בית פורומים כל העולם כולו

ווען זאליס שטעכן זיך אין רוקן: די וואלן אין מאנרא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/11/2009 02:57 לינק ישיר 
ווען זאליס שטעכן זיך אין רוקן: די וואלן אין מאנרא

די וואך זענען תושבי קרית יואל עדות געווען צו אן אומגלויבליכע געשיכטע, די ראשי הזאליס אין קרית יואל זענען געגאנגען בידים און זיך געשטאכן אין רוקן, דורך ארויסוואוטן זייערע בעסטע פריינט פונ'ם טאון קאונסיל אין טאון אף מאנרא, און די ווילידזש פירער האבן נישט געקענט טאן עפעס אנדערש ווי זיך קלאפן די פלייצע און לאכן א גוטס.

נישט אלע ראשי הזאליס זענען צוגעשטאנען דערצו. עס זענען געווען אפאר פון זיי וואס האבן פארפירט אז מען זאל יא שטיצן די אינקאמבענטס און מען האט זיך געריסן דארט ביי די קעפ אזוי אז ס'איז שיעור געגאנגען פעטש.

אבער לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן נאר דערציילן דבר דבור על אופנו.

ווי יעדער ווייסט איז מאנרא קאנטראלירט געווארן דורך די רעפובליקאנער פאר צענדליגער יארן. אפאר פון די קאונסיל מעמבערס זענען נאך דארט זייט דעם דברי יואל זי"ע'ס צייטן. זיי האבן כסדר געוואונען ריעלעקשאן דורך א מאיאריטעט פון די איינוואוינער פונעם טאון און מיט די שטיצע פון תושבי קרית יואל.

מיט א צען יאר צוריק האט זיך דער מצב אנגעפאנגען צו טוישן. די גוים אין טאון זענען מיד געווארן פון עלעקטן איינמאל און נאכאמאל די זעלבע קאנדידאטן, אזוי ווי ס'איז א נארמאלע זאך אין גאנץ אמעריקע און דערצו האט עס געזאלט הייסן אז די רעפובליקענס זענען פרא-קרית יואל און די שנאה צו קרית יואל איז ווי באקאנט אלעמאל געווען זייער שטארק צווישן די איינוואוינער פון טאון. בקיצור ס'האבן אנגעפאנגען זיך ארויסצושטעלן קאנדידאטן צו לויפן קעגן די אינקאמבענטס. זייט דעמאלטס איז יעדע פיר יאר פארגעקומען זייער שווערע און היציגע עלעקשאנס אין מאנרא. די קעגנערס פון די אינקאמבענטס זענען געלאפן אויף אן אייגענע פארטיי מיט'ן נאמען פראטעקט מאנרא, און אין געוויסע עלעקשאנס האבן זיי געהאט די שטיצע פון די דעמאקראטישע פארטיי, בשעת אין אנדערע עלעקשאנס האבן די דעמאקראטן ארויסגעשטעלט אנדערע קאנדידאטן ווי פראטעקט מאנרא.

אין בערך יענע צייט איז געגרינדעט געווארן די טאליבאן אלייענס פון קרית יואל וואס האט זיך גענומען א ציל צו צוברעכן און נישט אויפצוטאן. זיי האבן באשלאסן אז זיי גייען ארויסשטעלן אייגענע ליסטעס פאר די וואלן, און מיט די הילף פון די בני יואל, זאליס, טאהשער, תולדות אהרנער, ספינקער און אלע אנדערע טאליבאנער פראקציעס אין קרית יואל איז זיי געלונגען אנצוציען צווישן 35 און 40 פראצענט פון די וואוטס.

די אלייענס האט זיך דעמאלטס געמאכט א חשבון אז היות קהל יטב לב אינדארסירט רוב מאל רעפובליקענס, וועלן זיי זיך נעמען אינדארסירן דעמאקראטן און אזוי ווייזן זייער כח קעגן דעם ווילידזש.

במשך די קומענדיגע פאר יאר איז געשען אסאך זאכן: ניו יארק איז געווארן א שטארקע דעמאקראטישע סטעיט, די רעפובליקענס האבן פארלוירן צענדליגער זיצן אנגעפאנגען פון דעם יו עס סענאט, קאנגרעס, סטעיט סענאט, אסעמבלי און געענדיגט ביז צו די קליינטשיגע טאון פארמעסטן.

קרית יואל האט תיכף איינגעזען אז די ווינט האט אנגעפאנגען צו בלאזן אין א צווייטן דירעקשאן און מען האט אנגעפאנגען אנצוקניפן גוטע באציאונגען מיט די דעמאקראטן. פון אנפאנג איז עס געגאנגען נאר אויף א סטעיט לעוועל, דערנאך איז עס ארויף ביז צו א נעשאנעל לעוועל, ביז ס'איז געקומען דערצו אז די פירער פון קרית יואל זענען געווארן גאר נאנט מיט די סאמע העכסטע דעמאקראטן.

ס'איז נישט געגאנגען פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן. אבער עטליכע אנטוויקלונגען במשך די יארן האבן געפירט דערצו אז קרית יואל האט געצויגן אסאך חן אין די אויגן פון דעמאקראטן, אריינגערעכנט דער פאקט אז קרית יואל האט געהאלפן די דעמאקראטישע פארטיי אין עטליכע פעלער, ווי למשל ביי די עלעקשאן פון קאנגרעסמאן דזשאן האל וואס האט געוואונען נאר א דאנק קרית יואל.

ר' ליפא פריעדמאן, אנטשולדיגט, כ'מיין צו זאגן ר' גדלי' סעגעדין, האט שוין דעמאלט איינגעזען ווי וויכטיג ס'איז דער שלח לחמך על פני המים. ער האט מיט זיין געניטן בליק איינגעזען אז די דעמאקראטן זענען אויפ'ן וועג איבערצונעמען די מאיאריטעט אין ארענדזש קאונטי, און ער האט אינוועסטעד זייער אסאך כדי צו אנקניפן פריינדליכע באציאונגען מיט די צוקונפטיגע פאליטישע פירער פון אראנדזש קאונטי.

דאס אז גדלי' האט געמאכט די ריכטיגע קאל דארף מען קיינעם נישט זאגן. במשך די קומענדיגע פאר יאר האבן צענדליגער טויזנטער ניו יארקער איינוואוינער ארויסגעמופט קיין ארענדזש קאונטי. די אמאליגע רעפובליקאנער באזע איז צוביסלעך געווארן מער און מער דעמאקראטיש געשטימט. די דעמאקראטישע פארטיי אין מאנרא איז געוואקסן מיט 600 וואוטערס, בשעת די רעפובליקאנער האבן פארלוירן א שיינע צאל וואוטערס.

דא דארף מען אריינהאקן און דערמאנען וואס חז"ל זאגן אונז אלעמאל, עשיו שונא ליעקב. ווי שטארק דער גוי לאכט צו אונז האט ער אונז אלעמאל פיינט. די איינציגסטע זאך וואס מאכט אים פארגעסן זיין שנאה איז דער פאקט אז ער דארף צוקומען צו אונז. פארשטייט זיך אז ס'איז דא אויסנאמען חסידי אומות העולם אבער ע"פ רוב זענען פאליטישאנס - פאליטישאנס און זיי טוען וואס זיי קענען צו געווינען, און אז זיי זעען אז זיי קענען נאר געווינען אויב זענען זיי אנטי-קרית יואל וועלן זיי זיין אנטי-קרית יואל.

פאר לאנגע יארן זענען די ארענדזש קאונטי דעמאקראטן געווען שטארק אנטי קרית יואל, ווייל דאס איז געווען דער איינציגסטער וועג וויאזוי זיי האבן געקענט געוואונען אין אזא רעפובליקאנער פעסטונג. אבער זייט די רעפובליקענס זענען געקומען צו די מאכט האט מען אנגעפאנגען צו זען גאר אן אינטערעסאנטע פענאמענא, די דעמאקראטן האבן אנגעפאנגען נאכצולאזן פון זייער אנטי קרית יואל שטעלונג און די רעפובליקענס האבן אנגעפאנגען צו ווערן אנטי קרית יואל.

מען האט דאס געקענט זען אין עטליכע פעלער, קודם איז פארגעקומען אן אנטי פייפליין וואוט אין די קאונטי לעדזשיסלעיטאר און איין דעמאקראט וואס האט געפלאנט צו לויפן פאר אסעמבלי האט זיך מיטאמאל געטוישט שטעלונג און נישט געוואלט וואוטן קעגן דעם פייפליין. ער האט געזאגט פאר דעם רעקארד דעמאלט אן קיין בושה אז ער וויל נישט טשעפען קרית יואל ווייל ער האפט צו באקומען זייער שטיצע פאר זיין אסעמבלי פארמעסט.

