בית פורומים כל העולם כולו

ווילי: תולדות אהרן ביטער אנגעפראסקעט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/11/2009 23:54 לינק ישיר 

די מעשה מיט תולדת אהרן איז אזוי

און די לעצטע צייט האבן זיי אנגעהויבען ליידן פון זייערע שלעכטע חברים די זאליס, אנגעהויבען האט זיך עס ווען פאר יאר ביי זייער תערובת שמחת בית הושאבה, איז פון די גרויסע אנפירעס און פאשקאווילען ווארפערס געווען די 2 נאנסטע מענטשן פון ר' חיים צבי מיפו, יצחק ווייס און נחום אטיק, די תולדת אהרן רבי אליינס האט געבעטען ביי חיים הערש אז ער זאל אפשטעלען די 2, אבער ער האט זיך אויסגעלאכט פון אים, און ווען תולדת אהרן איז געקומען קיין אמעריקא נאך געלט, האבן די זאליס געווארפן פאשקאווילען קעגן אים אין אלע גאסן אין ווילי, ב"פ, קרית יואל וכו'.

זינט דעמאלס האט תולדת אהרן אנגעהויבען מאכן א שטיקל U-TARIN, און אנגעהויבען צו פרובירען מער נישט צו טשעפן די אהרונים וואס מעגליך, אבער די אהרונים פון די אנדערע זייט שטייען און לאכן פון זיי, זיי דארפן זיי נישט האבן עס איז גוט אן זיי.

די אלע זאכן פארשטייט זיך מיינט נישט דער עולם אין תולדת אהרן וואס זענען איידעלע חשובע אינגעלייט, נאר מען מיינט די ראשים.

יעצט אביסל וויפיל איך דערמאן זיך וואס זיי האבן געטאן.

1) ווען תולדות אהרן רבי איז געווען אין קרית יואל אויף יענעם שבת איז ער געקומען באזיכן רבינו שליט"א נאך דעם וואס ער האט באזיכט די אלע בני המן רבנים ווי שארמאש, וכו', און נאר צוליב וואס א גרויסער נגיד האט געסטראשעט אז ער שטעלט אפ זיין תמיכה טאמער ער באזיכט נישט די מרא דאתרא, און געקומען איז ער הארט פאר כניסת השבת.

2) ער האט באזיכט די מוסדת וואס איז געאסר'ט געווארן דורך מרן בעל ברך משה זי"ע, און בדי"צ העדה החרדית ובראשם בעל מנחת יצחק.

3) און די יארן פאר דעם פלעגט ער אויך קומען קיין קרית יואל אויף אפאר טאג, און נישט געקומען באזיכען רבינו שליט"א.

4) ווען הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א איז געווען באזיכן אין א"י ווען רבינו שליט"א איז דארט געווען, איז ער ארום צו די מוסדת על טהרת הקודש טיילן פאר זיי געלט, האט תולדת אהרן געזאגט אז זייי דארפן נישט דאס געלט.

5) דאס דאווענען אין ראדני איז בלויז זיך צומישען אין מחלוקת, ווייל יעדער ווייסט, און תולדת אהרן ווייסט דאס נאך בעסער, אז ראדני איז גע'גנב'ט געווארן, און מיט דאווענען דארט שטיצט ער די גניבה, זיין עלטערע ברודער אדמו"ר מתולדת אברהם יצחק האט אויפגעהערט צו דאווענען דארט. אינטערסאנט דאס האט ער נישט געקענט משנה זיין ח"ו, נאר די לבוש אין תולדת אהרן דאס האט ער געקענט משנה זיין.

6) תולדות אהרן איז געווען די גרעסטע פייטערס אז ר' ישראל חיים מנשה זאל ווערן ירושלים'ער רב, זיי האבן אנגעדרייט וועלטן דערוועגן, אזוי ווייט אז זיי האבן אפילו אראפגעשלעפט זייער חבר הנהלת העדה ר' נפתלי ראזענפעלד שליט"א טראץ וואס ער האט שוין געקאלעכט און געווען גאר שוואך און קראנק, נאר כדי צו האבן נאך א שטימע.

ועל כולם נאך עד היום טוט נישט תולדת אהרן אריין לייגן מודעות אין דער בלאט, נאר אינעם טריפה'נעם העצערישן "דער איד", אזוי ווייט אז זיי האבן אפילו אריין געלייגט אין דער איד א מודעה אז זיי לייגן נישט קיין מודעות אין דער בלאט ווייל עס איז געאסרט געווארן דורך מרן בעל ברך משה...

