קומענדיגען דינסטאג קומט פאר די וואלען פאר די טאון באורד אין מאונראו. די ארונים האבען זיך דערזען אין א מוראדיגען פראבלעם אז די רעפובליקאנער בוזעם פריינד פון די ווילידזש האבען כמעט נישט קיין שאנס צו זיגען וויבאלד די אלייענס האט אינדארסירט די דעמאראטישע קאנדידאטען.
ווי נאר זיי האבען געזען דעם שבת אז עס איז אנגעקומען די בריוו פון די אלייענס מיט די אינדארסירונג פון די דעמאקראטישע קאנדידאטען האבען זיי זיך היינט פארבינדען מיט די דעמאקראטען און צוגעזאגט צו שטימען פאר א חלק פון די דעמאקראטישע קאנדידאטען פאר טאון באורד.
כפי זכרוני איז דאס די ערשטע מאל אין גאר א לאנגע צייט וואס די ארונים אינדארסירען דעמאקראטען פאר טאון באורד.
ווי אויך האבען די ארונים נאך נישט ארויסגעגעבען די נעמען פון די קאנדידאטען וועם זיי אינדארסירען, אויף אלע זייערע ליטעראטור שרייבען זיי אז מען זאל וועלען פאר די קהל אינדארסירטע קאנדידאטען אבער זיי שרייבען נישט קיין נעמען, זיי האבען געווארט צו זען וועם די אלייענס וועט אינדארסירען און ווי נאר זיי האבען ערהאלטען די אלייענס באלאטס האבען זיי אנגעהויבען צו פארהאנדלען מיט די דעמאקראטען אויף א שטיקעל פארשטענדעניש.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/11/2009 15:27:10
נשלח ב-2/11/2009 15:26
געטוישט קעפל צו שטימען מיט'ן אינהאלט
נשלח ב-2/11/2009 17:15
"געטוישט קעפל צו שטימען בעסער מיט אגענדע"
דער אינהאלט שטימט זייער גוט מיטען אריגינעלען קעפעל.
די נייעס איז אז קרית יואל גייט די ערשטע מאל אין לאנגע יארען שטיצען דעמאקראטען אין טאון אוו מאונראו וויבאלד זיי האבען פארלוירען די כח אריינצוברענגען די רעפובליקאנער.
מלאך רע בע"כ יענה אמן און מוזען זיך רעכענען מיט די אלייענס וואס וועט בע"ה אריינברענגען די דעמאקראטען אין מאיאריטעט אין טאון אוו מאנראו.
נשלח ב-2/11/2009 19:00
הרב ביג סאטמאר! עפעס שטימט נישט דיינע אויפדעקונגען נאכדעם וואס מען האט היינט
באוואשן שאול יודא מענדלאוויטש אין סאסמאן פארן זיך צושטעלן מיט בני יואל צו
אינדארסירן גערי דעפיליפס (א דעמאקראט) פאר טאון סופערווייזער אין די צייט וואס
סענדי לענארד (אמטירענדער רעפאבליקאנער) האט געטון אסאך טובות פאר סאסמאנס
מוסדות. דאס מיינט מיט אנדערע ווערטער אז די זאליס מיט די בני יואל זענען נאכמאל
צוטיילט מיט די מיינונגען און עס איז שוין גארנישט אזא איחוד הקהילות. סא אויב די
זאליס וועלן יא אינדארסן סענדי לענארד מיט עדי דייענא אויפן רעפובליקאנער טיקעט
גלייב איך נישט אז די ארונים וועלן לויפן צום דעמאקראטישן טיקעט צו אינדארסן פעטריק
אדוועיר פאר קאונטי עקזעקיוטיוו און גערי דעפיליפס פאר טאון סופערווייזער אויסער
דעם ביסטו שרעקליך נישט באהאוונט ווי אזוי עס קוקט בכלל אויס וואלן אין קרית יואל
וואס אין די לעצטע 5 יאר האבן שוין די ארוינים נישט ארויסגעגעבן וועם זיי אינדארסען
ביז די לעצטע מינוט ווייל די זאליס זאלן נישט לויפן צום קעגענער. אלזא קומענדיגע
מאל פאר דו שרייבסט עפעס פרעג דיך בעסער נאך ביי דיינע קאלעגן אין קרית יואל וואס
זענען באהאוונט אין די קרית יואלע פאליטיק.
נשלח ב-2/11/2009 19:09
קהל יטב לב ד'סאטמאר ומוסדותי' האבן אין די פאריגע וואלן אויך געשטימט פאר די רעפובליקאנער קאנדידאטן וואס שטייען אלעמאל צו די האנט ווען אימער מען דארף זיי, און ביים מקדש זיין דעם נייעם שטח צום בית החיים האט מען דאס גוט געזען וויאזוי זיי זענען געווען בייהילפיג, שוין אפגערעדט ביים בנין התלמוד תורה אויף לארקין.
נשלח ב-2/11/2009 19:48
דוד46 כתב:
קהל יטב לב ד'סאטמאר ומוסדותי' האבן אין די פאריגע וואלן אויך געשטימט פאר די רעפובליקאנער קאנדידאטן וואס שטייען אלעמאל צו די האנט ווען אימער מען דארף זיי, און ביים מקדש זיין דעם נייעם שטח צום בית החיים האט מען דאס גוט געזען וויאזוי זיי זענען געווען בייהילפיג, שוין אפגערעדט ביים בנין התלמוד תורה אויף לארקין.
לענ"ד דארף מען וויילן אין מאנארא פאר די וואס האבן געהאלפן צו מקדש זיין פאלאק'ס חצר
פארפאלן פאר זיי קומט די שענסטע דאנק פאר'ן העלפן צו דערווייטערן פונעם ציון הקודש די אלע מהרסי הקהילה
נשלח ב-2/11/2009 22:46
ווי איך הער האבן טאקע די סאסמאן/ויואל משה לייט געוויזן זייער "אחדות"
מיט בני יואל, און אינדארסירט סענדי לענארד (די רעפאבליקאנער), אנדערש ווי די
אלייענס, (אזוי ווי איך האב דא געשריבן פריער).
איך האב באקומען א באריכט אז זייערע קינדער האבן יעצט אהיימגעברענג
צעטלעך מיט די לטערהעד פון קיט"ל דסאסמאן, וואו זיי געבן די אינדארסירונג פאר
אים, נאכן אפהאלטן אינערליכע געשלעגן מיט די אלייענס/בנ"י/רעביצין חברה.
פירוד לרשעים וגו'.
און א ווארט צו ביג סאטמאר:
דיין פאראויסגעזאגטע זיג פאר די דעמאקראטן זענען נישט מעלה און נישט
מוריד צו ס'איז אמת צו נישט. די וואלן אין קרית יואל און אזוי אויך איבעראל,
זענען עפ"י רוב נישט קיין פארמעסט אויף קאנדידאטן, ס'איז א פארמעסט אויף א
בלאק וואוט. יעדער דארף ווייזן זיין כח
תוקן על ידי 1נארמאלער ב- 02/11/2009 22:48:54
נשלח ב-2/11/2009 23:08
די אהרונים ווילן נישט ארויסגעבן פאר וועמען זיי וועלן שטימען אויס מורא פון די "שונאים"
אבער קהל יטב לב ד'סאטמאר ומוסדותי' האבן נישט דעם פראבלעם, ווייל זיי שטימען לויטן כלל פון הכרת הטוב!