ווידעראום די רעפובליקענס אין ארענדזש קאונטי האבן פלוצלינג אנגעפאנגען צו רעדן א שפראך וואס מען האט קיינמאל נישט געהערט פון זיי. זיי האבן אנגעפאנגען צו טשעפענען דעם פייפליין, און אפילו גאר אריינגעגעבן א לאוסוט קעגן קרית יואל וואס האט אפגעקאסט הונדערטער טויזנטער דאלאר פאר די ווילידזש אויסצופייטן. וואס איז געשען? די רעפובליקענס אין ארענדזש קאונטי האבן אין יענע צייט אויפגענומען א נייעם פירער, ביל דעפראספא, וועלכער האט זיך געמאכט א חשבון אז ארענדזש קאונטי ווערט מער דעמאקראטיש און ער האט באשלאסן אז די רעפובליקאנער פארטיי קען מער נישט קעיטערן קרית יואל אזוי ווי אמאל. זיי האבן נאר געקענט קעיטערן קרית יואל ווען ארענדזש קאונטי איז געווען א רעפובליקאנער פעסטונג און מען האט נישט געדארפט מורא האבן פון דעם צד שכנגד, אבער יעצט אז די דעמאקראטן הייבן זיך די קעפ אין די קאונטי קען מען שוין נישט ריסקן מיט'ן חנפ'ענען קרית יואל. דעפראספא איז געווען דער וואס האט איבערצייגט די רעפובליקאנער פאליטישאנס אז ס'איז נייע צייטן און מען קען מער נישט העלפן קרית יואל. דאס איז געווען דער אנהייב פון א נייע און גאר שווערע רילעישאנשיפ צווישן קרית יואל און די רעפובליקאנער, וואס איז עטליכע מאל ממש ארויס פון קאנטראל, ווי למשל ווען די קאונטי האט אפגעשפארט א מעין ראוד נעבן קרית יואל וואס באלאנגט פאר די קאונטי, ווייל מען האט געבויט א סיידוואק פאר די פרויען און קינדער אן בעטן פון זיי רשות. וואס די קאונטי האט געטאן איז געווען ממש א הימל געשריי.

די אינטערעסאנטע זאך איז געווען אז דאס גיין צו לינקס האט נישט געהאלפן פאר די רעפובליקענס. זיי האבן במשך די קומענדיגע פאר יאר פארלוירן איין עלעקשאן נאכ'ן אנדערן, אריינגערעכנט די עלעקשאן פון די רעפובליקען קאנגרעסוואמען סו קעלי וואס האט פארטרעטן קרית יואל.

סו קעלי איז פאר א שטיק צייט געווען פרא-קרית יואל און אפילו פרא-פייפליין, אבער נאכ'ן באקומען דעם מעסעדזש פון די פארטיי פירער אז מען דארף אויפהערן צו שטיצן קרית יואל האט זי פלוצלינג אנגעפאנגען צו רעדן אן אנדערע שפראך. זי האט געזאגט אז זי גייט שטערן די 20 מיליאן דאלאר גרענט פאר'ן פייפליין און אזוי אויך האט זי אויפגעהערט צו געבן געלט פאר סיידוואקס, פראגראמען א.א.וו. זי האט געמיינט אז דאס וועט איר העלפן. אבער ס'האט איר למעשה גארנישט געהאלפן ווייל קרית יואל'ס שטיצע האט זי פארלוירן און די גוי'אישע שטיצע האט זי נישט צובאקומען.

ביי די עלעקשאנס פון 2006 האט קרית יואל מסכים געווען נאכצוגעבן דעם פארלאנג פון די דעמאקראטישע פירער, אנגעפאנגען פון פעלאסי, ריעד, און אראפ ביז קלינטאן, שומער און סילווער א.א.וו. צו שטיצן דזשאן האל, היות קרית יואל האט סייווי מער גארנישט געהאט פון סו קעלי. דער רעזולטאט איז געווען אז דזשאן האל האט געוואונען, און האל ווייסט אז ער האט געוואונען נאר א דאנק קרית יואל און ער העלפט ארויס די ווילידזש אויף טריט און שריט, שוין חוץ פון דעם וואס פעלאוסי און ריעד און אלע אנדערע פירער העלפן אויך שטארק קרית יואל, אלס הכרת הטוב אז מען האט זיי נאכגעגעבן זייער פארלאנג.

די בעסטע ראי' אז פאליטישאנס טוען אלעס נאר כדי צו געווינען, קען מען זען פון דעם פאקט אז ווי נאר סו קעלי האט געהערט אז קרית יואל שטיצט איר נישט האט זי געעפנט א מעכטיגן קאמפיין קעגן דזשאן האל, און געזאגט אז ער איז פרא-קרית יואל און אז קרית יואל שטיצט איר נישט ווייל זי איז אנטי פייפליין א.א.וו.

המשך יבוא...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2009 03:46 לינק ישיר 

יעצט לאמיר אריבערגיין און זען וואס עס האט זיך אפגעטאן ביי לאקעל עלעקשאנס אין טאון אף מאנרא.

זייט די רעפובליקענס האבן אנגעפאנגען צו ווערן "נייטעראל" איז קרית יואל אויך געווארן "נייטעראל". די קרית יואלע פירער האבן דערקלערט אז זיי זענען נישט אבליגעיטעד צו קיין שום פארטיי. איינער וואס וועט שטיצן קרית יואל וועט באקומען זייער שטיצע און ווער נישט וועט עס נישט באקומען.

במשך די קומענדיגע יאר האט קרית יואל זיך געהאלטן צו איר פאליסי פון הכרת הטוב און ווידערערוויילט רעפובליקאנער וועלכע האבן זיך נישט געטוישט טראץ די נייע ווינטן און פארגעזעצט צו העלפן קרית יואל, טראץ די גרויסע סכנה פון פארלירן די וואלן. אבער מען האט אויך אינדארסירט א שיינע פאר דעמאקראטן.

ווער ס'האט פארגעזעצט צו העלפן קרית יואל זייער שטארק איז געווען דער לאקעל רעפובליקען קאונסיל מעמבער דאני וויקס, וועלכער האט געשטיצט קרית יואל אויף טריט און שריט, און זיך נישט דערשראקן פון די העצע.

מיט אכט יאר צוריק האבן די ווילידזש פירערס געהאט גאר א שטארקן סקעיר. די רעפובליקענס אין טאון אף מאנרא האבן געוואונען ווידערערוויילונג אבער נאר א דאנק קרית יואל. ווען מען האט איבערגעציילט די שטימען האט מען געזען אז די אינקאמבענטס האבן מיאוס פארלוירן אין אלע געגנטער אינדרויסן פון קרית יואל, און זיי האבן נאר געווינען א דאנק די מעכטיגע בלאק וואוט פון קרית יואל.

פאר די הנהלת הקרי' איז דאס געווען א שטארקע מעסעדזש אז דער מצב טויג נישט. יעצט איז טאקע געלונגען פאר די רעפובליקענס צו געווינען, אבער אויב זענען זיי אנגעוויזן אויף קרית יואל וועלן זיי עווענטועל. מען וועט עס קענען שטופן נאך איינס אדער צוויי עלעקשאנס אבער פארשטייט זיך אז דאס קען נישט אנהאלטן אויף אייביג אז קרית יואל צווינגט ארויף פארפיינטעטע פאליטישאנס אויף די טאון אף מאנרא.

אויך די רעפובליקענס האבן זיך איבערגעבליקט און געזען וואס דא טוט זיך און זיי זענען געווארן שטארק דערשראקן, און אנגעפאנגען צו מטכס עצה זיין וואס מען טוט דא ווייטער צו ראטעווען די לאגע.

אין יענע צייט האט איין אינקאמבענט טאון קאנסיל מעמבער רעטייערט צו לויפן פאר פעמילי קאורט. קרית יואל האט דא געמאכט א מעידזשאר מעידזשאר מאוו, וואס מען קען דאס נוצן אלס א מורא'דיגער עקזעמפל פון שלח לחמך ע"פ המים.

צווישן די אלע דעמאקראטן וואס האבן זיך אריבערגעצויגן קיין מאנרא אין יענע יארן איז געווען א מענטש מיט א שטארקן פאליטישן חוש, מיט'ן נאמען הארלי דאלעס, ער איז געקומען פון ניו יארק סיטי און איז נישט געווען אנגעזאפט מיט אנטי-קרית יואל שנאה.

אלזא, די רעפובליקענס אין די טאון באורד האבן אויסגעפיקט דעם דאלעס אז ער זאל איבערנעמען דעם רעפובליקען אינקאמבענט, האפנדיג אז אזוי וועלן די מאנרא מענטשן זיך בארואיגן אביסל.

קרית יואל האט געשטיצט דעם מאוו, ווייל מען האט געהאפט אז מיט איין דעמאקראט אויף די רעפובליקאנער באורד וועלן זיך די קעגנערס פון קרית יואל אביסל בארואיגן.

ווען דאלעס איז געלאפן פאר ריעלעקשאן האט קרית יואל אים געשטיצט און במשך די קומענדיגע פאר יאר האט מען אנגעקניפט גאר פריינדליכע באציאונגען מיט אים.

דער מאוו צו נעמען דאלעס האט געהאלפן פאר די רעפובליקענס אבער נישט פאר זייער לאנג, ווייל נאך אפאר יאר האבן זיך די דעמאקראטן אין מאנרא אויפגעוועקט אז איין קאנסילמאן איז נישט גענוג און זיי ווילן אריינברענגען נאך קאונסיל מעמבערס, און פארוואס דען נישט אויב קענען זיי?

במשך די פאר יאר זייט ער איז געווארן קאנסיל מעמבער איז הארלי דאלעס געווארן זייער פאוערפול, ער האט זיך ארויפגערוקט אויפ'ן פאליטישן לייטער ביז ער איז געווארן זייער א שטארקער פיגור. קרית יואל איז געווען זייער צופרידן דערפון, ווייל דאלעס האט ב"ה שטארק געהאלפן קרית יואל און זיך צוגעשטעלט אויף טריט און שריט.