אזוי איז דא נאך און נאך

איך פארשטיי אז איצט ווען עס איז פאר תולדת אהרן ביטער שווער, ווייל די זאליס פירן א מערכה מיט זיי, און אויך ווייל די גרויסע זאלי שטיצער ווי וואלי לעפקאוויטש, גאדינגער, וכו' האבן נישט היינט קיין געלט, אבער וויינט נישט ווי אן אומשולדיג קינד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2009 00:12 לינק ישיר 

ר' יונה
ביזט גערעכט אויף די הנהלה פין זייערע מוסדות, אבער נישט אויף תולדות אהרן רבי,





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2009 01:31 לינק ישיר 

הערות והארות צו הרב וכו' פערזענליכער שרייבער פון מוהר"ד קאהן ווער עס קוקט דער סטיל פון דער שרייבער איז דאס דער זעלבער אידישער שרייבער וואס האט געשריבען אלע בריוו ביי די וואלאווער שידוך פאר די חתונה, נאר פונקט ווי מוהר"ד קאהן וויל נישט מזאל וויסען ווער עס האט געשריבען דעם הכתב והמכתב נאר מרומז און די הסכמות אזוי אויך אונזער כותב

עס ווינדערט מיר דא צו זעהן א אשכול ווי מען שפעט אפ פין די תולדות אהרן שבת אין ווילמסבורג במחיצת קדשו פינעם תו''א אהרן רבין שליט''א.

קיינער שפעט נישט פון מוהר"ד מברענגט נאר ארויס וויאזוי ער האט נישט גוט קאלקאלירט דעם עתיד פון סאטמאר

שבת מבה"ח אייר שבת שבעה פון רבינו הקדוש הברך משה זי"ע איז זיין שותף און ביזעם פריינד ר' משה יונה רויזענפעלד שי' געקומען ספעציעל אויף וויליאמסבורג בשליחותו צו אבסעווירן איך יפול דבר וואס וועט זיין פון סאטמאר ווער וועט זיין סאטמאר

משה יונה רופט אהן מוצאי שבת מוהר"ד רבי סאיז נישט צו גלייבען רוב מנין ובנין פון סאטמאר רעכענען זיך נישט מיט די דיינים זענען גיגאנגען שבת בארץ לא זרועה און א שאטער צום קרית יואל'ער :

מוהר"ד: וואס דארף מען איצט טוהן?

משה יונה : אביסעל צוריק דרייען :

 מוהר"ד מיט וואס ? 

משה יונה : קודם רופן מנחם אבל זיין דעם קרית יואלער!   

מוהר"ד: שמואל זאגט מיר אז מזאל גיין צו זייער הספד ביי פויגעל'ס כולל, ווי קלערסטו ? משה יונה: זיי האבען דען גערופען דעם רבי'ן ?

מוהר"ד : דע טאטע פלעגט זאגען אויף א לויה דארף מען נישט רופען

{ביז דא איז נאכגעשריבען פון די גישפרעך צווישען ר' משה יונה רויזענפעלד און מוהר"ד קאהן שליט"א }

והדברים ידועים אז מוהר"ד איז געקומען צו לויפען צום הספד אויף רחוב יונה

 

לויט ווי איך פארשטיי האלט די חסידי מהר''א אז דאס איז א געווינס פאר זייער צד נאכדעם וואס זיי האלטען אז תו''א רבי שליט''א האט אמאל גענומען א שטעלע אין סיי וועלכע מחלוקה, בפרט אין סאטמאר.

אין ווייל איר פילט זיך ציקריגט פילט איר פאר א ניצחון זיייערע דורכפעלער, כנלענ''ד.

אין פאקט וויל איך נעמען די מי אין דאס קלארשטעלן פאר אייך די טריקענע פאקטען, ואדרבה פרעגט אייך נאך זיך צו איבערצייגען דעם אמת.

איך וויל אבער קלארשטעלן אז קיינער אין די הייליגע חבריא פין תולדות אהרן האט מיך נישט געבעטן צו פ ארטיידיגען די הייליגע קהילה, אבער כדי לקיים והיתם נקים אין למען השלום, נעם איך די פענע אין די הענט, אין איך האף אז מיינע אמת'ע רייד למען השלום והאמת וועלן אויפטוהן איר ציל.

