בית פורומים כל העולם כולו

היינט מאנטאג: סוער געריכט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/11/2009 18:55 לינק ישיר 

זיי האבן נאך אלץ גוטע טשענסעס אין אפילס קארט, זי היסטאריע האט געוויזן אז גוויסע זאכן וואס זיי האבן נישט באקומען אין אראנדש קאוינטי, האבן זיי אבער יא באקומען פון קארט אף אפילס, ממילא דארף מען נאך ווארטן אין זעהן וואס דארט וועט זיך אויסקאכן, פון פעיליןס ווערטער האט אויסגעזעהן ווי מען האט געהאט עפעס גאר א גרויסע געווינס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2009 19:03 לינק ישיר 

דערוייל איז נישטא קיין וואסער און בית הכסא גהעריג, עס איז קאלט און געפרוירען דארט, דער ציבור וועט קלענער און קלענער פון טאג צו טאג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2009 19:13 לינק ישיר 

מיט דעם האט ר' יונה געעפענט דעם אשכול
היינט מאנטאג 11 אזייגער קומט פאר די הירונג איבער די רעביצען בית הליצים הויז אין קרית יואל, צו זיי מעגן ווייטער עס אפן האלטן, צו מען מעג אפהאקן די לעקטער, וכו', ועל כולם צו זיי מעגן ניצן די הייליגע סוער טאנק, און צו קהל מעג עס אוועק נעמען.

און ווי עס שיינט יעצט האט ער מיאוס פארלוירן די בית המדרש קען ווייטער בלייבן אפן
ועל כולם די הייליגע סוער טאנק קען ווייטער בלייבן אויף די זייט פון בית המדרש הגדול
סמוך ונראה צו ר' אהרן'ס שטענדער און דוד עקשטיינס פלאן עס מפנה צו זיין צו פאללאקס
 לאט האט זיך נישט אויסגעארבעט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2009 19:18 לינק ישיר 

בור כרה ויחפרהו!!!

די ריכטער האט ארויס געווארפן די גאנצע קעיס וואס די בני יואל האבן אריין געגעבען!!!


די ריכטער שרייבט, אז ער גייט נישט נאכמאל דא דן זיין צו עס מעג זיין א שול צו נישט, ווייל ער און די אפעלאט האבן שוין זייער קלאר געפסקענט אז עס טאר קיין שול נישט זיין דארט, און מען דארף דאס נישט נאכמאל דן זיין, און מען קען עס נישט נאכמאל דן זיין.

איצט איז נאכמאל קלאר געשטעלט אז די בית הליצים וואס איז גערויבט געווארן פון די קהלה דורך די מהרסים ומסרים, טאר נישט אפען זיין און געניצט ווערן פאר זייער קרעטשמע (שול בלע"ז), כאטשיג זלמן לייב וואלדמאן האט א בפירוש'דיגע צוואה בחתימת יד קדשה פון די הייליגע רעביצען...

און אזוי ווארפט ער ארויס די מאשען פון די בני יואל אז קהל זאל דארפן צוריק שטעלן די לעקטער, וואסער, סוער וכו'.

יעצט וועלן די מוסרים ומסרבים לדין אנהייבען ווייטער צו וויינען און שרייען, האלטן דרשות, שרייבען ווילדע מחאות, נאכדעם וואס זיי האבן זיך אליינס בידים געברענגט דעם אומגליק אויף זיי, מיטן טרעטן בריש גלי אויף די תורה הק' מיטן אריין גיין אינעם גוישען געריכט אן קיין שום היתר בי"ד, און זיין מסרבים לדין!!

יעצט וועט מיידלעך שטערן קענען שרייבן נאך מיאוסע מנובלישע ארטיקלען אין דער איד, און ער מיט משה פראדל וועלן צוזאמען מיט וויינען אויף דעם חורבן וואס די בני המן מיט די וואלדמנס האבן זיך אליינס אנגעברענגט.

און אלטר משה וועט מסביר זיין די קאווער אפ וואס דא איז געשעהן...

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 10/11/2009 19:28:29




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2009 19:44 לינק ישיר 

די פסק פונעם ריכטער איבער די קרעטשמע





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2009 20:10 לינק ישיר 

 SatmarText: Court Papers http://bit.ly/3Evgz9 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/11/2009 20:21 לינק ישיר 

יוסעלע ליין איבער,

דאס בית המדרש איז פארשפארט

קהל מאושען איז דינייד ווייל בית יואל מאושען איז דינייעד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2009 21:08 לינק ישיר 

נעבעך, איך האב רחמנות אויף די אידן, ווי עס קוקט אויס גייען זיי נישט אזוי שנעל צוריקבאקומען זייער לעקטער און סוער, (די סעפטיק טאנקס און געצויגענע לעקטער ווייערס איז נישט קיין תכלית),

צו צילייגן זאלץ אויף די וואונדן, מאכט דער שופט זיכער צו שרייבן 10 מאל אז דער שול איז אומלעגאל, איך בין נייגעריק וויזוי זיי גייען זיך דא אן עצה געבן, זיי זענען און א מיס פיקל דא,

חוץ אויב די ארונים, וועלן רחמנות האבן אויף זיי צוריקגעבן די יוטיליטיס און זיי געבן די פערמיטס, איך האלט סוואלט געווען א שיינע זאך פון זיי, ממעג אמאל ווייזן וותרנות.



תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 10/11/2009 21:08:33




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2009 21:13 לינק ישיר 

די ראשי קהילה קענען נישט מוותר זיין אויף ''נכסי ציבור''
אין ביז ווילאנג די די זאלי'ס/בני יואל וועלן זיך נישט שטעלן צו די''ת בין איך נישט מוותר זיין אויף קיין שום גזילה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2009 21:21 לינק ישיר 

סאיז נישט קלאר קען עס איינער ארויף לייגען קלאר ישר כח דע לינק קען איך נישט עפענען מיט זשע נעט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2009 23:26 לינק ישיר 

אפגעזעהן צו די פסק איז געווען צו ס'מעג יא זיין א בית המדרש אדער נישט, זאגט דאך יוסל וואלדמאן אין זיין דרשה איבער א געוויסע פסק אז 42 מענטשן מעגן דאווענען אין א "הויז" אויך. וויל איך וויסן צו עס גייט אזוי ווייטער אנגיין, אז מכלומר'שט גייען נאר דאווענען א קליינע צאל מענטשן (וואס קיינער קען נישט שטיין דערויף און קוקן אויב ס'איז דא מער אדער נישט), אדער מען גייט בכלל אפשפארן דאס ביהמ"ד. אדער צו זיי האבן פארלאנגט אן עיקול ביזן אפיעל'ס קאורט.

קען איינער מסביר זיין מיינע קשיות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2009 23:37 לינק ישיר 

איך מיין אז דע דרשה איז געווען זלמן לייב וואלדמאן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2009 00:27 לינק ישיר 

בקיצור, געב אבער א תירוץ אויף מיינע קשיות!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2009 01:06 לינק ישיר 

פאר די רעקארד:

זלמן לייב וואלדמאן האט שוין פארלוירן 10 קאורטס אין מאנראו און אלע פון זיי געוואונען אין קאורט אוו אפיעלס, ענד דעטס די ריזען דעי אר סטיל דער!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/11/2009 01:02 לינק ישיר 

די זאלי'ס שיקען דאס יעצט ארום, 
 

SatmarHQ: Monday 3:00 Court hearing in White Plains Court 6th floor about the rabitzoin shul





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היינט מאנטאג: סוער געריכט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.