די קהלה אין קרית יואל האט שלום געמאכט מיט'ן מצב אז פריער אדער שפעטער גייען די דעמאקראטן איבערנעמען קאנטראל, און מען איז אינגאנצן נישט געווען דערשראקן דערפון, ווייל מען האט שוין געהאט א גוטן פריינד דעם הארלי דאלעס, מיט וועמען מען האט שטארק קאאפערירט. חוץ מזה האט געקאסט מורא'דיג אסאך געלט יעדע עלעקשאן וויבאלד מען האט געדארפט ספענדן זייער אסאך צו העלפן די רעפובליקענס געווינען. ס'איז יעדע עלעקשאן עקסטער אנגעקומען מיט די גרינע גאל, און ס'איז נישט געווען קיין שום סיבה פארוואס דאס צו טאן.

עס דארף ארויסגעברענגט ווערן א וויכטיגער פאקט: קרית יואל איז א מוניסיפאליטי פאר זיך. מען איז דא כמעט נישט אנגעוויזן אויף מאנרא פאר סערוויסעס ווייל קרית יואל האט במשך די לעצטע יארן געעפנט אן אייגענע פובליק ווארקס דעפארטמענט, אייגענע סאניטעישאן דעפארטמענט, און אלע אנדערע זאכן וואס מען האט געדארפט צוקומען צו די טאון ביז היינט. אין אנדערע טאונס דארפן ווילידזשעס צוקומען צו די טאון פאר פאליס אבער מאנרא האט נישט קיין אייגענע פאליס דעפארטמענט און קרית יואל באקומט פאליס פון די סטעיט פאליס. אזוי אז ס'איז כמעט נישט געווען קיין סערוויס וואס קרית יואל האט באקומען פון די טאון. פארשטייט זיך אז ס'איז דא געוויסע קליינע טעכנישע אישוס צוליב וועלכע מען דארף צוקומען צו די טאון. אבער פאר דעם אליינס האט זיך נישט געלוינט צו ספענדן איינמאל און נאכאמאל אזויפיל געלט צו ריעלעקטן פאליטישאנס וואס קענען נישט ריעלעקטעד ווערן. אבער די פראבלעם איז געווען אז מען האט נישט געקענט לאזן אויף הפקר פאליטישאנס וואס האבן געהאלפן קרית יואל אלע יארן (דאני וויקס און סענדי לענארד) און האבן נישט אויפגעהערט צו העלפן אפילו אין די שווערע צייטן, און דעריבער האט מען געשטופט דעם וואגן ווילאנג מען האט געקענט, ארויסקוקנדיג אויף די מינוט ווען די סיטואציע וועט זיך טוישן.

און במשך די אלע יארן האט קרית יואל כסדר פארבעסערט און פארבעסערט די באציאונגען מיט דאלעס און אנדערע לאקעל דעמאקראטן. מען האט אנגעגרייט דעם באדן און אויסגעפלאסטערט די סיידוואק פאר'ן מאמענט ווען די דעמאקראטן וועלן איבערנעמען קאנטראל פון די טאון, אז מען זאל תיכף קענען אנפאנגען מיט זיי בכי טוב.

די רעפובליקען אינקאמבענטס זענען אין די זעלבע צייט אויך נישט געשלאפן. זיי האבן אויך געזען אז ס'איז גרויסע צרות, און בשעת די הנהלת הקרי' איז פארנומען געווען מיט'ן פארבעסערן די באציאונגען מיט די דעמאקראטן זענען די רעפובליקענס פארנומען געווען מיט'ן אנקניפן גאר ווארעמע באציאונגען מיט די זאליס, דאס הייסט די סאסמאן ברענטש פון די טאליבאן אלייענס.

זיי האבן ח"ו נישט אויסגעדרייט זייערע רוקנס צו קרית יואל, נאר זיי האבן זיך געמאכט א פשוט'ן חשבון אז היות אלע גוים אין טאון זענען קעגן זיי מוזן זיי האבן אלע אלע אידן אין קרית יואל כדי צו געווינען ריעלעקשאן, און דעריבער וועלן זיי אויך העלפן די זאליס מיט זייערע מוסדות אינדרויסן פון קרית יואל.

און דא דארף מען נאכאמאל באטאנען אז ווער ס'איז יא געווען זייער שטארק אנגעוויזן אויף די טאון אף מאנרא זענען די זאליס, ווייל זייערע בילדינגס (און יעצט אויך זייער ביה"ח) געפינט זיך אינדרויסן פון קרית יואל. זיי דארפן צוקומען צו די טאון פאר פערמיטס, עפראוועלס און א מיליאן אנדערע אישוס א.א.וו.

די לעצטע פאר יאר האבן די זאליס געהאט אן אוזן קשבת ביי די רעפובליקענס אין טאון. עס איז נישט געווען עפעס וואס די זאליס זאלן בעטן און די רעפובליקענס זאלן זיי עס נישט נאכגעבן. דאני וויקס איז ארויס פון זיין וועג צו העלפן די זאליס מיט וואס אימער ס'האט זיך נאר געלאזט.

עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געווארנט דאני וויקס אז ער טוט א גרויסן טעות, ווייל די זאליס זענען געפערליכע בעקסטעבערס און זיי וועלן אים קיינמאל נישט מכיר טובה זיין פאר די הילף וואס ער גיט זיי. אבער ער האט גע'טענה'ט, אז ער האט זייער גוטע פריינד ביי די זאליס, ווי למשל משה פריעדמאן און מענדל שווימער, מיט וועמען ער קען זיך שוין פאר דרייסיג יאר, און אז ער קען נישט גלייבן אז זיי וועלן אים פארראטן.

ווען די זאליס האבן אפגעקויפט פאלאק'ס לאט האבן זיי געמוזט באקומען אסאך הילף פון די טאון, קודם כל האט דער נפטר געוואוינט אין טאון אף מאנרא און נאר די טאון האט געקענט געבן א דעט סערטיפיקעט פאר אים, און אז דאס גייט צו מיט די ווייניגסטע קאמפליקאציעס וואס שייך. די רעפובליקענס זענען ארויס פון זייער וועג צו העלפן די זאליס. דאס זעלבע איז געווען ווען זיי האבן געדארפט באקומען עפראוועל פאר זייער ביה"ח. די רעפובליקענס האבן זיי געגעבן וואס זיי האבן נאר געוואלט.

המשך קומט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2009 04:12 לינק ישיר 

מיט פיר יאר צוריק האט דאני וויקס ווען געדארפט באקומען א ווארענונג ווער די זאליס זענען אבער צו זיין שלימזל האט ער נישט געכאפט אויפ'ן וואונק.

כאטש די טאליבאן אלייענס דארפן פארטרעטן אלע אלייענס מעמבערס, אריינגערעכנט די זאליס, זענען אבער די פירער פון די אלייענס ריינע בני יואל, די בני יואל פירער פון די אלייענס זענען דיקטאטארן, זיי לאזן קיינעם נישט צו צו די מאכט, און זיי אליינס באשליסן ווער, וואס, ווען, אן זיך רעכענען מיט די זאלי אינטערעסן.

און דא דארף מען ארויסברענגען אן אינטערעסאנטע נקודה. בשעת די זאליס' בילדינגס זענען אין טאון אף מאנרא, זענען די בני יואל בילדינגס אין טאון אף וואודבארי (לעצטנס האבן זיי יא אפגעקויפט עפעס א שטיקל הויז אין טאון אף מאנרא, אבער רוב פון זייערע בילדינגס געפינען זיך אין וואודבארי.) אלזא, די בני יואל האבן גאנץ קנאפ איינגעשטויסן מיט דאני וויקס און מיט די רעפובליקענס פון טאון אף מאנרא, און מיט פיר יאר צוריק האבן דיאלייענס פירער - וואס זענען ווי געזאגט ריינע בני יואל אן קיין טראפ זאלי בלוט אריינגעמישט - און דעריבער האבן זיי אינדארסירט אלע דעמאקראטן פאר טאון קאנסיל קעגן די פרא-זאלי רעפובליקענס.

פאר משה פריעדמאן, מענדל שווימער, יעקב מאיר פערענץ און די אנדערע עלטערע באזעסענע זאליס האט דאס זייער פארדראסן, ווייל די רעפובליקענס זענען דאך זייערע פריינט און דא קומען די אלייענס פירער אן זיך רעכענען מיט די זאלי אינטערעסן און זיי אינדארסירן די דעמאקראטן. אבער זיי האבן גארנישט געקענט טאן, ווייל די יונגערע זאליס, טאנצן בלינד נאך די אלייענס און וואס די אלייענס זאגט איז ביי זיי קדוש, ווייל פאר זיי איז די וויכטיגסטע זאך צו געבן א פראסק פאר אהרן ט"ב, און לויט זייערע פארקרומטע מוחות קען מען אים נאר געבן דעם פראסק אויב די זאליס שטיצן בלינד די אלייענס'ס דעסיזשענס, און מען וואוט קעגן די קאנדידאטן וועמען קהל יטב לב האט אינדארסט.

דאני וויקס האט דעמאלטס אנגעקאלט מענדל שווימער און אים געזאגט, "מענדל, איך קען נישט גלייבן אז עטס זענטס אזעלכע פאררעטערס נאך אלעס וואס כ'האב געטאן פאר ענק." דאס זעלבע האט ער אויך געטאן מיט משה מאנראער, וועמען ער האט אנגעקאלט און אים געזאגט אין פנים אריין, "עטס זענטס שלעכטע און פארביסענע מענטשן וואס צאלן אפ די וואס טוען זיי גוטס מיט שלעכטס."