כבוד הרב קיינער אין די חבריא נאר דער ראש החבריא מהר"ד

כ''ק מרן רבינו מתו''א שליט''א האט קיינמאל קיין שטעלע נישט גענועמן אין קיין קהלי'שע מחלוקת בכלל און ביי די סאטמערע מחלוקה בפרט, טראץ וואס מענטשן האבען געלייגט אויף אים לחץ ער זאל יא נעמען א צד,  אין ער האט בעסערע דאגות ווי דעם ב''ה

דאס מיינסט אוודאי די דאגה וויאזוי מרייסט אויס קנאות פון די ירושלימער אידען


(ביטע האקט מיך  נישט איבער מיט די מחלוקה פין תולדות אברהם יצחק ווייל דאס איז באמת א באזינדערע נושא אויף וואס מ'איז געזיצען ביי א דין תורה ביים בי''ד הגדול – העדה החרדית, אין די רביים צווישען זיך לעבן היינט צו טאגס אין פרידען ב''ה)

ווער ס'האט יא גענועמן א שטעלע, זענען עטליכע גרויסע תומכים פין תו''א, וועלכע קומען פין סאטמאר, ווי מוה''ר אברהם ברוך גאדניגער, מוה''ר יחזקאל בראך, ועוד, אין זיי האבען געלייגט לחץ אויפן רבין'ס גבאים אין אינזער מנהלי המוסדות צו פראבירן צו דערווייטערן דעם רבי'ן שליט''א פין מהר''א מ'סאטמאר, ציליב זייער פריוואטע נגיעות, אין דאס מאכט ענק מיינען אז דער תו''א רבי האט גענומען א צד אין די מחלוקה אין האט ח''ו עפעס קעגן מהר''א.

באמת קען מען די גבאים נישט פארהאלטן היתכן זיי זענען גרייט אנצונעמען אזעלכע פארלאנגען, ווייל נאך אלעם זענען די הייליגע תו''א קהילה אין מוסדות אין א שווערע פינאנציעלע מצב, סיי ציליב וואס די בני הקהילה זענען מעיטי היכולות, אין צו דעם האלטן מיר  זיך די הייליגע שיטה פין רבותיה''ק נישט נהנה זיין פין די געלטער פין די רשעים, ווי באקאנט.

אז אלע ישיבה בחורים זענען אייגעשרובען און בית לפליטות און אזוי מעג מען נעמען והדברים ידועים


אין פין די אנדערע זייט,זענען די אויבערדערמאנטע נגידים די רוקן ביין פין אינזערע מוסדות הק' שאפענדיג יערליך דעם סכום פין בערך אנדערטהאלבען מיליאן דאללער ב''ה, וואס אין דעם איז געוואנדען אינזער קיום, ואשרי חלקם, ממילא פארשטייט יעדער בר דעת אז מ'זאל זיי נאכגעבן זייער פארלאנגען, עכ''פ ווי לאנג זיי פארלאנגען נישט אז תו''א רבי זאל אליין ''ארויסקומען קעגן כ''ק אדמו''ר מהר''א''.

 

אין מציאות אבער, קען איך קלאר זאגען, דער תו''א רבי, האט קיינמאל קיין צד נישט גענועמן, אין ס'טוט אים פערזעליך וויי דאס וואס מ'זאגט אז ער באלאנגט מער צו איין צד.

 

כ'וועל אייך געבן עטליכע ביישפילן

יעדע מסיבה פין צד מהר''א ווי דער תו''א רבי שליט''א ווערט געלאדענט (פערזענליך, נישט דורך די גבאים) אין ירושלים עיה''ק,  באטייליגט ער זיך, עס זענען דא בילדער דערפון, (כ'וועל פראבירן צו ברענגן עטליכע בלינ''ד אבער ווער עס האט עס זאל מיך ביטע ציהעלפן)

הרה''ג ר' בן ציון לאוב פין נו יארק, וועלכע איז פין דיינים פין צד מהר''א אין נו יארק אין איז שטארק מעריץ דעם תו''א רבי שליט''א אין איז נאנט מיטן תו''א רבין נאך פין ווען ער האט געוואינט אין מאנסי, אין דינט נאך היינט צו טאגס אלס א ראש החבורה ביי איינס פין די תו''א חבורות אין אמעריקה (די חבורות דאווענען אין א אייגען שטיבל די אינטערשטע שטאק פין הרב הערמאן  - בעל אכסניא פין תו''א רבי שליט''א) אין ער ווערט דארט געלאדענט מזמן לזמן צו אויפטרעטן פאר אלע בני החבורות
הג"ר בנציון לויב שליט"א איז פארבעטען געווארען פון זקני תלמידי הדברי אמונה ער זאל לערנען אביסעל קנאות מיט מוהר"ד אס עס זאל נישט זיין קיין בזיונות פאר די תו"א עדה.

