דרשת הרב שמואל שלמה טעללער, 25 יאר זינט הכתרת אדמו''ר מ'סאטמאר לגאב''ד ק''י
פין אישי
(קרעדיט: משה_וואלף)
נעכטן מוצ"ש ביי די וועכנטליכע דרשה אין מתיבתא פון ה"ר שמואל שלמה טעלער שליט"א האט ער גערעדט א ספעציעלע דרשה פאר די בחורים לכבוד די 25'סטע יארטאג פון די הכתרה פונעם סאטמערע רבי אלס ק"י רב.
מקען עס הערן אויף "קול התאחדות אברכים" (איך האב עס נעכטן מיטגעהאלטן דארט מיט די הוק-אפ)
212-444-9899
נאכדעם 6 און 7
שמעו ותחי נפשכם
נשלח ב-8/11/2009 22:18
איך האב עס אויסגעהערט נעכטן. זייער א געלונגענע און אויפריכטיגע
דרשה.
ער ברענגט ארויס די חילוק פון א רב און א רבי, און ווי ווייט אונזער רבי איז נישט
בלויז א רבי, נאר סאטמארער "רב" מיט אלע מפרשים.
ער איז געריכטעט מיט זיינע ווערטער צו די בחורים, אבער רוב טייל איז
יעדן אינטערסאנט צו הערן.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 08/11/2009 22:24:49
נשלח ב-8/11/2009 23:32
ס'איז אפשר נישט דאס פלאץ דא, אבער אז מדערמאנט דא דעם קול התאחדות אברכים, וויל איך אויסדרוקן מיין התפעלות פון דעם סיסטעם.
לויט וויפיל איך הער די אלע האטליינס, האט נאך קיין איין חסידות (ארייינגערעכנט בעלזא) נישט אהערגעשטעלט אזא געלונגענע סיסטעם.
איך ווייס נישט ווער די עסקנים זענען, אבער איך שיהי': כה לחי! אייער ארבעט ווערט געשעצט דורך אלע אנשי שלומינו!
נשלח ב-8/11/2009 23:51
אפשר איז מען טאקע מהנה דעם עולם דא ווער סהאט בילדער פין די הכתרה אדער די כתב רבנות אדער דרשות אין אויב סאיז דא קליפס
נשלח ב-8/11/2009 23:58
איך שעץ זייער שטארק דעם שמואל שלמה טעללער, אבער איך האלט אז ער איז א מבין אפשר צו די היסטאריע פון סאטמאר, אבער בנוגע צו די היסטאריע פון בעלזא און סאטמאר, ובפרט די קשרים פון בעלזא רב ז"ל מרן אהרן קדוש ה' זי"ע מיט דער סאטמאר רב ז"ל האט ער זיך אינגאנצען פארפאשקט מיט זיינע שטותים און אייגענע דיאגנאזע... ודי למבין.
נשלח ב-9/11/2009 00:24
ענתיק
לויט ווי איך פארשטיי גלייכסטו נישט - אלס בעלזער, די וועג וויאזוי ער האט עס באשריבען, מאיזהו סיבה שהוא.
ר' שמואל שלמה אז פארט באקאנט אלס זעלטענער ידען, אין האלט זיך זייער צו אמת'ע פאקטען, אין זייער ארטיקלען אין ספרים זענען באקאנט אלס פארלעסליך אין קלאר אין קראנט.
נשלח ב-9/11/2009 06:57
איך האב אויסגעהערט כמעט די גאנצע דרשה!
עס איז הערליך, אלעס שיין אויסגעשמועסט, דבר דבר על אופניו, ער איז א פה מפיק מרגליות,
עס בלייבט נאר איבער צו וואונטשן אז ער זאל ווייטער קענען פארשפרייטן זיין השקפה ורעיונות, ער זאל זיין א מעין דלא יפסק,
איך וואלט מיר ערלויבט צו זאגן: ווען כלל ישראל זאל האבן נאך עטליכע אזעלכע בעלי דרשנים וואלטן מיר אנדערש אויסגעקוקט.
[אגב האב איך געוואלט וויסן צו עס איז דא צובאקומען אן MP3 פון אלע זיינע דרשות בנוגע ציונות]
נשלח ב-9/11/2009 17:38
דער געלער בדחן דרייט זיך ארום מיט א טינא בלב אויף הר''ר ר' שמואל שלמה,
ווייל ער גייט אריין און זיין טערעטארע, לשיטת הגעלען בדחן באלאנגט די תולדות פון רבינו הקוה''ט נאר פאר אים, ווייל נאר ער האט די נויטיגע קלאפעקאציעס, צו פיקסען די פאקטען, אז רבינו הקוה''ט זאל אויס זען אקארט אזוי וואו ער זעט עס און דמיון!
