע סארסעס
ער האט געפרעגט פארוואס פארשטייט מען מיך נישט כ'בין דאך פארט א איינגעשלטעלטער.........
דער באזוך איז געווען, וועט הגאון ק''י דיין איז ארומגעגאנגען טראגען זיין ספר שו''ת אגלי דבש, פאר אלע רבנים פין וועם ער איז א תלמיד.
עס איז כדי צו באמערקן:
עד היום הזה, פלעגט רבינו שליט''א רעספעקטירן ריח''מ - זייענדיג א תלמיד בימי בחירתו, טראץ די אלע זאכען
כ'האב געהערט פין א גאר נאנטען בבית רבינו, אז ווען ער האט אינטערגעריבן אויף די שקרים קעגן די מהור'דיגע ווייץ, האט עס פאר רבינו שליט''א וויי געטוהן, כאטש ער האט פארשטאנען פארוואס ער האט דאס געטוהן - ווי שוין ארויסגעברענגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:40 |
|
| |
ווי ווייט דיין מאנראוער רבי האט געשעצט דעם ראב"ד שליט"א דקהל יטב לב ד'סאטמאר קען מען זען פון די פאלגענדע מעשה, דאס איז געווען די אנהויב די מ' יארן ווען דיין צדיק איז נאך געווען ראש ישיבה און איז געווען ראש השנה אין וויליאמסבורג, האט רבינו בעל ברך משה זי"ע אים געהייסן ביים עולה זיין ראש השנה ער זאל מאכן א מי שברך פארן דיין שליט"א ביי וועמען ער האט געלערנט, אבער דיין צדיק האט קיינמאל נישט געקענט סובל זיין דעם גאון וצדיק האט ער געמאכט א מי שברך פאר אים און פאר די אנדערע דיינים פון ב"פ און ק"י.
דאס ווייזט זיין גרויסע שעצונג
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:43 |
|
| |
מישמאש, כהאב דיר נישט געהאלטן פאר אזא מישמאש.
שמא קגרים.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:47 |
|
| |
| דוד46 כתב: |  | |
דו כאפסט דיך אליינס נישט אז דו ביזט אפגעפרעגט מיט דיין רעדן אויף א ערליכן איד וואס איז אלע יארן געווען דער בר סמכא אין סאטמאר אויף אלע ענינים וואס זענען נוגע דאס אידיש לעבן, אלעס כדי צו מחפה זיין אויף דיין צדיקל
|
|
ער איז היינט דער בר סמכא אזווי איז ער אלץ געווען.
כ'זאג נישט אז אמאל האט מען אים אזוי אראפגעקוקט אין די גאס ווי היינט, ווען מ'האט אים אנגעטונקען אין די פאליטיק.
אבער ער איז קיינמאל נישט געווען דער ''בר סמכא'' פין סאטמאר.
ווען יא, וואלט רוב סאטמאר נישט געבליבן ביי מהר''א.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:51 |
|
| |
דוד'ל, די מעשיות, איו די וויינבערעגער פרשה
לאז איבער פאר קיווע הענדלער
מנחם מענדל איך זיך דיך נישט צי צמישין ,ווייל די ביזסט שוין, די ווייסט נישט וואס די ווילסט
וואס פארלאנגסטו פין יענעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:54 |
|
| |
| דוד46 כתב: |  | |
ווי ווייט דיין מאנראוער רבי האט געשעצט דעם ראב"ד שליט"א דקהל יטב לב ד'סאטמאר קען מען זען פון די פאלגענדע מעשה, דאס איז געווען די אנהויב די מ' יארן ווען דיין צדיק איז נאך געווען ראש ישיבה און איז געווען ראש השנה אין וויליאמסבורג, האט רבינו בעל ברך משה זי"ע אים געהייסן ביים עולה זיין ראש השנה ער זאל מאכן א מי שברך פארן דיין שליט"א ביי וועמען ער האט געלערנט, אבער דיין צדיק האט קיינמאל נישט געקענט סובל זיין דעם גאון וצדיק האט ער געמאכט א מי שברך פאר אים און פאר די אנדערע דיינים פון ב"פ און ק"י.
דאס ווייזט זיין גרויסע שעצונג
|
|
דוד ביזט א שוואכע פאבריצירער
באק עפעס מיט מער טעם, (בעט פארמעגליך)
ב''ה רבינו שליט''א האט זיך נישט וואס צו שעמען פין זיינע רבי'ס אזווי זיינע 2 ברודער.
|
|
|
|
|