פין אישי
די וואך איז געגאנגען אינטער די חופה א זין פין כ''ק אדמו''ר מ'ספינקא וומ''ס (ר' אביש) מיט די טאכטער פין כ''ק מ'טעמעשוואר ק''י שליט''א
די קבלת פנים איז פארגעקומען אינעם הייליגען ביהמ''ד פין הרה''ק ר' הערשלע ז''ל, אין די חופה פארענט פין ביהמ''ד
די חתונה אין קאנטינענטל מיט די באטיילוגונג פין גרויסען ציבור בליעה''ר
אינמיטן די חתונה האט מען געהאט די זכי' מקבל פנים צו זיין כ''ק אדמו''ר ר' לייבוש מפשעווארסק שליט''א, וועלכע האט געוויילט דארט א לענגערע צייט (עס איז כדי צו באמערקן אז טראץ וואס ספינקא רבי האט געהאלטן אין פראבירן צו רופן אין אריינגיין צו ר' לייבש צו לאדענען צו די חתונה האט ער נישט באקומען די מעגליכקייט דערצו... דאך איז כ''ק ר' לייבוש געקומען)
ווי אויך האבען זיך באטייליגט ביי די חתונה נאך פילע גדולי הרבנים שליט''א
נעכטן נאכט איז פארגעקומען די ש''ב אין ספינקא ביהמ''ד ציגעשטעלט דורך די קהילה, ווי מ'האט געהאט די זכי' מקבל פנים צו זיין כ''ק אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א וועלכע האט דערנאך געזאגט די שבע ברכות
נאכדעם איז אויך ערשינען כ''ק אדמו''ר מ'מינקאטש שליט''א, אין עס איז פארפירט געווארען א שמיעס דורך די רבנים אינאיינעם מיט די שווער פין כ''ק אדמו'ר מספינקא שליט''א הרה''צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט''א פין ירושלים, וואס עס איז שפעטער פארגעקומען דער מחול לצדיקים.
סימן טוב ומזל טוב!
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 06/11/2009 15:18:57
נשלח ב-5/11/2009 19:28
די קבלת פנים אין הייליגען ביהמ''ד פין כ''ק אדמו''ר מ'ספינקא זצ''ל - וועלכע איז לעצטענס הערליך רענווירט געווארען