ווי עס ווייסט יעדער איז פון ר' הערשעלע ספינקער ארויסגעוואקסן נאך זיין טראגישע פריצייטיג פטירה 5 גרענד ראביי'ס, די לצים האבן דאס גערופן bnana בנאנא ב'עריש נ'פתלי א'ביש נ'טע א'ייזיק, ר' אייזיק איז דער איינציגסטער וואס איז ארויס אן די הויזן (איך מיין צו זאגן נקי מכול) ר' בעריש איז געבליבן מיט די גרויסע בנין קעגן איבער ויואל משה, ר' אביש איז געבליבן מיט 3 בנינים אויף קיפ סטריט וואס דאס נעמט אויך אריין דעם טאטע'נס ביהמ"ד, ר' נטע האט געהאט א הויז אין ב"פ, און ר' נפתלי איז געבליבן מיט די מיידעל שולע און נאכן זיך שנעל ארגאניזירן האט ער זיך איינגערישט א ת"ת מיט א גוט גייענדע ביהמ"ד.
ר' אייזיק איז געבליבן אין א פיצל לעכל קעגן איבער פאפא ביהמ"ד ארומגענומען פון "אלע" זייטן מיט שולען, ער האט פון רעכטס מעליץ, לינקס האדאס סאלקא, און אויבן תולעת יעקב ר' חיים מערץ.
ער האט מצליח געווען אפצוקויפן א לאט אויף ראטלידש אבער געבליבן אן געלט צו קענען דארט בויען א שול. לעצטנס האט זיך זיין ביהמ"ד אריבערגעצויגן אויף פען צו א גרעסערע געדינגענע לאקאל.
אבער אין עולם-חסידים איז ער (ר' אייזיק) דער איינציגסטער וואס האט מצליח געווען, ער פראוועט כהיום טישן מיט פולע 5 שטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן. דאס איז א זאך וואס אפילו זיין טאטע האט נישט געהאט. און ער איז ממשיך צו וואקסן בע"ה.
דער ר' אייזיק מאכט חתונה אין א 2-3 וואכן, און די ארוינים זענען א היבש ביסל צופראסקעט פון די פאקט אז ר' אביש וועלכער דינט הגה"ק זייער געטריי איז נעבעך נישט מצליח, ער האט נישט דאס וואס דער טאטע האט געהאט אין די צייט וואס ר' אייזיק וועלכער האט זיך ארויסגעשטעלט לצד ר' זלמן לייב איז מצליח אויף א אומדערהערטען אופן...
האט יונה נעבעך זיך פראבירט מחזק צו זיין מיטן אנהייבן פאמפען א חתונה וואס דער עולם האט ניטאמאל געוויסט אז "ס'איז פארגעקומען"...
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 06/11/2009 17:55:11
נשלח ב-5/11/2009 20:39
איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די ספינקא חברה, איך האב באמערקט אז יעדער פון זיי רופט זיך אנדערש למשל תולדות צבי ספינקא אדער תולדות שמואל צבי אדער בית יצחק, דאס איז אמאל זיכער אז אפילו זיי אליינס רופן זיך נישט "ספינקא וויליאמסבורג" זעט אויס אז זיי ווילן די רפואה פאר די מכה און זאגן קלאר בית יצחק ספינקא אדער תולדות צבי ספינקא, פאר יענער פרעגט נאך "וועלכעכע?"
חיי שעה, קודם כל מעגסטו שרייבן אויף רבי אביש דעם טיטל הרב אדער ר' לכל הפחות, ער איז פאקטיש א מנהיג פון א שיינע עדה אידן, און אויך בנוגע די גאנצע תגובה באציסטו זיך נישט מיט די ריכטיגע כבוד ווי עס פאסט פאר אזא גדול ווי ספינקא רבי זצ"ל, און אויף זיין משפחה, למעשה האט ער איבערגעלאזט א שיינע דור קינדער און אייניקלעך.