די וויכטיגסטע פרט וואס איך געדענק גוט ביי הכתרה ווי הר"ר מענדל פ"מ ז"ל האט אויפגעליינט בתמימות די כתב רבנות פאר'ן נייעם רב און האט אנגעהויבן מיט די ווערטער "בסייעתא דשמיא ...... שטייט נישט". ס'איז געווארן אויף א האלבע מינוט אזא שטילקייט ווייל מ'האט געווארט אז עימעצער זאל דאס איבערנעמען און צו שרייבן פון אויבן.
פון דאמאלטס און ווייטער איז ליידער די גאנצע ענין געבליבן א פלעק אויפן קריתץ יואל'ר רב שליט"א.
איך בין געווען פארווינדערט אז אויב דער שרייבער האט דאס פארגעסן, פארוואס האט ר' מענדל דאס אזוי ברבים אויסגערופן.
פון דאמאלטס און ווייטער האב איך געזעהן ווי יעדן חודש האבן זיך צוביסלעך אפגעשאקעלט נאך און נאך מענטשן פון זיינע הייסע חסידים, ביז ס'איז געקומען די תקופה פון קפץ עליו זקנה און די א גרויס חלק פון די אמאליגע היציגע חסידים האבן זיך געטוישט די מיינונג מיט א טענה אז דער קרית יואל'ר רב האט ווייניג סייעתא דשמיא
נשלח ב-10/11/2009 00:15
1) יעצט געבאקן.
2) איך געדענק נישט אז אפרים פאלקאוויטש ע"ה זאל האבן געווען ביי די הכתרה און איז געווארן א שונא שפעטער.
אויך געדענק איך נישט אז אזעלכע מענטשן ווי אלי' דוד טירנויער ע"ה ובניו, זאל האבן דארט געווען.
אויך בין איך כמעט זיכער אז ר' אליעזר הארפענעס ע"ה, ר' הערשל פאלקאוויטש, וכו' וכו' זענען נישט געווען ביי די הכתרה.
באקומען אין אישית — די אנדערליינט ווייזט אז דער צדיקל איז אויפגענומען געווארן נאר אלס א שליח פון מרן רבינו הגה"ק בעל
ברך משה זי"ע און ווי נר ער האט מועיל געווען בשליחותו (כלשון קדשו פון רבינו בעל ברך משה זי"י במכתב קדשו צום צדיקל)
האט ער מתיר געווען צו עפענען א קהילה ומוסדות אפגעטיילט פון דעם בן סורר ומורה ווי אויך מתיר געווען סידר קידושין.
נשלח ב-10/11/2009 01:51
פארוואס קען דיין באם נישט זיין מסדר קידושין ?
(מען דארך זיך נאך פרעגן ביי פעקטע פארוואס ס'לוינט זיך נישט צי קריגן )
נשלח ב-10/11/2009 01:52
און ביי די וועי
ווער האט בילדער פון די "מעכטיגע" הכתרה מוצש"ק וירא תשמ"ה זאל עס דא פאוסטן
צווייטע בקשה!
נשלח ב-10/11/2009 02:22
צביהירש כתב:
איך בין געווען פארווינדערט אז אויב דער שרייבער האט דאס פארגעסן, פארוואס האט ר' מענדל דאס אזוי ברבים אויסגערופן.
פון דאמאלטס און ווייטער האב איך געזעהן ווי יעדן חודש האבן זיך צוביסלעך אפגעשאקעלט נאך און נאך מענטשן פון זיינע הייסע חסידים, ביז ס'איז געקומען די תקופה פון קפץ עליו זקנה און די א גרויס חלק פון די אמאליגע היציגע חסידים האבן זיך געטוישט די מיינונג מיט א טענה אז דער קרית יואל'ר רב האט ווייניג סייעתא דשמיא
איך האב קיינמאל נישט געוואסט אז די אלע (אומ)מענטשן וועלכע פלעגן צובלוטיגן דעם ברך משה'ס פיס יעדע מאהל ווען ער איז געקומען צום פעטער, די אלע (אומ)מענטשן וועלכע פלעגן טרינקן זיין בלוט מיט א שטרוי יעדעס מאהל וואס זיי האבן נאר געהאט א געלעגענהייט, די אלע מענטשן וואס זענען ארויס בחרב ובחנית אנטקעגן זיין גרויסן טאטע'ן זצ"ל, די אלע (אומ)מענטשן זאלן האבן געווען ביים רבי'נס הכתרה.
חוץ פון יודל וויינשטאק (נעעעבעך), וועם נאך?
נשלח ב-10/11/2009 02:45
דער שרייבער פון קאנסוס איז געווען משה לייב דייטש
א וואונדער ער האט פארגעסן ....
אבער אגב, איך זע דארט אין גרויסן בעזהשי"ת
נשלח ב-10/11/2009 02:52
דאס האט מען צוגעשריבן א טאג נאך די הכתרה..
נשלח ב-10/11/2009 02:53
וואלןסח
דו קענסט נשיט גוט ספינען.
עס וואלט געפאסט דו זאלסט זאגן, אז "שוין דעמאלסט מיט 25 יאר צוריק האט דער משכיל דייטש געזוכט וועגן וויאזוי צו באשמוצן דעם רבי'ן שליט"א"...
נשלח ב-10/11/2009 02:54
עס איז דא נאך עטליכע פונקטן בנוגע די הכתרה, אבער דאס וועט שוין מוזן בלייבן אויף מארגן אי"ה.
נשלח ב-10/11/2009 18:47
איך מיין אז פארמעגליך וועט מוזן אנהייבן א מעכטיג ארטיקל איבער די אויסגעשפילטע הכתרה און אז ס'איז נישט געשטאנען בסייעתא דשמיא, און מ'האט עס צוגעשריבן נאכדעם, די טינט האט זיך אויסגעגאסן, מ'האט געזען קלאר פון הימל אז ס'איז נישט בס"ד.
און ר' מענדל פרידמאן האט זיך קריעה געריסן.
און פון דעמאלטס איז אלעס געגאנגען מיטן פיטום אראפ !