דאני האט געלייגט אומגלויבליכע דרוק אויף די זאלי פירערס, ער האט זיי געקאלט איינמאל און נאכאמאל און אפילו אראפגעקומען צו זייערע מוסדות אויף לארקין און נישט אוועקגעגאנגען פון דארט ביז ווילאנג יעדע יונגל איז נישט אהיימגעגאנגען מיט א צעטל פון די ראשי הזאליס, אז מען זאל נישט שטימען פאר די אלייענס אינדארסירטע קאנדידאטן נאר פאר די רעפובליקאנער.

ווי יעדער געדענקט זייער גוט האבן די יונגערע היציגע זאליס געפערליך געקאכט און געשטורעמט, זיי זענען ארויפגעקומען דא ביי אונז אויף היידפארק און געשריבן אז דאס איז א פאלשע צעטל וואס די אהרונים האבן געמאכט, און אזוי כהנה וכהנה, אנדערע תירוצים. די יונגערע זאליס האבן ארויפגעלייגט צעטלעך אין זייער שול אז ס'איז נישט אריינגעקומען קיין שום שינוי און יעדער זאל ווייטער וואוטן פאר די אלייענס, און אז די צעטלעך וואס זענען ארויסגעגעבן געווארן פון די ראשי הזאליס זענען פאלשע צעטלעך וואס די אהרונים האבן געמאכט.

אבער שווימער און פריעדמאן האבן ארומגעשיקט א טראק אין שטעטל און אויך געזאגט פאר יעדן איינעם וואס האט זיי געפרעגט אז זיי האבן דווקא יא אינדארסירט דאני וויקס און די אנדערע אינקאמבענטס. דער סוף איז געווען אז הונדערטער זאליס זענען געבליבן אינדערהיים, נישט וויסנדיג פאר וועמען צו וואוטן, נאר די יונגע היציגע זאליס זענען ארויסגעקומען וואוטן און זיי האבן געוואוט מיט די אלייענס.

צום סוף האט דאני וויקס דורכגעשוויצט יענע עלעקשאנס, ווייל די דעמאקראטן און די פראטעקט מאנרא האבן אינדארסט אנדערע קאנדידאטן און די מאנראער איינוואוינער זענען געווען צוטיילט צווישן די צוויי פארטייען, און מיט די הילף פון דעם קרית יואלער בלאק וואוט האבן די אינקאמבענטס געווינען.

אבער די אלייענס פירער זענען ארויסגעקומען צוביילט און צוזעצט, דא האבן זיי פרובירט צו קלעימען פאר די דעמאקראטישע פארטיי אז זיי זענען די דעמאקראטישע פארטיי פון קרית יואל און דערווייל האבן זיי נישט געקענט צושטעלן די נאמבערס וואס זיי האבן געקלעימט אז זיי האבן.

די דעמאקראטן האבן געזען וואס דא טוט זיך און אז ס'האנדלט זיך פון א צודרייטן אלייענס וואס ווערט געפירט דורך יונגלעך וועלכע קענען זיך נישט פאראייניגן אויף איין אפיניאן, און דאס האט געפירט דערצו אז זיי זענען געווארן נאכמער נאנטער צו קהל יטב לב, זעענדיג אז ביי קהל יטב לב איז מען פאראייניגט און דער גאנצער עולם קומט ארויס שטימען פאר וועמען קהל האט אינדארסירט. זיי זענען געווארן נאר נאכמער קאנווינסט אז אויב ווילן זיי אנקומען ערגעץ מיט קרית יואל דארפן זיי פרובירן צו גיין דווקא מיט די לעגיטימע פירערס פון קרית יואל.

במשך די קומענדיגע חדשים נאך די וואלן האבן דאני וויקס און די אנדערע רעפובליקענס ערנסט איבערגעטראכט אז אויב דארף יעדעס מאל געשען א נס אז זיי זאלן געווינען דאן איז שוין אפשר צייט אז ער זאל רעטייערן נאך איבער דרייסיג יאר אויפ'ן בענקעל. אבער נאכ'ן טראכטן און טראכטן זענען זיי געקומען צו אן אנדערע מסקנא, אז אנשטאט רעטייערן גייען זיי נאכמער פארבעסערן זייערע באציאונגען מיט קרית יואל, און... מיט די זאליס. דאני וויקס האט געטראכט אויב ער וועט פון יעצט און ווייטער געבן נאך סאך בעסערע סערוויס פאר די זאליס ווי ביז יעצט, וועלן זיי מוזן שטימען פאר אים טויט אדער רויט.

המשך קומט...



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 06/11/2009 6:00:49




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2009 04:41 לינק ישיר 

עטליכע אינטערעסאנטע זאכען.
עס איז דא אזא זאך ווי באזעסענע זאליס??
די טאון באאמטע רעכענען זיך שוין יארען מיט די אלייענס בלאק וואוט?
הארלי דאולס איז געווארען אריינגעברענגט דורך קרית יואל?  (פאר ווער עס ווייסט נישט הארלי דאולס האט נאך קיינמאל נישט געהאט קיין פארמעסט, ער איז געלאפען אן קיין קעגנער ביי די געוועזענע וואלען, די קומענדיגע וואלען וועט לכאורה זיין די ערשטע מאל וואס ער וועט האבען א פארמעסט)
דאנני וויקס האט געהאלפען ביים נייעם בית החיים??? איך האב געליינט אין ענקערע פראפאגאנדע בלעטער אז סעגעדין האט עס גאר ערלעדיגט

ביי די עלעקשענס פון 2006 איז נאך נישט געווען קיין פעלאסי און קיין ריעד, זיי זענען געקומען צו די מאכט נאך די וואלען.
אבער נאך איידער זיי זענען געקומען צו די מאכט האבען זיי געפינען פאר וויכטיג אויפצוזיכען אויף די מאפע קרית יואל און בעטען אז מען זאל אינדארסירען די לאקאלע דעמאקראטען...

זיסע חלומות......



תוקן על ידי bigsatmar ב- 06/11/2009 4:42:11




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2009 05:04 לינק ישיר 

פיר יאר איז אריבער פון פיר יאר צוריק און ס'איז אנגעקומען פרישע וואלן, און די אלייענס האבן עודך ארויסגעשטעלט א ליסטע און זיי האבן אינדארסירט די דעמאקראטישע קאנדידאטן פאר קאנסיל מעמבערס.

פונקט ווי ביז יעצט איז די אינדארסמענט נישט געווען געבעיסט אויף אידעאלאגיע אדער אויף עני אנדערע סיבה, נאר אויף די אלטע וואנזיניגע סיבה אז מען מוז שטיצן דעמאקראטן ווייל די אהרונים זענען רעפובליקאנער. (די חברה זענען עפעס געבליבן סטאק ביי תשנ"א. זיי האבן אינגאנצן נישט מיטגעהאלטן וואס דא האט פאסירט די לעצטע צען יאר. די עלעקשאן פון דזשאן האל, די עלעקשאן פון הארלי דאלעס, א.א.וו. עפעס זענען זיי געוועזן בלינד.)

ווען די הנהלת הקרי' האט געזען דעם צעטל פון די אלייענס האבן זיי נישט אויפגעהערט צו לאכן און לאכן און לאכן. עס איז געווען דער בעסטער וויץ וואס זיי האבן נאר אמאל געהערט אין יארן.

און די סיבה דערצו איז געווען זייער פשוט, דער בחור הארלי דאלעס האט היי-יאר צוזאמגעשטעלט א מעכטיגע דעמאקראטישע ליסטע אין טאון, אלע פון זיי זענען זיינע מענטשן און פריינד. זיין אייגענע פרוי האט ער ארויסגעשטעלט צו לויפן פאר דזשאדזש. דאלעס איז געקומען צו די הנהלת הקרי' אדער ווי זיי זענען באוואוסט היינט צוטאגס אלס "אנ"ש" און געבעטן אז מען זאל שטיצן זיינע קאנדידאטן.

וויבאלד דאלעס איז זייער א נאנטער חבר פאר קרית יואל (ומכלל הן אתה שומע לאו) האט מען געזוכט אים צו געפעלן. מען האט אים געזאגט אז מען וועט טאן וואס מען קען. פארשטייט זיך אז גוטע פריינט אזוי ווי דאני וויקס און סענדי לענארד וועט מען בשום אופן נישט פארראטן, אבער דאלעס' פרוי, וועמען ער האט ארויסגעשטעלט אלס א ריכטער קאנדידאט וועט מען יא שטיצן קעגן דזשאדזש ראזנטאל. ראזנטאל האט קיינמאל נישט געהאט קיין באציאונגען מיט קרית יואל, נישט צום גוטן און נישט צום שלעכטן, ספעציעל זייט דער רעפובליקען טשעירמאן ביל דעפראספא האט ארויסגעגעבן די נייע פארארדענונג אז מען חנפ'עט זיך מער נישט צו קרית יואל. אויך האט מען מסכים געווען צו שטיצן איין דעמאקראטישן קאנדידאט פאר טאון קאנסיל קעגן דעם רעפובליקען פיטער מארטין, ווייל מארטין האט קיינמאל נישט איינגעטונקען קיין פינגער אין קאלט וואסער פאר קרית יואל. די איינציגסטע סיבה פארוואס ער האט זוכה געווען צו באקומען קרית יואל'ס אינדארסמענט איז געווען צוליב זיין פריינט דאני וויקס, וואס האט דאס געהאט אויסגע'פועל'ט ביי אים.