אין תו''א רבי שליט''א איז אים גאר שטארק מעריץ, טראץ וואס תו''א  רבי ווייסט קלאר ווי ער  באלאנגט.

זייער שיין מוהר"ד איז גאר שטארק מעריץ זיין מלמד להועיל




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/11/2009 01:51 לינק ישיר 

וואס גייט דיר אזוי אין לעבן צו טראכטען אז אפשר איז יענער גערעכט אין עס איז פשוט פרעשור פין עטליכע גבאים אויפן באפעל פין עטליכע מרי לב?

ס'קען נישט זיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2009 02:19 לינק ישיר 

עטליכע הערות צו דעם שרייבער פון תולדות אהרן
קודם א קשיא, אויב דער תו"א רבי וויל נישט משנה זיין, פרעג איך, איז זיין טאטע אויך געזעסן אין ישיבה קעגן איבערן כותל?

יעצט צום פונקט
דאס התרחקות פון תו"א האט זיך שוין אנגעהויבן נאך אין תשנ"ה, ווען רבינו שליט"א האט אים געבעטן ער זאל קומען זען דעם סקול דיסטריקט, און ער זאל אים זאגן אויב ער זעט דערין עפעס קעגן די תורה, און ער הא קאטאגאריש אפגעזאגט, און דאס איז דאן געווען א פגיעה ברבינו הקדוש בעל ברך משה (אין די גע'אסר'טע מוסדות האט ער נישט געהאט קיין פראבלעם צו גיין)
רוב מנין ורוב בנין פון חסידי סאטמאר מיין איך האבן נאך אלעם נאך אלץ גארנישט קעגן אים פערזענליך, ווייל למעשה האט ער זיך קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט אפן דערקעגן.
איר דארפט אבער פארשטיין
דער מצב הפרנסה איז שווער ביי יעדן, און ווי ער קענט איר קומען בעטן געלט פון אונז מיט די טענה אז איר פארקויפט זיך נישט פאר געלט, ווען איר טוט דאס יא,
רבינו שליט"א האט אמאלנאכגעזאגט בשם אביו רבינו הברך משה, אמאל ווען איינער האט עטון עפעס נישט גוט האט מען געפרעגט בלשון תמי': פאר געלט?, כלומר פאר געלט טוט מען אלעס, היינט זאגט מען עס בניחותא, פאר געלט!
אויב געלט איז ביי איך פאר אלעם, און איר האט אזעלכע גרויסע תומכים, און די געלט צאלט זיך אויס, דארפט איר דאך אוודאי נישט צוקומען צו אונזערע פאר גרייצער.
אויף אונזער ליסטע שטייט קודם גרייט די ערליכע מוסדות וואס קענען נישט בעטן קיין געלד ערגעץ אנדערש, וויל זיי פארקויפן זיך נישט פאר געלט פאר קיינעם... 

איי פיל יור פעין

מיר פארשטייען זייער גוט וואס דאס מיינט אז מען מאכט נישט קיין געלט ווייל מען ווייזט מער סימפאטיע פאר איין צד, מיר זענען אין די זעלבע שיך.

די חילוק איז נאר, קוקט פאר וועם מיר צאלן א פרייז און פאר וועם איר צאלט א פרייז.


ולסיום, כבודו של האדמו"ר מתולדות אהרן במקומו מונח, און ס'קומט אים נישט אראפצורייסן זיין פערזענליכקייט, אבער ס'איז גוט אמאל צו זען ווי מען קומט אן ווען מען  איז גרייט אלעס צו טון פאר געלט!!!


תוקן על ידי וואלןסח ב- 12/11/2009 2:48:17




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2009 03:39 לינק ישיר 

טראץ וואס דער תולדות אהרן'ער האט געשריבן גאנץ אויפריכטיג, איז וואלן זייער גערעכט. זייער גוט ארויסגעברענגט.

(אבער פארשטייט זיך, דאס עפענען א אשכול צו דערנידערן תו"א, ווי כאילו מיר האבן א פראבלעם ווען ער האט א עולם, און ווען נישט איז עס אונז א געווינס, דאס איז קינדיש).




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/11/2009 17:00 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס מען בארירט נישט די עיקר נקידה,

דער רשע וואס האט געמאכט הגה''צ דעם תו''א רבי פאר רבי, און ארויס געשליידערט דעם תא''י רבי וואו א הינט אויפן גאס, איז א בר נש מיטען נאמען,  גבריאל שישא,

עס איז נישט קיין סוד אז דער גבריאל שישא און קאלטבליטיגער ירושלים'ער מאפיענער, און מיט אים האט זיך זיין בן גילו משה בן פראדעל דורך גערעד וואו אזוי ער קען צו טיילען סאטמאר, זיכער צו מאכען אז ער בלייבט כאטש מיט עפעס,

דער רשע גבריאל שישא האט אים דאן געגעבן די ''גוטע עיצה'' אז מען זאל צו ברעכען די משפחה,

דהיינו יעדער וווייסט אז די קינדער פונעם ברך משה זי''ע האבן זיער גוט געלעבט איינער מיטן צווייטען, ביז דער משה בן פראדעל האט אויף די עצה פון זיין ביזעם פריינד דער רשע גבריאל שישא, אנגעזייעט א שנאה און א מחלוקה צוווישען די קינדער פונעם הייליגען ברך משה זי''ע, וואס האט ענווענטועל צו ברענגט דעם ביטערן חורבן,  

דער תו''א שליט''א דרייט זיך מיט דעם גבריאל שישא, ער איז זיין נאנסטע מענטש, דער גבריאל שישא ארבייט האנט ביי האנט מיט בן פראדעל, דעריבער אז זיכער אז די אלע אויבענדערמאנטע פעילות וואס ער האט אלס געטאן, איז געווען נאר צו שטעכען כ''ק רבינו שליט''א,

אפי דער שרייבער האט שיין פארענפערט אלע נעגעטיווע פעילות, אונז ווייס מער איין זאך מיט וועמען דרייעט זיך דער תו''א רבי? מיט גבריאל שישא? יא!

איז זיכער אז די פעילות וואס ער האט געטאן איז אלעס מיט א חשבן וויי צו טאן פאר סאטמאר!

תוקן על ידי פארשטיי ב- 12/11/2009 17:01:44




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2009 01:39 לינק ישיר 

יעצט פין ההחברה

 

יש''כ פאר'ן ארויפלייגען מיינע שורות, (כהאף אז די ליידסט נישט וועגן דעם)

כ'האב נישט געהאלטן אז מען וועט אויפנעמן מיינע ווערטער אזוי שלעכט

אבער דער וואס זיכט דעם אמת קען עס נאך אלס טרעפן אין מיינע ווערטער

איך זעה דא אז זאך וואס איך האב שוין לאנג געוויסט, אז דא אויף בחדרי דרייען זיך די שוואכערע סארט מענטשן פין די חרדישע יונדענטום – פין אלע קרייזען,  אין ציליב דעם באקום איך אזעלכע קאלטע ענטפערס.

די אלע זאכען וואס איר שרייבט קענט איר מסייחס זיין נאך די גבאים אין ראשי הקהילה, איר וועט נישט טרעפן קיין איין מאל ''וואס דער תו''א רבי זאל האבען געזאגט עפעס קעגן מהר''א'' נאר אויב עפעס פארקערט, אין עפענטליך באדאערט דאס וואס מענטשן מיינען, איך האב אייך געגבן איין חשוב'ע מענטש וועם איר קענט פרעגן דאס איז מוה''ר  יעקב יושע פרידמאן פין בראזיל פין די גרויסע שטיצער ביי מהר''א

אין דאס וואס איר זאגט בנוגע אריינלייגען אין דער איד, איז דאך דא די באקאנטע מעשה, מיט ר' אליעזר אברמוויטש פין די סאטמערע ראשי קהילה אין בורו פארק ווען ער האט באזיכט ביים תו''א רבין עטליכע יאר ציריק, מיט די אנוועזעהייט פין הג''ר מנדל פרידמן דער סאטמערע דיין פין בורו פארק, וואס איר קענט אים אליין'ס פרעגן, וואס ר' יחזקאל בראך האט דאן געסטראשעט.

