בית פורומים אידישע געדאנק

שלום עליכם צו אונזער נייע פארום די "אידישע געדאנק"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/11/2009 20:26 לינק ישיר 
שלום עליכם צו אונזער נייע פארום די "אידישע געדאנק"


דער ציהל פון אונזער פארום איז אויסצולופטערן דעם "אידישן געדאנק".

דער אידישער געדאנק האט זיך און משך הדורות אויסגעצייכנט מיט איר בארימטע
שארפקייט און זעלטן ברייטן חוש און הומאר. עס זענען פארהאן פילע אגדות
און געשיכטעס אויף דעם מהלך המחשבה פון א איד.

דער "אידישער געדאנק" האט ארויסגענומען דעם איד'ל פון סיי וואספארא מצב ער האט זיך געפונען,
 אויב איז ער געווען איינגעשפארט ביים פריץ אין קעלער האט אים זיין געדאנק
ג'עצה'ט וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פון דארט. ביי די ביטערע וועלט מלחמות
איז באוויסט הונדערטער געשיכטעס מיט וואס דער "אידישער געדאנק" האט דעם
אידל ארויסגעזעהן פון זיין ביטערן כאיאטישן צושטאנד.

ע"כ האבן מיר זיך צוזאמגענומען אפאר חברים און באשלאסן צו עפנען דעם
פארום וואס זאל ספעציעל נישט זיין אויסגעשטעלט צו קיין קינדערישע
ראדיקאלע געדאנקן, נאר דייקא פרייליכע, אנשטענדיגע בליצן און מיינונגס
פארשידענהייטן זאלן דא אויסגעליפטערט ווערן אויף א ברייטן פארנעם, להנאת
לב הכותבים והקוראים.

נאך אזא הקדמה איז ממש איבעריג אפילו צו שטעלן די תקנות פארן פארום, ווער
עס שפירט אז ער געפינט זיך און די קאטעגאריע פון זיך ליפטערן די מחשבות
אן נעמען זאכן צום הארצן, נאר מיט פרייליכע געמיטער איז העפליך געלאדענט.
ואיש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.

אצינד טייערע ברודער פון אלע שיכטן און קרייזן ברוכים הבאים, זעצט אייך
צו צום קי בארד און זייט אונז/אייך מהנה!

מיט שעצונג
די הנהלה




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2009 20:40 לינק ישיר 

שלום עליכם מנהל
איך ווארט שוין לאנג אז עס זאל זיך עפענען א היי סטענדערט פארום
מיט אסאך אינהאלט אין מיט ווייניג שטותים
אין ווי עס קוקט מיר אויס ווערט מיין ווינטש מקיום
במילא וויל איך ווינטשען פאר ענק גרויס הצלחה
אז עטס זאלטס ענק קענען האלטן אויף א הויעכן לעוועל פארום

כה לחי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2009 21:04 לינק ישיר 

נא לאמיר זען וואס עטס קענטס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2009 21:31 לינק ישיר 

איר שרייבט זייער הויכע ווערטער אז דא גייט נישט זיין קינדעריש, אבער וואס זענען די "פייערוואלס" אויב וועלן אנקומען די וואס ווילן עס דוקא יא מאכן קינדיש?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2009 21:52 לינק ישיר 

נו געגאנגען !! לאמיר אנהייבן ווער האט עפעס א גוטן יודישן געדאנק??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2009 22:00 לינק ישיר 

אונז וועל מיר שטארק אכטונג געבן אויפן ניווא פונעם פארום
אין אז עס וועט אריינבלאדזשען דא אזא איינער וואס ברענגט אראפ דעם נעווא
וועלן מיר יענעם אויסשליסען פונעם פארום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2009 02:54 לינק ישיר 

שלום עליכם!

