| נשלח ב-4/11/2009 18:13 |
|
| |
אלע אינדארסירטע קאנדידאטן געוואונען אין ראמאפא
ברוך השם אז ביי אונז אין מאנסי זענען נישט פאראן קיין שוטים וואס שטעלן זיך צוזאם מיט אנטיסעמיטן. דער גאנצער ציבור גייט ארויס שטימען באחדות, סאטמאר מהר"א און סאטמאר מהרח"י, באבוב רב"צ און באבוב רמ"ד, וויזניץ מאנסי און וויזניץ בני ברק, יעדער וואוט פאר די קאנדידאטן וואס העלפן אידן, און מען טוט נישט אפ קיין אנדערע אידן דורך שטימען פאר אנטיסעמיטן.
דער גאנצער עולם איז ארויסגעגאנגען שטימען מיט א געוואלדיגן אחדות, און אלע אינדארסירטע קאנדידאטן האבן געוואונען, אריינגערעכנט די היימישע חסידישע יונגעלייט ר' יוסף הערש גראס און ר' יצחק אולמאן. צום ערשטן מאל אין די היסטאריע וואס חסידישע אידן געוואונען מוניסיפעל וואלן אין רעמעפא.
אגב, דאס וואוטן פאר אנטיסעמיטן קומט נישט פון אויפגעקלערטקייט, עס קומט פון בהמישקייט, פון האבן פארמאכטע קעפ.
א מענטש וואס האט אן אפענעם קאפ, זעט און ליינט און הערט קען מען נישט פארדרייען דעם קאפ אז דער אנטיסעמיט איז באמת א אידן פריינט.
איך בין שטאלץ צו וואוינען אין מאנסי, א שטאט וואו דער עולם האט נישט קיין פארמאכטע קעפ, און מען לאזט זיך נישט פארפירן פון מענטשן מיט אייגענע אינטערעסן, נאר מען שטימט פאר די אינטערעסן פונעם היימישן ציבור.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2009 18:22 |
|
| |
רעזולטאטן:
קאונטי עקזעקוטיוו
דער רעפובליקאנער קאונטי עקזעקוטיוו סקאט ווענדערהאף האט געוואונען נאר א דאנק די אידן אין מאנסי, מיט ווייניגער פון 5,000 שטימען
C. Scott Vanderhoef
32,361
Thom Kleiner
27,753
טאון סופערווייזאר
דער גרויסער אוהב ישראל קריסטאפער סט. לאורענס האט געוואונען נאר א דאנק דעם שטארקן אידישן בלאק וואוט, ווייל קיינער איז נישט געווען קיין אויבער חכם צו גיין וואוטן פאר די אנטיסעמיטן פון פרעזערוו רעמעפא און זייער קאנדידאט ברוס לעווין.
Christopher P. St.Lawrence
13,505
Bruce M. Levine
7,672
טאון קאונסיל
די צוויי קהלות אינדארסירטע קאנדידאטן האבן באקומען די מערסטע שטימען און האבן געוואונען. ר' יצחק אולמאן איז אריינגעקומען נומער 2.
David J. Stein
11,787
Yitzy Ullman
11,391
Veronica D. Boesch
5,540
Rodrigue Lustin
5,260
Francis E. Dailey
3,157
Joseph T. Gravagna
2,689
ספרינג וואלי מעיאר
דער קאנדידאט וואס איז אינדארסירט געווארן דורך די קהילות האט ב"ה געוואונען.
Noramie F. Jasmin
2,236
Allan A. Thompson
1,019
Jacques Michel
41
ספרינג וואלי טראסטיס
די צוויי קהלות אינדארסירטע קאנדידאטן האבן באקומען די מערסטע שטימען און האבן געוואונען. ר' יוסף הערש גראס איז אריינגעקומען נומער 1 און האט אנגעצויגן די מערסטע שטימען אין גאנץ ספרינג וואלי
Joseph Gross
2,266
Joseph A. Desmaret
1,956
Ebony M. Thompson
847
Yesly Y. Sandoval
80
Dantes Jeantel
58
 |
|
|
|
|
|
|