אין נאכמאל איך פארטרעיט נישט קיינעם, אין מיין ציל איז נישט צו מאכען קיין געלט פאר די תו''א מוסדות נאר צו זאגען דעם אמת פאר וועם עס  זיכט עס.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2009 01:46 לינק ישיר 

קאט די קרעפ מיט ר' דוד קאהן .

די אלע זאליס וואס דרייען זיך ביי אימען, אין געבן אים געלט איז נאר פאר איין סיבה
אז ער זאל זיך שלאגן מיט סאטמאר מהר"א

אין ער האט פרובירט מיט אלע זיינע מיטלען עס אויס צי פירן

די גרעסטע ראי' האסטו אז פאר זיין ברידער דעם תולדות אברהם יצחק רבי געבן זיי נישט קיין פעני
ווייל ער לעבט גוט מיט מהר"א אין אים קען מען נישט פארדרייען קיין קאפ
(אין גנב'נען קיין פאספארטס )

ער איז איין שטיק פראוד פין אויבן ביז אינטען אין פארדעם האט ער געלאזט אלע טיטלעך אויף זיין ספר חסד נעריך אפילו ער האט ארויס גענימען זיין נאמען

פוי פוי פוי




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/11/2009 03:00 לינק ישיר 

ארגינעלער כתב:

די אלע זאליס וואס דרייען זיך ביי אימען, אין געבן אים געלט איז נאר פאר איין סיבה
אז ער זאל זיך שלאגן מיט סאטמאר מהר"א

אמת

אין ער האט פרובירט מיט אלע זיינע מיטלען עס אויס צי פירן 

נארישקייטן

די גרעסטע ראי' האסטו אז פאר זיין ברידער דעם תולדות אברהם יצחק רבי געבן זיי נישט קיין פעני
ווייל ער לעבט גוט מיט מהר"א אין אים קען מען נישט פארדרייען קיין קאפ

נישט צום ענין גערעדט

ער איז איין שטיק פראוד פין אויבן ביז אינטען אין פארדעם האט ער געלאזט אלע טיטלעך אויף זיין ספר חסד נעריך אפילו ער האט ארויס גענימען זיין נאמען 

כנ"ל

פוי פוי פוי

יסכר פיך המשומץ



איך זאל זאגן אז מיר דארפן האבן געפיהל פאר ר' דוד'ן? אויסדרוקליך נישט. למעשה טוט ער זאכן וואס איז זייער נישט איינשטימיג מיט אונז, און זיינע גבאים אוודאי. אבער בארעדן מיט אזא זלזול? דאס פאסט פאר "ילדים אנחנו" הנקרא כעת קינדישע געדאנקען..



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/11/2009 03:09 לינק ישיר 

אינרעסאנט ווי מען קען נאך יעצט אנלייגן אויף גבריאל שישא אז וועגן אים איז ר' שמואל יעקב נישט געווארן רבי אין תולדות אהרן, כאפט א בליק אויף דעם אינטערוויו וואס דער תוא"י רבי האט געגעבן די וואך פארן לורענס צייטונג, ווי ער זאגט אז דער פראבלעם פון די מדינה איז נאר ווייל מען האלט נישט קיין שבת, אויב זיי האלטן שבת האט ער נישט קיין שום פראבלעם מיט די "סטעיט אף איזראעל", און זיין רביצין איז נאך מוסיף נופח אז וועגן דעם האבן די תולדות אהרנע חסידים אים נישט גענומען פאר רבי נאר זיי האבן געוואלט א רבי וואס איז מער "אקטיוויסט" כלשונה, האסטו א הודאת בעל דין, זיי ווייסן זייער גוט פארוואס ער איז נישט געווארן רבי.

לגופו של ענין, דער תולדות אהרן רבי איז דא צענדליגער אידן וואס האבן גערעדט מיט אים פערזענליך צווישן פיר אויגן און ער האלט אין איין איבערזאגן אז ער האט ח"ו גארנישט קעגן מהר"א מסאטמאר, און מיט די אלע שרעקליכע פרעשור וואס ער האט פון די אידן וואס לאזן זיך קאסטן שווערע סכומים און האלטן אויס רוב פונעם בודשעט פון זיינע מוסדות, מיט דעם אלעם האט ער זיי שוין צענדליגער מאל אויפגערעגט מיט'ן גיין באזוכן מהר"א, און נישט מיטאנצן מיט זייערע משוגעת'ן.

אויב קענט איר אפירנעמען די טראנסקריפטן פון די באזוכן ביי מהר"א וועט איר טרעפן ידידות'דיגע שמועסן,

ס'איז אמת אז די גבאים און די הנהלה זענען נישט מהר"א געשטימט, זיי ווערן נשפע פון די מענטשן וואס גיבן זיי דאס געלט, און ס'איז נאריש צו פארלאנגען פון זיי אז זיי זאלן זיך אליין שיסן דורך אנהייבן שפייען די מענטשן אין פנים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2009 03:46 לינק ישיר 

זייער פיין געענטפערט (אם כנים הדברים)
אבער אויב האט ער מענטשן וואס "לאזן זיך קאסטן שווערע סכומים און האלטן אויס רוב פונעם בודשעט פון זיינע מוסדות" דאן קריך אראפ פון מיר, די איבריגע 20 פראצענט קען מען מאכן ביי די פארווע מענטשן
קום נישט צו די מענטשן וואס ווערן געטשעפעט פון די וואס האלטן אויס רוב פון דיינע בודזשעא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2009 03:57 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:
זייער פיין געענטפערט (אם כנים הדברים)
אבער אויב האט ער מענטשן וואס "לאזן זיך קאסטן שווערע סכומים און האלטן אויס רוב פונעם בודשעט פון זיינע מוסדות" דאן קריך אראפ פון מיר, די איבריגע 20 פראצענט קען מען מאכן ביי די פארווע מענטשן
קום נישט צו די מענטשן וואס ווערן געטשעפעט פון די וואס האלטן אויס רוב פון דיינע בודזשעא


אפשר קענסטו מיר זאגן ווען מען איז צו דיר געקומען נאך געלט? תו"א גייט טאקע נישט נאך געלט ביי מענטשן ווי זיי זענען אומוועלקאם, און קיינער האט נישט קיין טענות אויב דו ווילסט זיי נישט שטיצען, מען רעדט נאר לאמיתו של דבר אז מען האט ארויפגלייגט א נאסן לאלעך אויפ'ן תו"א רבי'ן כאילו ער האט עפעס קעגן מהר"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2009 08:59 לינק ישיר 

שוין לאנג נישט געזען אזא בזיון תלמיד חכם דא

אז טאקע הפקר א וועלט? מען מעג באשמוצען א תלמיד חכם מופלג ווייל אפשר איז ער נענטער מיטן צד השני?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2009 18:46 לינק ישיר 

למען_האמת כתב:
כאפט א בליק אויף דעם אינטערוויו וואס דער תוא"י רבי האט געגעבן די וואך פארן לורענס צייטונג, ווי ער זאגט אז דער פראבלעם פון די מדינה איז נאר ווייל מען האלט נישט קיין שבת, אויב זיי האלטן שבת האט ער נישט קיין שום פראבלעם מיט די "סטעיט אף איזראעל", און זיין רביצין איז נאך מוסיף נופח אז וועגן דעם האבן די תולדות אהרנע חסידים אים נישט גענומען פאר רבי נאר זיי האבן געוואלט א רבי וואס איז מער "אקטיוויסט" כלשונה, האסטו א הודאת בעל דין, זיי ווייסן זייער גוט פארוואס ער איז נישט געווארן רבי. 



כ'ווייס נישט ווי ס'קומט דא אריין תולדות אברהם יצחק?
אז א צייטונג לאורענס האט אזוי געשריבן מיינט אז ער האט פינטקליך אזוי געזאגט? יעדער ווייסט די תוא''י יונגעלייט קען מען זעהן צווישען אלע ק''ק בראש ביי יעדע מערכה אין ארה''ק
(ס'דערמאנט מיך ווען די ''צייטונגען'' האבען געשריבן אז סאטמערע רבי האט געזאגט אז די מרכז הרב ערמארדעטע זענען קדושים אין דאס פלאץ איז א הייליג פלאץ, וכו'  בשעת איך בין געווען ביי די דרשה אין מאנסי אין ביי די נאכגעפלאגטע דרשה אין ק'י ביים היסדות בד''ץ ק''י, אין רבינו שליט''א האט די מערסטע ארויסגערענגט אז די ציונים זענען די ריכטיגע רוצחים וועגן זייער התגרות באומות.)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווילי: תולדות אהרן ביטער אנגעפראסקעט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.