א גוטן חשובע מנהל שיחי'

איך ווינטש דיר צו פיל הצלחה צו דיין נייע פראיעקט, דער פארום "אידישע געדאנק", זאלסט טאקע פרובירן צו האלטן דעם פארום אויף א הויעכע ניווא, איך גלייב אז דאס וועט זיך אליין אנזעהן נאך אפאר טאג זיין 'אן די עיר' וועט מען קענען וויסן לאן פניך נועדות.

הצלחה מרובה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2009 03:12 לינק ישיר 

א גוטן.
איך וויל קודם כל באדאנקן דעם חשוב'ן מנהל פארן איינזעהן דאס נחיצות פון גרינדען אזא פארום וואס זאל זיין פאר א העכערע ניווא שרייבער און ליינער.
עס איז נישט קיין סוד אז די צוויי גרויסע סאטמארע פראקציעס הן האדמו"ר מהר"א און הן דער אינגערע ברודער האדמו"ר מהרז"ל פארמאגן ביידע גוט גייענדע פורומים דא אין דעם אכסני' פון בחדרי חרדים, עס איז שוין געקומען די העכסטע צייט אז ווען מען וויל אביסל ארומשווימען אינעם נעץ און זיך לאזן הערן בקול רעש גדול, זאל מען נישט זיין אנגעוויזן אויף די סאטמארע איינזייטיגע פארום'ס, נישט ווייל איך געהער נישט צו איינע פון די צוויי פארטייען, אבער עס איז 'דע פאקטא' אז דער כל העולם כולו פארום איז דער אפיציעלער נייעס קוואל פאר די אהרונישע פארטיי, און ווידעראום די אחים אנחנו פארום איז -  נייטראל אנגעשטעלטע אבער פארט - א זאלי פארום,  און ווען איך וויל מיך לאזן הערן דארט בין איך בינדעדט צו די מיינונגען פון די דארטיגע מנהלי הפארום, איז דאס זייער אומ'בטעמ'ט, און יעצט אז אונזער חשוב'ער מנהל האט זיך גענומען די מיה צו גרינדען אזא פארום וויל איך מיך פאר אים באדאנקן מעומק לבבי, זאל אים דער בוכ"ע געבן כח ער זאל קענען האלטן דעם פארום אויף איר ארגינעלע ציהל אן קיין שום שטערונגען.

זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2009 03:18 לינק ישיר 

מזל טוב! מנהל איך ווינטש דיר אסאך מזל מיטן פארום אין אוואדאי מיטן האלטן אויף א הויעכן סטענדערט וואס איך קוק זייער ארויס דעראויף

דו האסט מיין הילף אל דע וועי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2009 06:11 לינק ישיר 

שלום עליכם "באלאנד" שוין זיך געזארגט אויף אייך... שוין לאנג נישט געזען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2009 23:01 לינק ישיר 
הצלחה מרובה, יה"ר שיתקדש ש"ש על ידיכם,

חזק ואמץ!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2009 00:03 לינק ישיר 

שלום עליכם



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/11/2009 00:31 לינק ישיר 

וואס וועט זיין מיט פארמעגליך
קומט ער אהער ווייטער שרייבן

אדער דא שרייבט מען נאר אויף א הויכן ניווא!?!?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2009 02:13 לינק ישיר 

איך מיין אז עס וועט זיך אנהאלטן אזוי לאנג ווי מלכות סאטמאר פורום (איינער געדענק דאס נאך?)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-11/11/2009 02:30 לינק ישיר 

איך האלט זייער פון די נייע פורום.
די אלטע זאלונישע פורום האט באשלאסן אויסצושליסן אלע ארונים, און איבערלאזן דארטן נאר די בני יואל און נטורי קרתא.
זייער גוט! מ'דארף זיך נישט שעמען! עס מעג זיין א זלונישע פארום! אבער מיט נארמאלקייט. נישט יעדער וואס שרייבט אנטקעגן דיין מיינונג דארף מען שוין אראפנעמען!.KEEP IT UP
הצלחה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2009 23:12 לינק ישיר 

לאמיר האפן אויף די בעסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שלום עליכם צו אונזער נייע פארום די "אידישע געדאנק"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext