| נשלח ב-1/11/2009 20:46 |
|
| |
איך ליין די קונטרס טראכט איר צו מיר, פארוועם וויינען זיי?
ווער וויינט דא אז מען טוט טעראזירען?, וועם טוט מען טעראזירען? פארוועמעס רעכטן דארף מען זיך דא אנעמען?
ווער שרייבט די קונטרס?
די סך הכל איז אזוי, די קונטרס וויינט אז מען טוט טעראזירען רח"ל די איידילסטע מענטשען וואס כלל ישראל פארמאגט... וואס דאס זענען די פיערעס פון דעם גערויבטען שול, וואס זענען געגאנגען אין קארט מסר'ן אן קיין רשות בי"ד, די מוסרים יעקב ברוך טירנווער, זלמן לייב וואלדמאן מיט זיין ברודער יאשקע.
טו איך מיר דערמאנען אזוי, די מענטשען זענען דאך געווען די גרעסטע בארבארישע אכזרים וואס סאטמאר האט נאר אמאל געהאט, גערודפט אידן, געשלאגען, ג'רצח'ט אנשי שלומינו ווען רבינו הקדוש זי"ע האט געלעבט, בלוט האט זיך געגאסען.
עס איז כמעט נישט דא א איד פון סאטמאר וואס האט דעמאלס אליין נישט מיטגעהאלטן א רציחה אכזריות וואס די רשעים האבן געטאן מיט אנשי שלומינו, יעדען טאג איז א צווייטער געווארן אנגעקלאפט, צושלאגען, פאר דעם איינעם זינד פון וועלן אריין גיין צו רבינו הק' זי"ע, די רוצחים האבן נישט אפגעשוינט אינג און אלט, רבנים דיינים, יעדער האט געכאפט.
דאס זעלביגע דענק איך ווען רבינו הק' זי"ע איז אריין געקומען אין ביהמ"ד פלעגן די רוצחים אריין קומען אנהייבען שלאגען מיט א שרעקליכע רציחה צומזיקט נעבעך קליינע בחורים קינדער, יעדער וואס איז געשטאנען אין זייער ד' אמות.
לדוגמא - נאר א טייל פון ראשי קהלתינו וכו' וואס איך דערמאן מיך אויף די מינוט וואס האבן געכאפט פון זיי: ר' לייבוש לעפקאוויטש - א קנאקעדיגער פראסק אין ביהמ"ד, ר' שלמה בראווער - רציחה אן א שיעור, ר' הערשלע ספינקער - רציחה און בזיונות אן א שיעור, ר' נפתלי פליישמאן - א קנאקעדיגער פראסק אין ביהמ"ד, רבינו בעל ברך משה - רציחה אן א שיעור, ר' ישראל'טשע קאסנער - 2 פראסקעס ביי א ברית, ר' איציקעל מפשעווארסק זצ"ל - בזיונות און רציחה איציקעל שמיציקעל, קיוויאשדער רב זצ"ל פון פלעטבוש - 2 פראסקעס, ר' הירצקא יאקבאוויטש - א קנאקעדיגער פראסק בבית רבינו, סאמבאטהעלי רב זצ"ל - שטויסעס אוועק גענומען בעל מקריא, פאפא רב זצ"ל שטויסעס אוועק גענומען ראשוואלקע, סקווירא רבי שליט"א - א שירעם, ר' יונה עסטרייכער - 2 פראסקעס אין ביהמ"ד, ר' מרדכי דוד קאהן - 2 פראסקעס אין ישיבה, ר' חיים שנעבאלג - געהרגעטע פעטש אין ביהמ"ד, ר' אלימלך שווארטץ - געהרגעטע פעטש אין ביהמ"ד וכו' וכו'
און דאס איז נאר פעטש וואס איך דערמאן מיך אויף די מינוט, און דאס איז חוץ די שרעקליכע רשעות בזיונות וואס זיי האבן געטאן צו מענטשען, א מענטש ביי זיי איז געווען ווי א קאקערוטש.
אזוי קען מען מאכן גאנצעטע דיקע ריזיגע ביכער פון זייער רשעות ואכזריות וואס זיי האבן אפגעטאן, - נישט נאר א קליינע קונטרס מיט א אפאר בילדער אויף די פאסט...
נאר אז מען שרייבט שוין דעם היינטיגן טאג און דעם ביטערען רציחה יארצייט, רייסט פון הארץ ארויס די ביטערע געשריי!!! רוצחים אכזרים וואס האט עטץ געטאן מיט די לעצטע פארבליבענע טאכטער פון מרן רבינו הק' זי"ע הרבנית הצדיקת מרת חי' רויזא ע"ה ה' ינקום דמה?!
וואס זי האט ליידער נישט נאר מיט א פראסק, שירעם, גענדיגט! נאר מיטן טויט רח"ל ה"י!!
אוי!!! די צער וואס די רוצחים האבן דערמיט געטאן פאר מרן רבינו הקדוש זי"ע איז דאך שרעקליך! עס איז נישט מעגליך אויף דער וועלט ארויסצוברענגען, מען קען צוגיין נאר פון טראכטן פונעם צער פון רבינו הק'!!!
איצט שטייען די רוצחים אכזרים און וויינען, זיייער טרערן האט א חשיבות גענוי ווי בין לאדין שטייט אין וויינט פאר רחמנות...
נאך א קליינע נקודה: די זעלביגע רוצחים און אכזרים האבן אפגעשפארט מיט א געיט די ביהמ"ד בית יואל אויף בעדפארד עוו. און ארויס געטראסקעט די מתפללים, מבטל געווען א מקום קדוש בבית רביה"ק זי"ע ווי די אידן האבן געדאווענט איבער 15 יאר, פארוואס האט עטץ דעמאלס נישט געוויינט...?
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 01/11/2009 21:09:12
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2009 21:10 |
|
| |
די כת המשוגעים והאפיקורסים מיינען אז זיי ועלן געבן א נאמען פאר זייער קרעטשמע נאך כ''ק רבינו זצוק''ל וועט עס שוין זיין א בית צדיקים קרעטשמע בלייבט קרעטשמע נישט קיין נ''מ וואספאר א נאמען זיי געבן דערפאר , ד.א. אז מען וויל געבן געלט דארף מען געבן אויף בעסערע פלעצער און נישט פאר דעם כת השטן וואס האט זיך מלבש געווען פאר אזוי גערופענע קנאים .
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2009 21:16 |
|
| |
יונהלע
קענסט פירקלען וויפיל דו ווילסט מיט גרויסע אותיות, שווארצע אותיות, אנדערליינט אותיות אא"וו, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט וואסערע זייפנים עטס זענטס.
טויזנטער סאטמארער חסידים האבן געליינט שווארץ-אויף-ווייס די השתלשלות הענינים מיט דאקומענטן וואס עס האט זיך אפגעשפילט במשך די יארן מיט ביתו נאוה קדוש פון רביה"ק זי"ע.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2009 21:35 |
|
| |
און יעצט א ווארט צו די מיט וויינערס די זאליס.
פארוואס האט עטץ נישט געוויינט ווען עטץ האטס אפגעשפארט מיט הינט און מיט גוים די כולל אויף קיעפ סט., ווען עטץ האטס מבטל געווען תורה פאר באלד 200 אינגעלייט וואס האבן דארט געלערנט?
פארוואס האט עטץ נישט געוויינט ווען עטץ האטס אפגעשפארט מיט רציחה די בעסימענט פון ביהמ"ד תהלות יואל, די שענסטע שבת מנין וואס סאטמאר האט נאר פארמאגט, (היינטיגע 141 ראסס) ווי עס האבן געדאווענט בערך 60 חשובע אינגעלייט?
פארוואס האט עטץ נישט געוויינט ווען עטץ האטס אפגעשפארט די איחוד שבת מנין אפען ערשטן שטאק אין קליימער ביהמ"ד?
פארוואס האט עטץ נישט געוויינט ווען עטץ האטס אפגעשפארט די ביהמ"ד בית יואל בנין עסטרייכער?
פארוואס האט עטץ נישט געוויינט ווען עטץ האטס געוואלט אפשפארן די ביהמ"ד איחוד התלמידים אין ת"ת זופניק אויף מארסי עוו.?
פארוואס האט עטץ נישט געוויינט ווען עטץ מבטל געווען די מנין שלש סעודות ווי מען לערנט די תורה תשי"ז אין ביהמ"ד ראדני אין בעסמענט בית כ"ץ שוין 30 יאר?
פארוואס האט עטץ נישט געוויינט ווען עטץ האטס פרובירט מיט אלע אופני מסירה אפצושפארן די ביהמ"ד הגדול אויף 14 הופפער סט.?
פארוואס וויינט עטץ נישט אויף די אלע בתי מדרשים אין ווילי וואס עטץ האטס גערויבט מיט רציחה פון די אהרונים, און זיי ארויס געווארפן פון דארט?
פארוואס וויינט עטץ נישט אויף די נייע ביהמ"ד הגדול אויף ווילסאן וואס ווערט געניצט פאר א פסח ווערהויז, און א גאנץ יאר שטייט עס אין שימעלט, וואס עטץ האטס געגנבט גערויבט פון די אהרונים וואס האבן דאס געבויעט פאר א ביהמ"ד?
פארוואס וויינט עטץ נישט אויף יעקב בער טייטלבוים מיט אליעזר קעסטענבוים וואס ווילן איצט אפשפארען די ביהמ"ד בית יואל בבית רביה"ק זי"ע אויף בעדפארד, און עס אוועק נעמען פון נחמן בראך?