יעצט, נאכדעם וואס די אלייענס האט ארויסגעשטעלט זייער ליסטע האבן די הנהלת הקרי' ווי געזאגט זייער געלאכט, ווייל זיי האבן געוואוסט אז די אלייענס טוען ארויסשטויסן די זאליס' בעסטע פריינט אין טאון אף מאנרא.

און פונקט ווי פיר יאר צוריק האט זיך איבערגע'חזר'ט די זעלבע געשיכטע. דאני וויקס האט אנגעקאלט זיינע פריינט ביי די זאליס, מאנראער און שווימער, און ער האט זיך געבעטן און געוויינט צו זיי, פליז טוטס דאס נישט פאר מיר. איך בין דאך ענקער פריינט.

ביי א מיטינג וואס איז פארגעקומען זונטאג נאכמיטאג פאר די וואלן ביי משה מאנראער אין זיין מאנראער דירה איז געגאנגען קולי קולות, ס'איז געווען ממש אויף טישן און אויף בענק. די אלד טיימערס האבן געשריגן אז די אלייענס טוען אונטערהאקן די פיס פון די זאליס.

אבער די אלייענס האט געהאט די שטיצע פון די יונגע זאלי היץ קעפ, וואס ווי געזאגט איז ביי זיי דער עיקר אפצוטאן אהרן ט"ב, און ס'האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילנו. אויף איין קאנדידאט האבן זיי זיך געבראכן און זיך געטוישט, אויף טאון סופערווייזאר סענדי לענארדס, אז נאר איר גייט די אלייענס יא אינדארסן, אבער אויף די אנדערע קאנדידאטן האבן זיי געזאגט, בשום אופן, אריינגערעכנט דער בעסטער זאלי פריינט אין טאון, דאני וויקס. זיי האבן געזאגט אז דאני איז אן אהרוני מיט אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידין, און מען טאר אים נישט שטיצן. אויב וואלט ער געוואלט ארויסווייזן אז ער האט ליב די זאליס האט ער נישט נאר געדארפט העלפן די זאליס נאר אויך געדארפט זיין קעגן דעם טריפה'נעם סקול דיסטריקט וואס איז גע'אסר'ט געווארן דורך די בני יואל.

וואס עס האט זיך אפגעטאן דארט די קומענדיגע טעג קען מען אביסעלע זען פון ליינען די תגובות פון דוד46, נוטראלער און APNEWS אויף כל העולם כולו:

קהל יטב לב ד'סאטמאר ומוסדותי' האבן אין די פאריגע וואלן אויך געשטימט פאר די רעפובליקאנער קאנדידאטן וואס שטייען אלעמאל צו די האנט ווען אימער מען דארף זיי, און ביים מקדש זיין דעם נייעם שטח צום בית החיים האט מען דאס גוט געזען וויאזוי זיי זענען געווען בייהילפיג, שוין אפגערעדט ביים בנין התלמוד תורה אויף לארקין.

------

איך בין יעצט געווען אין ביהמ"ד ויואל משה דקהל יט"ל 5 גארפילד

דארט הענגט א צעטיל אז מען זאל וואטען פאר דאנעלד וויקס

אינטערגעשריבן, משה פריעדמאן, יעקב מאיר פערענץ

--------------------

דאס בעסטע שטיקל איז פון APNEWS וואס פון אים קען מען זען וואספארא פייטס ס'איז פארגעגאנגען צווישן די יונגערע זאליס און די עלטערע זאליס:

ויואל משה, ר' יעקב מאיר פערענץ, ר' מענדעל שווימער און ר' משה פרידמאן האבען אהיים געשיקט מיט אלע קינדער אז מען זאל שטימען פאר דאני וויקס ווייל ער האט געהאלפען מיט די תלמוד תורה אין לארקין און מיט די נייע מיידעל סקול.
די אויבענדערמאנטע האבען אויך געמאכט טעלעפאן רעקארדינגס אז מען זאל וואטען פאר וויקס.
 
אויף דעם איינעם פארמעסט האט זיך  הנהלת ויואל משה אפגעטיילט פון די איחוד הקהלות. 
 
עקסטער האבען זיך ארויסגעשטעלט עטליכע ויואל משה אינגעלייט, חברי וועד הפועל, האבען ארויסגעהאנגען צןעטליך ווי זיי האבען אינדארסירט די איחוד הקהלות קאנדידאטען אנטקעגען דאני וויקס

אזוי ווי די זאליס האבן געשריבן דא אזוי איז טאקע געווען. די אלד טיימער זאליס האבן אינדארסירט די רעפובליקענס אבער די יונגערע חברה זייערע האבן אראפגעריסן די צעטלעך פון די אלד טיימערס און אויפגעהאנגען אנדערע צעטלעך קעגן דאני וויקס. די יונגע זאליס האבן געפירט גאר א שטארקע מערכה, ממש ביז געוואלדטאטן קעגן פערענץ, שווימער און מאנראער. מען האט אנגעקאלט יעדן איינעם און זיי געזאגט אז פערענץ, שווימער און פריעדמאן קענען נישט רעדן אין נאמען פון קהל, און מען דארף וואוטן נאר פאר די אלייענס קאנדידאטן, און זיי האבן טאקע אויסגעפירט, רובא דרובא פונעם עולם האט געפאלגט די יאנגסטערס און זיך צוגעשטעלט צו די אלייענס קעגן די בעסטע פריינט פון די זאליס אין טאון אף מאנרא, וואס ווי די זאליס האבן געשריבן אויף כל העולם כולו האבן זיי נאר באקומען דעם ביה"ח א דאנק די רעפובליקענס.

בנין נערים סתירה.

דאני וויקס איז געווען אויפ'ן טעלעפאן מיט שווימער, מאנראער און פערענץ און מיט יעדן וועמען ער האט נאר געקענט און ער האט געוויינט צו זיי, איך בעט ענק איין זאך, עטס ווילטס נישט וואוטן פאר מיר דאס איז פאר זיך אליין א מעכטיגע כפוי טובה'שאפט, אבער כאטשיג בלייבטס אינדערהיים, און קומטס נישט ארויס קעגן מיר, שטעכטס נישט ענקער גוטע פריינד.

די זאלי פירערס האבן אים געענטפערט, "דאני טייערער, מיר וואלטן דיך שטארק געוואלט העלפן, אבער ליידער זענען מיר נישט באלעבאס, די יונגערע, זיי פירן אלעס, און זיי רייסן אראפ אונזערע צעטלעך, און זיי האקן אונטער אונזער קאמפיין. מיר האבן דיך שטארק ליב אבער מיר קענען דיך נישט העלפן."

און די מענטשן וואס האבן געווארנט דאני'ן אז ער זאל וויסן אז ער לייגט זיך אריין אין א קראנקן בעט, האבן אים יעצט געזאגט, "דאני, דאני. וואס האבן מיר דיך געהאט געזאגט?"

די זעלבע מענטשן האבן אויך געזאגט פאר דאני'ן, "דאני, דו ביסט טאקע א גוטער פריינד פאר אונז און מיר וועלן דיך ווייטער שטיצן. אבער ווי דו פארשטייסט אליין קענען מיר מער נישט שטיצן מארטין און ראזנטאל, וועלכע האבן אונז סייווי קיינמאל נישט געהאלפן, ווייל פארוואס זאלן מיר שטיצן די פריינט פון די זאליס, ווען די זאליס אליין שטיצן זיי נישט."

בשעת וויקס האט געוויינט צו זיינע פריינט ביי די זאליס האט דאלעס אנגערופן זיינע פריינט פון אנש און זיך באדאנקט פאר זיי פאר'ן שטיצן זיין פרוי און זיין גוטן פריינט וואס האט צוגעזאגט צו העלפן קרית יואל. בשעת ביי די אלייענס האט מען זיך געריסן און געאמפערט האט אין אנש געהערשט א רואיגקייט און זיכערקייט, מען האט צוגעגרייט די וואלן און זיך געגרייט ארויסצושיקן דעם עולם שטימען אין די מאסן.

די הנהלת הקרי' איז געווען אויפ'ן טעלעפאן די גאנצע צייט מיט די טאפ טאפ דעמאקראטישע פירער, נישט פון מאנרא אדער פון ארענדזש קאונטי, נאר פון ניו יארק סטעיט, און זיי האבן קאנווינסט די הנהלה אז מען זאל אינדארסירן אלע פיר דעמאקראטישע קאנדידאטן פאר סופרים קאורט דזשאדזשעס, כאטש די אלייענס, און סקווער און וויזניץ-מאנסי האבן נאר אינדארסירט צוויי דעמאקראטן און נישט אלע פיר. קרית יואל האט נאכגעגעבן דעם פארלאנג פאר אירע דעמאקראטישע פריינט און וועגן דעם איז קרית יואל געווען די איינציגסטע וואס האט אינדארסט אלע פיר קאנדידאטן און נישט נאר צוויי.

איר פארשטייט? בשעת די אלייענס האבן זיך געגרייט ארויסצורוקן די אהרונישע רעפובליקענס, זענען גאר די אהרונים געזיצן אויף פעסטע מיטינגס מיט די דעמאקראטישע פארטיי פירער...

דער עולם האט זיך ב"ה צוגעהערט צום רוף, און ארויסגעקומען שטימען.

