וויכטיג: יפה דיברת!
,לדעתי איז דאס איינע פון די שטערקסטע סעמפעלס אין קאנטראסט פון אהרן און זיין קלוגערן ברודער
אהרן רודערט שוין אפאר יאר מיט תקנות אהער אהין, למעשה ער אליין האט נישט ''גארנישט'' אוועקגעגיבן פאר זיין עולם, קיין פעני.
ער האט טאקע נאר איין זאל וואס דאס איז בית רחל פאראדייז, אבער די איינע האט ער נישט אראפגעלאזט מיט קיין סענט דעם פרייז, די איינציגסטע לאנטש רום מיט וואס זיי פראבירן צו פארנער'ן דעם עולם וואס וואינט נישט אין ק''י, איז 'אולם עקשטיין', וואס ווער ס'איז איין מאל דארט געווען ווייסט די ליצנות דערפון, מ'האט גענומען א זאלל וואס האט קיינמאל נישט מצליח געווען פשוט, ס'איז קליין, האט לאנטש רום טיילס אויף די פלאר, שמעקט ווי א לאנטש רום, איז געגאנגען דוד עקשטיין וואס איך האב נאכנישט געהערט ער זאל אמאל האבן געגיבן צדקה, און האט געלייגט 'נייע' לאנטש רום טיילס זה הוא!,
ראוז קעסטל האט 2 מאל גארנישט מיט אהרן'ן, יצחק האט דארט געהאט זייער שוואכע ביזנעס ביי יודן, איז ער געגאנגען מיט די נידעריגע גוי'שע באלן, און געטרייט זיין גליק, למעשה האט ער פארלוירן זיין אלקאהאל לייסענס, און א גוישע חתונה אן א אלקאהאל באר איז קיין מציאות, געשטינקען האט ער איבעראל ווייל די שכינים האבן פארפירט, האט ער געמאכט אז זיין זאל גיבט ער אוועק פאר ביליג. מיט אהרנ'ן האט עס אזוי ווי מיט נאססא.
יעצט כאפט א בליק אויפ'ן קליגערן ברודער, אדער אפי' נאר רבי חיים יושע פון מאנסי, - גערעדט האבן זיי גאר ווייניג דערפון -, אוודאי מיט נדבנים און מיט די עסקנים האבן זיי שוין איין מאל גערעדט, און נאך ווי טעג נעכט און וואכן ליגט דערין, אבער דער יוד - וואס האט דאכט זיך נישט קיין שארטידזש אין טינט -, האט נישט געבאמבעלט דערמיט מער ווי עניטינג עלס, און קיין מיליאנסטל וואס דער בלאט האט גערעדט פון א זאך וואס זייער רבי האט נישט אוועקגעגיבן מער ווי דאס ביסל שפייעכץ ביי זיינע תקנות דרשות.
אבער ס'קומט למעשה, ווער ס'האט שוין געזעהן רבי חיים יושע'ס זאל, עס איז שוין דא דארט חתונות פון אלול ווערט נבהל ונשתומם, זיינע מוסדות האבן בכלל נישט קיין סורפלוס, און ער איז גרייט אוועק צו גיבן אלע הכנסות פאר יודן וואס זענען גרייט חתונה צו מאכן אויף א וועג אז יעדער זאל קענען זיין אייניג, און זיין זאל איז א פראכט ריזיג גרויס, הערליך שיין, ער שטעלט צו אינקלאדינג פיקטשערס מוזיק, בלומען, אלעס פאר פיר טויזנט א זייט!!
ווייטער כאפט א בליק אויף די נייע הפרדס זאלן, די מוסדות וואלטן זיך מחיה געווען צו האבן די הכנסה פון אזעלכע צוויי מעכטיגע זאלן פאר זיך און זיך מוטשענען א ביסל ווייניגער אויפ'ן בודזשעט- נאכדערצו ווען אין די זעלבע צייטהאבן זיי שאדן ווייל בית רחל און ויואל משה וועלן עס לכאו' א ביסל שפירן, זאגט די רבי ר' זלמן לייב ניין!, אפי' מיין ברודער האלט נישט ביים (אויפ)טוהן אביסל, וועל איך יא אוועקגיבן פון די מוסדות, און איך וועל שווערער ארבעטן אויפצוקומען נדבנים הן פאר'ן זאל, און הן פאר די מוסדות!.
גיבן קרעדיט פאר'ן אנהייבן רעדן פון תקנות, וואלט איך ענדערש געגיבן פאר די עלטערע יוד וואס קלעבט שוין יארן אן די ווענט מיט אזעלכע קאלירטע צאמגעפעיסטע ווערטער ''הרג'עט נישט קיין יונגע טאטעס וכו'...'' ער האט שוין גערעדט שוין דערפון סך פאר ספלעשי רעבבע!