נאר אויף איין זאך וויינט עטץ...!
אז נאכדעם וואס עטץ זענטס געגאנגען אין קארט אן א רשות בית דין, נישט וועלענדיג קיין צו דין תורה, און עטץ האטס אריין געגבען מסירות ומלשינות קעגן קהל יטב לב דסאטמאר, און עטץ האטס דערלייגט, און קהל יטב לב דסאטמאר וויל איצט צוריק נעמען די גניבה גזילה וואס מען האט געגנבט פון די קהלה, די הויז פון רביה"ק זי"ע אין קרית יואל, אויף דעם ווייינט עטץ.
טא וויינטס וויינטס וויינטס, אלע טרערן גייען אינעם הייליגען סוער אריין...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2009 21:46 |
|
| |
דא אביסעלע בילדער פאר גענגער הארץ וואס דערהייבט נישט אז מען פארשפארט א שול, פון דעם כולל וואס עטץ האטס פארשפארט מיט הינט און גוים, אבער די סוער האט עטץ נישט ארויסגעגראבען...
1# טוט זיך אן די ברילען און קוקט גיט די בילדער און וויינט אביסעלע...
2# טוט זיך אן די ברילען און קוקט גיט די בילדער און וויינט אביסעלע...

|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2009 23:05 |
|
| |
רבי יונה: שפתים יושק! 
כמותו ירבו בתגובותיך!....
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2009 23:14 |
|
| |
יונהלע
נאך א מזל ביזט אנגעקומען און געגעבן אביסל מורפיום פאר דיינע חברים דא אויף היידפארק,עס איז ממש ווי לופט צום אטעמען פאר זיי
פירקל אן ווי מער בלעטער דא, ווייל עס קומט א מעכטיגע אקציע וואס וועט דיך האלטן ביזי פאר לאנגע חדשים
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2009 23:38 |
|
| |
הער אויף סתם צו קאטשקענען.
האסט וואס צו ענטפערן, ענטפער וואס מען פרעגט דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2009 23:41 |
|
| |
יונהלע
גיי אביסל וועקעישן ווייל דו וועסט מוזן זיין עקסטרעמלי ביזי די נעקסטע חדשים.
געדענק, איך האב דיר געווארענט, זאלסט נישט שפעטער זאגן אז איך האב דיך אויסגעשפילט!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2009 23:51 |
|
| |
יונהלע
איך מוז מודה זיין אז דו האסט געגעבן דיינע חברה א היבשע דאזע מורפיום
וויאזוי זאגט דער אהרוני?
כמותך ירבו...
און אני הקטן בין מסכים מיט אים....
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 00:24 |
|
| |
רבי יונהA1 דזשאב, א גוטע ארבעט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 00:27 |
|
| |
אמת א פיינער דזשאב
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 00:32 |
|
| |
דוד
א נער ווען ער האט נישט וואס צו ענטפערן רעדט ער פינקט ווי דיר
------------------
ענק מאכען דא א גרויסע טעות, ענק פראבירן צאמצושמעלצן דאס וואס קהל אין ק''י אינפארסירט די קאנטער קלעים קעגן די הולכים בערכעות, מיט די שריפה אויפן ילד שעשויעם, ווען אין פאקט ווייסט יעדער ווער דער משלח איז געווען אין ווער דער צינדער איז געווען אין ווי זיי באלאנגען....
-----------------
צום סוף פינעם פאשקעוויל לייגט ער אריין א קול קורא פין זיינע ''רע-בנים'' ווי זיי זענען מוחה אויף דעם וואס קהל וויל פארשפארען דעם מקום קדוש פין די הולכים בערכעות
ווי זיי שרייבען דארט אז 'מוויל פאשפארען 'א ביהמ''ד' ''על לא דבר'' (כ'דענקט נישט יעצט די לשון אויסעווייניג, ווער עס קען זאל עס ביטע פאוסטען)
כ'קוק עס אן, אין כ'טראכט 2 מאל, וואס פאר א ביליגע פאשקעווילן שרייבער שרייבען דא אינטער זייער נאמען, ווען זיי רופן קהל אין קארט וועגן די עיר קאנדישאן'ס (וואס ער וואלט זיכער אינפארסירט ווען ער געווינט ווען) אין איז מייקר שם אלילום אין קהל גיבט אריין א קאנטער קלעים, הייסט עס: ''על לא דבר'' - דא האט איר א פשוט'ע סעמפל פין וואס פאר א רבנים זיי האבען......
אין וואס הייסט קהל וויל פארשפארען א ביהמ''ד, ווייסט איינער וואס קהל וויל דארט מאכען???
רבי יונה, דיינע תגובות זאגען אלעס, דוד באשטעטיגט עס!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 00:32 |
|
| |
ווי אזוי שטייט? ומלאך רע בע"כ יענה אמן
|
|
|
|
|