די נאכט פון די וואלן איז אנגעקומען און אלע קאנדידאטן וואס קהל האט אינדארסירט האבן געוואונען חוץ פון דאני וויקס, וואס איז געפאלן א קרבן פון די זאלונישע שלעכטסקייט און רשעות. עס איז געווען א געפערליכער רשעות און אן עקזעמפל וואס עס געשענט ווען מען העלפט זאליס, אז מען באקומט צוריק שטיינער דערפאר.

דער ערשטער טעלעפאן קאל צו די צוויי דעמאקראטישע זיגער איז געקומען פון... יא, איר האט גוט צוגעטראפן, זייערע גוטע פריינט אין קרית יואל, די ווילידזש.

די רעפובליקענס וואס האבן געקניט צו די זאליס זענען ארויסגעפלויגן. עס איז אריינגעקומען א נייער דור פון דעמאקראטן אשר לא ידע את משה מאנראער ואת מענדל שווימער, און די גוטע צייטן ווען די צוויי זענען נאך געווען מושל בכיפה.

אין נאמען פון די אנש דקרית יואל ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די זאליס פאר'ן אריינשטעכן א מעסער אין זייער אייגענעם רוקן און אריינברענגען אונזערע גוטע פריינט אינעם טאון באורד.

און טייערע זאליס, פארגעסטס נישט איין זאך, די פאליטישאנס האבן יעצט אלע באקומען זייער א גוטן לעסאן וואס עס געשעט ווען מען העלפט זאליס. זיי וועלן שוין וויסן וויאזוי צו האנדלען מיט ענק אין די צוקונפט. זיי האבן געזען וויאזוי אנ"ש איז געגאנגען פאר דאני וויקס אין פייער, כאטש ער האט נישט געהאט קיין טשענס צו געווינען, נאר וויבאלד ער איז א גוטער פריינט, און זיי האבן געזען אז ווען מען איז א גוטער פריינט פאר קהל יטב לב פארלירט מען נישט קהל יטב לב'ס שטיצע.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2009 05:26 לינק ישיר 

ביג סאטמאר, מען זעט קלאר אז דו ווייסט זייער ווייניג, און דו ביסט אויך פון די נעבעכדיגע וואס האבן זיך געלאזט פארפירן פון די היץ קעפ ביי ענק.

איז דא וועל איך אויפווייזן דיינע שקרים איינס ביי איינס: קודם כל, דאס אז די רעפובליקענס האבן געהאלפן די זאליס באקומען דעם ביה"ח דאס האסטו נישט געדארפט ליינען ביי אהרונישע פראפאגאנדע פעיפערס, ווייל דאס האבן ענקערע מענטשן געשריבן אויף היידפארק.

איך וועל דיר נאכאמאל ברענגען א שטיקל וואס דוד46 האט געשריבן, כזה:

קהל יטב לב ד'סאטמאר ומוסדותי' האבן אין די פאריגע וואלן אויך געשטימט פאר די רעפובליקאנער קאנדידאטן וואס שטייען אלעמאל צו די האנט ווען אימער מען דארף זיי, און ביים מקדש זיין דעם נייעם שטח צום בית החיים האט מען דאס גוט געזען וויאזוי זיי זענען געווען בייהילפיג, שוין אפגערעדט ביים בנין התלמוד תורה אויף לארקין.

דא האסטו דעם לינק:
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2711938&whichpage=&forum_id=16386

המשך יבוא...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2009 05:37 לינק ישיר 

אזוי ווי די ווייסט יא וואס עס טוט זיך, פארוואס האט די אלייענס זיך געבראכען און געשטימט פאר לענארד, די רעפובליקאנער בוזעם פריינד פון די ווילידזש און זיך נישט געבראכען צו שטימען פאר וויקס די בוזעם פריינט פון די זאליס?

בשעת די פעלאסי און ריעד האבען פארלאנגט פון די "אנש" צו שטימען פאר "אלע" 4 דעמאקראטישע ריכטער קאנדידאטען האבען די אלייענס, מאנסי און סקווער געוויסט צו שטימען פאר די ריכטער קאנדידאטען וואס וועלען אריינקומען, און טאקע נאר די 2 וואס די אומוויסענדע אלייענס, מאנסי און סקווער האבען געשטימט זענען אריינגעקומען.

מארטין און ראזענטאל האבען נישט געהאלפען פאר קרית יואל??? 
פארוואס ביי די פארגאנגענע וואלען די לעצטע 20 יאר האט מען אזוי פארפירט אז הכרת הטוב מען מוז שטימען פאר זיי ווייל אויב נישט............. פיל אין די בלענקס...........

מארטין און ראזענטאל זענען פריינט פאר די זאליס????.......  אויך א ניי געבוירענע פאקט

דאלעס איז נאך קיינמאל נישט געלאפען אין קיין פארמעסט....... סתם לאקשען וואס די פארקויפסט פאר ענקערע קיעלעך.........



תוקן על ידי bigsatmar ב- 06/11/2009 5:40:44




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2009 05:39 לינק ישיר 

די פרעגסט מיך אפ מיט אפענע שטיקלעך הייד פארק, איך געב אויף.......




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2009 05:44 לינק ישיר 

יעצט ביגסאטמאר א צווייטע אישו וואו דו פרובירסט צו פארפירן מיט דמיונות, איבער די אינדארסמענט פון דזשאן האל, אז דאס איז נישט געקומען אויפ'ן דירעקטן פארלאנג פון די דעמאקראטישע פירער. יעדער איינער געדענקט נאך זייער גוט די איבערקערעניש וואס איז פארגעקומען אין די גאנצע מידיא איבער די פארהאנדלונגען צווישן קרית יואל און די דעמאקראטישע פארטיי איבער אינדארסן דזשאן האל.

אט געב נאר א קוק דא וואס דער רעקארד שרייבט ביי יענעם פארמעסט, אז ס'איז א נייע וועלט ווען דעמאקראטן און קרית יואל פאראייניגן זיך:

Very new world when Dems, Kiryas Joel unite

http://www.recordonline.com/apps/pbcs.dll/article?AID=/20061113/NEWS/611130322

------------------------------

דא קענסטו ליינען אביסל וואספארא פרעשור די טאפ דעמאקראטישע פירערס האבן געלייגט אויף קרית יואל צו שטימען פאר דזשאן האל

http://www.observer.com/node/30681

און דא קענסטו ליינען וויאזוי פעלאסי און קלינטאן האבן פארארבעט מעשים אז קרית יואל זאל וואוטן פאר דזשאן האל

The state's most powerful politicians frequently court the Kiryas Joel leadership with promises of assistance. New York City Mayor Michael Bloomberg met with Wieder and three other village officials on behalf of Kelly — at the same time that he was being lobbied about a yeshiva that the Satmars want to build in Brooklyn. Clinton and other top state Democrats urged Kiryas Joel officials to support Hall. Even House Speaker Nancy Pelosi phoned Wieder on Hall's behalf.

http://www.forward.com/articles/9887/

יעצט קום נישט מיט דיינע פאלשע מעשיות מיר זאגן אז דאס איז נישט אמת, ווען דורך א פלעינע גוגל סוירטש קענסטו טרעפן די גאנצע אינפארמעישאן.

המשך קומט...



תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 06/11/2009 5:49:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2009 05:45 לינק ישיר 

ביג סאטמאר, ווארף נאך ליגנטס פליז. אלעס איז כתוב וחתום, מען וועט דא אלע דיינע ליגנטס אויסטאן נאקעט.

אביסעלע געדולד ביטע...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2009 05:58 לינק ישיר 

יעצט, דאס וואס ביג סאטמאר, דער גרויסער ידען, שרייט אז דער דעמאקראט הארלי דאלס האט קיינמאל נישט געהאט קיין קעגנער, סורפרייז סורפרייז סורפרייז

לעקסינגטאן האט נאך דער סעמפל בעלאט פון יאר 2007, ווען קהל יטב לב האט אינדארסט דאלס אויף די אינדעפענדענסט ליין קעגן דעם רעפובליקען עדווארדס דאליס.

ביג סאטמאר, דאס איז עקזעקטלי וואס איך טענה, עטס זענטס עפעס געפּופן די לעצטע צען יאר. עטס האט פארפאסט דעם מעידזשאר טשעינדזש וואס איז פארגעקומען, וויאזוי קרית יואל האט צוביסלעך אנגעפאנגען צו שיפטן פון די רעפובליקען פארטיי צום צענטער, און אנגעקניפט ווארעמע באציאונגען מיט די דעמאקראטישע לידערס.

וועגן דעם מר. ביג סאטמאר, האט עטס געמאכט דעם פאטאלן טעות און אינדארסירט קרית יואל'ס נייע פריינט, און ארויסגעקאפעט ענקערע פריינט.

הא הא הא.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2009 06:21 לינק ישיר 

איך וויל נישט צופיל רעדן ווייל דא גייען נאך קומען א שיינע פאר מעידזשאר סורפרייזעס וואס גייען כאפן די זאליס און זייערע אלייענס פריינט אין א געפערליכן שאק. צוויי זאכן קען איך ענק יא זאגן:

1. די זאליס האבן פארלוירן זייער שטעקן אין דעם טאון קאונסיל, ווייל זיי גייען מער נישט קענען האלטן דאני וויקס ביים קארג. זיי וועלן צאלן א טייערן פרייז פאר זייער שטיקל קעגן וויקס.