2 ווייל ר' שמואל שלמה אלס א אמת'ער מענטש שרייבט נאר זאכען פון קראנטע ספרים, מכלל הן אתה שומע לאו, דעריבער איז די ניין בענדער פון דעם געלען בדחן נישט אויף זיין ליסטע, דעריבער האט ער אויף געוועקט אויף זיך די צארען פונעם בער!
טאקע דאס די חשובות פון מבצר התורה ויראה - ומשה היה רועה,
נשלח ב-9/11/2009 17:56
ווי עס קוקט אויס איז דא א פשרה ר' שלמה יענקל געבט איבער די היסטאריע פון רביה''ק
מסאטמאר זיעועכי''א,
און ר' שמואל שלמה די היסטאריע פון רבינו ברך משה זצ''ל אויף וואס ער האט נישט קיין קאמפעטישאן דערווייל ,
און יעצט פרובירט ער שוין צו פארכאפן אויך די היסטאריע פון ר' אהרן
{שלא ביושר ווייל פארמעגליך האט דאס שוין פארכאפט}
אבער למעשה האט ער גארנישט פארציילט וואס עס האט זיך אפגעטוהן בשעתו
נאר פשוט גערעדט הוילע חסידות פראפאגאנדע פאר די בחורים שמעו ותחי נפשכם
נשלח ב-9/11/2009 19:04
העלד
כ'זעה אז די האסט נאכנשיט געליינט די הערליכע 3 שטארקע אויפגעכאפטע בענדער פין מבצר תורה ויראה.
ווען יא וואלסטו שוין געוויסט וואס עס טוט וויי פאר שלמה יענקל
עס איז דא אזויפיל ארגינעלע זאכן וואס מען קען שרייבן פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע לויט ווי ער איז באמת געווען.
און בנוגע זיין דרשה מוצ"ש האב איך באמת הנאה וויאזוי ער מוז כסדר פיטערן די קינדערלעך מיט מארפיום און דערציילן פון די "הייליגקייט" פונעם מאנראוער צדיקל און שווענקען די תמימותדיגע מוחות, כדי זיי זאלן ח"ו נישט פארכאפט ווערן וד"ל
נשלח ב-9/11/2009 19:25
דיר קרענקט די ומשה הי' רועה ווייל ר' שמואל שלמה האט עס געשריבען
אין ספעציעל ווייל ער באשרייבט ''כ''ק רבינו בעל ברך משה ז''ל'' - פינקט ווי אלע זאלי'ס
אין בנוגע די דרשה, כ'פארשטיי וואלסט ערנסטע געקענט באשטיין ס'זאל זיין וואס צו רעדן פין רז''ל, אבער וואס זאל מען טוהן אז מ'קען נאר רעדן פין זשיגאן....
(כ'זעה אז די געדענקסט נישט די דרשות ווי גליק פלעגט אויסרומען דעם רבין ז''ל ''בפניו'' אין שלא בפניו ביי פארשידענע געלגענהייטן, אדער ווי ר' אברהם ישעי' ווייס פלעגט אויסרומען רבינו בעל ברך משה ז''ל וכו')
תוקן על ידי rebyankel ב- 09/11/2009 19:38:57
נשלח ב-9/11/2009 19:35
עס איז נישטא קיין גרעסערע בזיון פאר א רבין (ובפרט פאר ענקער רבין וואס דארף לכאורה זיין דער רשכבה"ג...) אויב מן דארף אים אויסלויבן בחייו
ווער האט בילדער פון די "מעכטיגע" הכתרה מוצש"ק וירא תשמ"ה זאל עס דא פאוסטן
נשלח ב-9/11/2009 23:53
דוד46 כתב:
און ביי די וועי
ווער האט בילדער פון די "מעכטיגע" הכתרה מוצש"ק וירא תשמ"ה זאל עס דא פאוסטן
ביסט גערעכט ווי זענען טאקע בילדער פין דע הכתרה אין ווער האט נאך דאקאמענטן ווי למשל די כתב רבנות איך האב שוין נעכטן געבעטן א לאנג דארט צי טרעפן עפעס בילדער