אז מען רעדט שוין יא פון די דרשה וואס כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט געדארפט זאגן אין קווינס...
ביי די חתונה האט רז"ל שטארק געמיטשעט רבי לייבוש אז ער זאל זאגן א דרשה פאר די בחורים, - געמיינט האט ער פארשטייט זיך אזוי ווי עס שטייט דא אויבן אז ער זאל אויסרימען רז"ל, און זיך באדאנקען פאר פיערלשטיין הנהלת הקהלה פאר די שבע ברכות, - רז"ל האט געזאגט פאר רבי לייבוש אז די בחורים בעטן זיך אז ער זאל רעדן, זיי דארפן חיזוק, זיי ווארטן שוין חדשים פאר אזא דרשה.
רבי לייבוש האט אים געזאגט אז ער וועט נישט רעדן.
צומארגענעס ביי די שבע ברכות פאר רבי לייבוש איז אריינגעקומען, איז רז"ל מיט נחמן שטויבער שאול פערלשטיין געזיצען מיט אים, און זיך געבעטען אז די בחורים וועלן ממש נישט אויס האלטן אז ער וועט נישט רעדן, און ער מיז רעדן, רבי לייבוש האט געזאגט בלא, זיי האבן ווייטער געמיטשט ביז רבי לייבוש האט שוין נישט געזאגט בלא בפה מלא.
און מיטען די שבע ברכות רז"ל ריקט אליין צו די מייק צו רבי לייבוש, שלמה יעקב, משה גבאי, מעכיל שלעזינגער, יעדער שרייט שא שא שטיל!!, איצט קומט די באמבע, רבי לייבוש זעהט און וואס מען פירט אים אריין דא, ער שטייט פארטראכט דא וואס טוט מען דא, נאך א מינוט שטיל זיין, זאגט ער א יישר כוח, ברכה והצלחה, און רבי לייבוש ווערט שטיל גענוי ווי ביי די זאלי צעראמאניע אין אנטווערפן.
באמס, משה גבאי ווערט בלאס, רז"ל ווערט גרין, אלע שטייען דארט ווי פגרי מתים, פערלשטיין דערמאנט זיך פון זיין זון אין פאלאק לאט, בקיצור עס האט אויס געקוקט דארט ווי פאלאק בית החיים.
 |
|
|