2. איך ווייס נישט ווי לאנג ס'וועט דויערן אבער ביז אפאר יאר גייט איר הערן אז די אלייענס האט געדראפט די דעמאקראטישע פארטיי, און אנגעפאנגען צו אינדארסן נאר רעפובליקאנער - געדענקט, איר האט עס געהערט צום ערשט פון לעקסינגטאן, גיטס מיך קרעדיט ווען עס געשענט!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2009 06:25 לינק ישיר 

לעקסינגטאן כתב:
די וואך זענען תושבי קרית יואל עדות געווען צו אן אומגלויבליכע געשיכטע, די ראשי הזאליס אין קרית יואל זענען געגאנגען בידים און זיך געשטאכן אין רוקן, דורך ארויסוואוטן זייערע בעסטע פריינט פונ'ם טאון קאונסיל אין טאון אף מאנרא, און די ווילידזש פירער האבן נישט געקענט טאן עפעס אנדערש ווי זיך קלאפן די פלייצע און לאכן א גוטס.

זיי נישט קיין בהמה קלער נישט אויף די זאליס אויף זייער טעות, זיי קענען זיך נאך לערנען דע רפון און קומענדיגס מאל זיך נישט באנארישען

נישט אלע ראשי הזאליס זענען צוגעשטאנען דערצו. עס זענען געווען אפאר פון זיי וואס האבן פארפירט אז מען זאל יא שטיצן די אינקאמבענטס און מען האט זיך געריסן דארט ביי די קעפ אזוי אז ס'איז שיעור געגאנגען פעטש.

פארוואס באהאלטסטו דעם אמת..... עס איז געגאנגען פעטש, שפיצקע האט געווארפען דעם שפיטיווקערס קוגעל אויפען בן התימני וואס האט אריינגעלייגט דעם יפוער אינעם גרויסען בעכער בשעת משה הייסט הגז"ל זאגען תורה מיט אן אפענעם אלף בינה

אבער לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן נאר דערציילן דבר דבור על אופנו.

ווי יעדער ווייסט איז מאנרא קאנטראלירט געווארן דורך די רעפובליקאנער פאר צענדליגער יארן. אפאר פון די קאונסיל מעמבערס זענען נאך דארט זייט דעם דברי יואל זי"ע'ס צייטן. זיי האבן כסדר געוואונען ריעלעקשאן דורך א מאיאריטעט פון די איינוואוינער פונעם טאון און מיט די שטיצע פון תושבי קרית יואל.

מיט א צען יאר צוריק האט זיך דער מצב אנגעפאנגען צו טוישן. די גוים אין טאון זענען מיד געווארן פון עלעקטן איינמאל און נאכאמאל די זעלבע קאנדידאטן, אזוי ווי ס'איז א נארמאלע זאך אין גאנץ אמעריקע און דערצו האט עס געזאלט הייסן אז די רעפובליקענס זענען פרא-קרית יואל און די שנאה צו קרית יואל איז ווי באקאנט אלעמאל געווען זייער שטארק צווישן די איינוואוינער פון טאון. בקיצור ס'האבן אנגעפאנגען זיך ארויסצושטעלן קאנדידאטן צו לויפן קעגן די אינקאמבענטס. זייט דעמאלטס איז יעדע פיר יאר פארגעקומען זייער שווערע און היציגע עלעקשאנס אין מאנרא. די קעגנערס פון די אינקאמבענטס זענען געלאפן אויף אן אייגענע פארטיי מיט'ן נאמען פראטעקט מאנרא, און אין געוויסע עלעקשאנס האבן זיי געהאט די שטיצע פון די דעמאקראטישע פארטיי, בשעת אין אנדערע עלעקשאנס האבן די דעמאקראטן ארויסגעשטעלט אנדערע קאנדידאטן ווי פראטעקט מאנרא.

אין בערך יענע צייט איז געגרינדעט געווארן די טאליבאן אלייענס פון קרית יואל וואס האט זיך גענומען א ציל צו צוברעכן און נישט אויפצוטאן. זיי האבן באשלאסן אז זיי גייען ארויסשטעלן אייגענע ליסטעס פאר די וואלן, און מיט די הילף פון די בני יואל, זאליס, טאהשער, תולדות אהרנער, ספינקער און אלע אנדערע טאליבאנער פראקציעס אין קרית יואל איז זיי געלונגען אנצוציען צווישן 35 און 40 פראצענט פון די וואוטס.

ווי אזוי שטימט עס אז אין קרית יואל ווי הגה"ק איז משרה זיין הייליקייט זאל זיין 35-40% קעגען אים.  דאס איז דאך זיין פעסטונג אין א סאטמארע שטעטעל בשעת איבער די גאנצע וועלט האט ער 90% סאטמאר מיט זיך אדער לכה"פ 75% ווי זיינע לויערס שרייבען אין די קאורט פאפירען????

די אלייענס האט זיך דעמאלטס געמאכט א חשבון אז היות קהל יטב לב אינדארסירט רוב מאל רעפובליקענס, וועלן זיי זיך נעמען אינדארסירן דעמאקראטן און אזוי ווייזן זייער כח קעגן דעם ווילידזש.

במשך די קומענדיגע פאר יאר איז געשען אסאך זאכן: ניו יארק איז געווארן א שטארקע דעמאקראטישע סטעיט, די רעפובליקענס האבן פארלוירן צענדליגער זיצן אנגעפאנגען פון דעם יו עס סענאט, קאנגרעס, סטעיט סענאט, אסעמבלי און געענדיגט ביז צו די קליינטשיגע טאון פארמעסטן.

וועלכער רעפובליקאנער האט פארלוירען אין די יו עס סענאט אין די לעצטע יארען? ניו יארק איז אייביג געווען א דעמאקטראטישע שטאט, פאר 94 איז קואמא געווען 12 יאר גאווערנאר, און קאטש און דינקינס זענען געווען 16 יאר דעמאקראטישע מעיאר.  דיאמאטא איז אריינגעקומען אין די רעיגען לענדסלייד פון 80 און געווינען שמאלע פארמעסטען קוים מיט די ביינער יעדעס מאל וואס ער איז געלאפען ביז 98 ווען אן אומבאקאנטער קאנגרעסמאן האט אים ארויסגעשטויסען.

קרית יואל האט תיכף איינגעזען אז די ווינט האט אנגעפאנגען צו בלאזן אין א צווייטן דירעקשאן און מען האט אנגעפאנגען אנצוקניפן גוטע באציאונגען מיט די דעמאקראטן. פון אנפאנג איז עס געגאנגען נאר אויף א סטעיט לעוועל, דערנאך איז עס ארויף ביז צו א נעשאנעל לעוועל, ביז ס'איז געקומען דערצו אז די פירער פון קרית יואל זענען געווארן גאר נאנט מיט די סאמע העכסטע דעמאקראטן.

ס'איז נישט געגאנגען פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן. אבער עטליכע אנטוויקלונגען במשך די יארן האבן געפירט דערצו אז קרית יואל האט געצויגן אסאך חן אין די אויגן פון דעמאקראטן, אריינגערעכנט דער פאקט אז קרית יואל האט געהאלפן די דעמאקראטישע פארטיי אין עטליכע פעלער, ווי למשל ביי די עלעקשאן פון קאנגרעסמאן דזשאן האל וואס האט געוואונען נאר א דאנק קרית יואל.
קאנגרעסמאן האלל וואלט געווינען אן קרית יואל אויך, ער האט באקומען 2976 שטימען אין קרית יואל (ער איז געווען אינדארסירט פון ביידע, אלייענס און אנש), קעלי האט באקומען 630 שטימען סך הכל נעט שטימען 2346, אז מען רעכענט וויפיל עס וואלט אויסגעמאכט ווען מען טוישט אריבער דעם זעלבען נומבער פאר קעלי איז דאס 4692, למעשה האט האלל געווינען מיט 4760 שטימען דאס הייסט ער וואלט געווינען אן קרית יואלס שטיצע אויך, אויסער דעם וואס אין די קרוב צו 3,0000 שטימען איז אריינגערעכענט די אלייענס וואס האט זיך געטראפען מיט אים און אינדארסירט נאך היפש פאר די אנש האט אים געשטיצט)     און גראדע איז ער געווען ביי די אלייענס פאר אן אינדארסירונג נאך איידער די "אנש" האט אים אינדארסירט ווען קעלי איז ארויסגעקומען שטארק אנקעגען די פייפליין

ר' ליפא פריעדמאן, אנטשולדיגט, כ'מיין צו זאגן ר' גדלי' סעגעדין, האט שוין דעמאלט איינגעזען ווי וויכטיג ס'איז דער שלח לחמך על פני המים. ער האט מיט זיין געניטן בליק איינגעזען אז די דעמאקראטן זענען אויפ'ן וועג איבערצונעמען די מאיאריטעט אין ארענדזש קאונטי, און ער האט אינוועסטעד זייער אסאך כדי צו אנקניפן פריינדליכע באציאונגען מיט די צוקונפטיגע פאליטישע פירער פון אראנדזש קאונטי.

פתי יאמין..... אפשר ווייזטו אן א דוגמא, אויסער האלל וואס מען האט געשטימט קעגען קעלי און נישט פאר האלל, איז דא נאך דעמאקראטען וואס ער האט געשטיצט יענעם יאר?  עס איז געווען טאון און קאונטי וואלען א יאר פארדעם 2005 און א יאר נאכדעם 2007, וועלכע לאקאלע דעמאקראטען האט ער געשטיצט?????? שלח לחמך........


דאס אז גדלי' האט געמאכט די ריכטיגע קאל דארף מען קיינעם נישט זאגן. במשך די קומענדיגע פאר יאר האבן צענדליגער טויזנטער ניו יארקער איינוואוינער ארויסגעמופט קיין ארענדזש קאונטי. די אמאליגע רעפובליקאנער באזע איז צוביסלעך געווארן מער און מער דעמאקראטיש געשטימט. די דעמאקראטישע פארטיי אין מאנרא איז געוואקסן מיט 600 וואוטערס, בשעת די רעפובליקאנער האבן פארלוירן א שיינע צאל וואוטערס.

איך ווייס נישט צו דער נומבער איז אמת, אבער די דעמאקראטען צוזאם געשטעלט מיט פראטעקט מאנראו האבען געהאט דאס יאר אין טאון ווייניגער שטימען ווי זיי האבען געהאט אין 2005.  4 יאר צוריק צוזאמען מיט סעיוו מאנראו.  בכלל איז ארויסגעברענגט געווארען אין די לאקאלע פרעסע אז די רעפובליקאנער האבען אויפגעלעבט דאס יאר אין די גאנצע האדסאן וואלי ראיאן.  זאג  פאר ליפא סעגעדין אז שלח לחמך ער זאל שוין אנהייבען זיך חנדלען צו די רעפובליקאנער ער זאל נאכלויפען דעם ווינט..........

דא דארף מען אריינהאקן און דערמאנען וואס חז"ל זאגן אונז אלעמאל, עשיו שונא ליעקב. ווי שטארק דער גוי לאכט צו אונז האט ער אונז אלעמאל פיינט. די איינציגסטע זאך וואס מאכט אים פארגעסן זיין שנאה איז דער פאקט אז ער דארף צוקומען צו אונז. פארשטייט זיך אז ס'איז דא אויסנאמען חסידי אומות העולם אבער ע"פ רוב זענען פאליטישאנס - פאליטישאנס און זיי טוען וואס זיי קענען צו געווינען, און אז זיי זעען אז זיי קענען נאר געווינען אויב זענען זיי אנטי-קרית יואל וועלן זיי זיין אנטי-קרית יואל.

פאר לאנגע יארן זענען די ארענדזש קאונטי דעמאקראטן געווען שטארק אנטי קרית יואל, ווייל דאס איז געווען דער איינציגסטער וועג וויאזוי זיי האבן געקענט געוואונען אין אזא רעפובליקאנער פעסטונג. אבער זייט די רעפובליקענס זענען געקומען צו די מאכט האט מען אנגעפאנגען צו זען גאר אן אינטערעסאנטע פענאמענא, די דעמאקראטן האבן אנגעפאנגען נאכצולאזבען פון זייער אנטי קרית יואל שטעלונג און די רעפובליקענס האבן אנגעפאנגען צו ווערן אנטי קרית יואל.

לאו רישא סיפא ולאו סיפא רישא.... די דעמאקראטען האבען יארען לאנג געווינען די רעפובליקאנער פעסטוג.... אבער זייט די רעפובליקאנער זענען געקומען צו די מאכט............?????


אז איך וועל האבען צייט וועל איך ממשיך זיין אפצופרעגען דיינע איבעריגע שטותים און דמיונות




תוקן על ידי bigsatmar ב- 06/11/2009 6:26:54




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2009 06:38 לינק ישיר 

תיקון טעות, הארלי דאולס האט טאקע געהאט א קעגענער פון פראטעקט מאנראו, אבער דער קעגנער איז נישט געווען געשטיצט פון די לאקאלע רעפובליקאנער פארטיי, דאנני וויקס און סענדי לענארד זענען געלאפען צוזאמען מיט דאולס אויף א פאראייניגטע טיקעט, און דאולס איז געווארען אפוינטעד דורכען רעפובליקאנער לענארד.

איך האב געדענקט אז ער האט נישט געהאט קיין ערענסטע פארמעסט ווייל ער איז געווען געשטיצט סיי דורך די רעפובליקאנער און סיי דורך די דעמאקראטען, אבער לעקסינטאן איז גערעכט ער האט טעכניש יא געהאט א קעגנער פון פראטעקט מאנראו וואס פארשטייט זיך קרית יואל וואלט סיי ווי קיינמאל נישט געקענט שטיצען.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2009 09:51 לינק ישיר 

איך וועל זיך נישט וואגן פארצושטעלן אלס עמיצער וואס איז אזוי באהאוונט אין קרית יואל'ער פאליטיק ווי לעקסינגטאן, אבער ביגסאטמאר'ס שטותים האב איך אויך נישט ליב, בפרט ווען די ליגנטס זענען אזוי אויבנאויף.

מילא ווען ענק זאגן סתם ליגנט, דאס ליגט דאך אייך אין די בלוט, די גאנצע זאלי/בני יואל קאמפאני איז אויף דעם געגרינדעט געווארן, אבער אזעלכע נארישע?!

1.
איך ציטיר דיינע ווערטער:

עטליכע פעלער, ווי למשל ביי די עלעקשאן פון קאנגרעסמאן דזשאן האל וואס האט געוואונען נאר א דאנק קרית יואל.
קאנגרעסמאן האלל וואלט געווינען אן קרית יואל אויך, ער האט באקומען 2976 שטימען אין קרית יואל (ער איז געווען אינדארסירט פון ביידע, אלייענס און אנש), קעלי האט באקומען 630 שטימען סך הכל נעט שטימען 2346, אז מען רעכענט וויפיל עס וואלט אויסגעמאכט ווען מען טוישט אריבער דעם זעלבען נומבער פאר קעלי איז דאס 4692, למעשה האט האלל געווינען מיט 4760 שטימען דאס הייסט ער וואלט געווינען אן קרית יואלס שטיצע אויך,

יעצט לאמיר צוזאמען זיך לערנען רעכענען. אויב קרית יואל וואלט געגאנגען פאר קעלי וואלט נישט נאר אריבער די נעט פון 2346, נאר די גאנצע 2976, וואס מיינט אז סך הכל איז עס א טויש פון 5952 שטימען, און א סאך מער ווי די 4760 שטימען מערהייט וואס האלל האט געהאט.

אויב דער רעקארד - וועמען מ'קען נישט חושד זיין אין איבריגער ליבשאפט צו קרית יואל - האט בשעתו דערקלערט ר' אברהם ווידער אלס "קעניג מאכער", מסתמא ווייסט ער וואס ער רעדט.

2.
לעקסינגטאן ברענגט דא א בעלאט וויאזוי האולס האט א "רעפובליקאנער" קעגנער, און קרית יואל שטימט פארן "אינדעפענדענט/דעמאקראט" הארלי דאולס, און דו קומסט מיט א בלעכענעם פנים זאגן אז ער האט נאר געהאט א קעגנער פון "פראטעקט מאונרא"?! קענסט טאקע נישט ליינען וואס שטייט צווי תגובות העכער דיר?!


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 06/11/2009 9:52:57




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2009 16:54 לינק ישיר 

1.   אז די ביסט מבקש האמת קענסטו נאר רעכענען דעם נעט נומבער, ווייל פונקט ווי די פארשטייסט אז ווען אנש אינדארסירט קעלי וואלטען אלע האלל שטיצער (אריינגערעכענט די אלייענס וויילער???) אריבערגעגאנגען צו קעלי דארפסטו פארשטיין אז די אלע קעלי וויילער, וואס שטימען קעגען דעם אנש קאנדידאט וואלטען אין דעם פאל געשטימט פאר האלל אויב וואלט אנש אינדארסנירט קעלי.

אויסער דעם, דער פאקט איז אז לויט דיין רעכענונג קען מען פונקט אזוי מאכען דעם חשבון אז די אלייענס איז דער "קינג מעיקער" וויאזוי די רופסט דאס אן, ווייל ווען די נעמסט אפילו נאר 1000 אלייענס שטיצער ארויס פון די טאטאל נומבערס דאן האט אברהם ווידער נישט גענוג שטימען איבערצווועגען דעם וואגשאל.. דוק

די ראיות וואס די ברענגסט פון די רעקארד און אנדערע צייטונגען, דאס ווייזט אויף ענקער גוטע פראפאגאנדע, איינער פון די צייטונגען וואס די ברענגסט שרייבט עס אפיציעל נאך אין נאמען פון ארי פאלבערמאן ענקער פראפאגאנדע מיניסטער און די אנדערע שרייבען נאך זיינע תורות נאר נישט בשמו.   דער פארווארד איז נישט געגאנגען פרעגען פעלאסי, וואס האט געהאלטען א טאג נאכען יווערען ספיקער צו זי האט טאקע גערופען אברהם ווידער, און די זעלבע זאך מיט ריעד, פעלבערמאן האט עס פארקויפט און זיי האבען עס ווייטער פארקויפט.

דרך אגב, לויט דיין הסבר, קומט אויס אז דער אלייענס איז דער "קינג מעיקער" אין מאנראו......  ביזטו מודה דערצו?

2.   ליין בעסער וואס איך האב געשריבען, איך האב געשריבען אז די לאקאלע רעפובליקאנער פירער האבען נישט געשטיצט דעם קעגנער, אויף זייערע ליטעראטור זענען זיי געלאפען אויף איין טיקעט מיט דאולס,  דער קעגנער איז געלאפען אויף די פראטעקט מאנראו ליין אויך און בעיקר אויף זייער אגענדע און דערפאר האבען די רעפובליקאנער פירער אין טאון קאמפיינד קעגען אים און געלאפען אויף די אינדעפענדענס ליין.  ער האט נישט געהאט קיין שאנס צו געווינען......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווען זאליס שטעכן זיך אין רוקן: די וואלן אין מאנרא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext