בית פורומים כל העולם כולו

ווילי: תולדות אהרן ביטער אנגעפראסקעט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/11/2009 18:53 לינק ישיר 

פין ההחברה

פארוואס זאלט איר נישט ניצן כ''ק אדמו''ר מסוקלען שליט''א,פאר א דוגמא, וואס לויט ווי איך הער פלעגט ער אמאל נישט גיין צו מהר''א.
קיינער טראכט נישט אז דער סקולענער רבי האט עפעס קעגן מהר''א, נאר פשוט יעדער פארשטייט אז זיינע גבאים טראגען אים ווי זיי ווילן לויט ''זייער'' אינטערסען, אין סקולענער רבי איז צו א וואילער יוד צו נעמען א דעה אין א קהלי'שע סוכסוך.
והא ראי' ווען זיין שוואגער שטערן איז דארט רעדט ער מיט א מורא'דיגע הערצה פין די אויפטוהן פין מהר''א

פארוואס האלט איר אז תו''א איז אנדערש?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2009 19:06 לינק ישיר 

"יעדן מאל" וואס דער תו"א רבי איז געווען אין קרית יואל איז ער געגאנגען באזוכן כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2009 19:35 לינק ישיר 

ליסען, תולדות אהרן האט געמאכט דעם ביטערן טעות אז זיי האבן זיך פארקנעכט צו די זאליס.

איצט אז זייי ווילן צוריק דריייען, צו ווייל די זאליס אין ירושלים פירן א מערכה מיט זיי, צו ווייל גארדינגער און וואלי זענען היינט בעלי חובות, עס איז נישט קיין פראבלעם, אבער לייקען נישט וואס איז געווען.

פאנג נישט אן מיט די בלאפעריי, די קרומע שטיק, וואס אין דעם איז דער מנהיג פון תולדות אהרן א מומחה נפלא,

די בעסטע איז ווען ער מאכט זיך די קאפ שיף און זינגט... איך ווייס נישט... עס האט נישט מיט מיר... די עשרטע מאל וואס איך הער עס... איך קען עס נישט הערן... לשון הרע...

אז די ווילסט קענסטו זאגן חטאתי עויתי פשעתי.

און נישט ווייל די אהרונים דארפן ענק, עס איז פיל בעסער אזוי ווי ביז איצט.

די כלל איז נאר איין זאך, אז א מוסד וואס שפילט פאליטיק, שפילט מען מיט די געים, און מען געט זיי נישט קיין פעני.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2009 19:59 לינק ישיר 

nuremes כתב:
פין ההחברה

פארוואס זאלט איר נישט ניצן כ''ק אדמו''ר מסוקלען שליט''א,פאר א דוגמא, וואס לויט ווי איך הער פלעגט ער אמאל נישט גיין צו מהר''א.
קיינער טראכט נישט אז דער סקולענער רבי האט עפעס קעגן מהר''א, נאר פשוט יעדער פארשטייט אז זיינע גבאים טראגען אים ווי זיי ווילן לויט ''זייער'' אינטערסען, אין סקולענער רבי איז צו א וואילער יוד צו נעמען א דעה אין א קהלי'שע סוכסוך.
והא ראי' ווען זיין שוואגער שטערן איז דארט רעדט ער מיט א מורא'דיגע הערצה פין די אויפטוהן פין מהר''א

פארוואס האלט איר אז תו''א איז אנדערש?




פין סקלען ברענג נישט קיין ראי'
ווען רביה''ק בעל ברך משה ז''ל איז געווען אין זיינע (סקלענע רבי שליט''א) יארען האבען אים זיינע גבאים אין 2 פין זיינע קינדער געמאכט ללעג ולקלס פאר די גאנצע וועלט
ר' דוד קאהן איז נישט אזוי אלט, זאלסט אים קענען ציגלייכען צו זיי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2009 18:50 לינק ישיר 

א תולדות אהרן חסיד האט מיר געבעטן אריין שרייבן די קומענדיגע שורות.

תולדות אהרן האט קיינמאל נישט באקומען קיין ערנסטע געלט פון קיין אהרונים אחוץ אפאר וואס זענען ממשיך צוגעבן די זעלבע וואס זיי פלעגן געבן אייביג ווייל זיי האלטן פון תולדות אהרן רבין פונקט אזווי פון מהר"א און אפילו נאך אסאך מער.

תולדות אהרן מאכט אסאך געלט די לעצטע יארן, און די יאר נישט ווייניגער אפשר נאך מער טראץ דעם שווערן מצב, תולדות אהרן בויעט א בנין וואס האט שוין געקאסט ביז יעצט איבער 12 מיליאן דולר רוב געלט פון די זאליס און די איבעריגע חלק געלט פון שאר אחינו בני ישראל וואס ווייסן צושעצן די הייליגע מוסדות תולדות אהרן ובראשם תולדות אהרן רבי שליט"א.

תולדות אהרן רבי האט נאך אין זיין לעבן נישט גערעדט אווארט אקעגן מהר"א (כאטש ס'איז דא וואס ווילן זאגן אז תולדות אהרן רבי האט יא א שטיקל הארץ אויף מהר"א צוליב די עפ"ל אויפן הייליגן קאשויער רב וואס דער תו"א רבי האלט זיך פאר א תלמיד מובהק אבער ער האט נאך קיינמאל נישט גערעדט).




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2009 20:16 לינק ישיר 

תולדות אהרן האט באקומען אסאך געלט פון סאטמאר - אהרונים.

דאס איז געווען ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זי"ע האט געלעבט.

אבער זייט זיין הסתלקות ווען עס האט איבער גענומען זיין זון דער היינטיגער רבי, תלמיד מובהק פון קלויזענבורגער רבי ז"ל, און שפילט מיטן מוסד פאליטיק, און נעמט אויף אלע ציונים, רב הכותל וכו', געבן מער נישט די סאטמאר אידן קיין געלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2009 21:43 לינק ישיר 

יענקי
כ'האב נישט געוויסט אז ענקער רבי, האט {לשיטתך} שוין פיינד געהאט דעם רבין בעל ברך משה ז''ל, נאך פין די מערכה קעגן דעם הייליגען מוסד שערי חמלה.

ווייל זיין טאטע דער פריעדיגע תו''א רבי ז''ל, האט געהאט א שטארקע הערצה פאר'ן רבין בב''מ ז''ל נאך פין די ערשטע מיניט, ווער געדענקט דען נישט זיינע ווארימע ווערטער ביי די הכתרה פין רבין בעל ב''מ ז''ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2009 21:53 לינק ישיר 

ער איז אלס געווען א לינקער.

די תולדת אהרן רבי האט געוואוינט אין אמעריקא ווען מרן בעל דברי יואל זי"ע האט געלעבט, ער איז געקומען צו די טישן, דאווענען וכו', אפשר איינמאל אין יארן האט ער זיך באוויזען.

נאר צו זיין רבין די קלויזענבורגער פלעגט ער פארן כסדר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2009 22:01 לינק ישיר 

איך האב חברים וואס האבן מיטגעהאלטן דעם שבת (נישט אלס תלדות אהרן נאר אלס מחותן מיט טאהש). זיי האבן מיר געזאגט אז די טיש האט נישט אויסגעזען גארנישט אנדערש פון די לעצטע 10 יאר. ביז נאך די פיש איז געווען פול סאיז נישט געווען קיין פלאץ אריינצולייגן א נאדל, 7 שטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן אויף די גאנצע לענג פונם זאל. נאך די פיש האט זיך דער עולם צוביסלעך אנגעהויבן צעגיין, ביים סוף טיש איז געווען פול אביסל מער ווי האלב פון די זאל. כידוע אז דער רבי פאלט נישט צוזאם אינמיטן טאנצן שבת קודש... אזוי גייט דאס שוין פאר יארן. קיין שום חידוש איז נישט געווען די יאר.

ווען איך האב זיי נאכגעזאגט כל מיני זאכן וואס דא שטייט ווי למשל אז פרייטיג צונאכטס ביים דאווענען איז געווען 200 שטריימעלך... ס'איז געווען 3 שטאקיגע פארענטשעס. האבן זיי זיך געקאטשעט פון געלעכטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2009 22:06 לינק ישיר 

נישט די ערשטע ליגענט פין נפל היינט אליין'ס, ביזטו נישט פארמעגליך?
ווער עס קען זאל ביטע שאפען א בילד (אין תולדות אהרן פארשטייט מען גיט צו בילדער, אין כ'גלייב אז מ'דארף עס נאר פארשאפען)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2009 22:14 לינק ישיר 

איך בין ב"ה יא פארמעגליך, פארוואס מיינט איר אז נישט? איך האב ב"ה א שיינע פרנסה און אויך האב איך אוועק געלייגט געלט אין די זייט. סך הכל איז דאס א ווארט פון א הייד פארק שרייבער א ארויני וואס האט א אינטערעסע קליין צו מאכן תולדות אהרן קעגן די ווארט פון מיינע חברים וואס זענען געווען דארט.

נ.ב. איך ווער נישט קיין שקרן פארן שרייבן אנדערש פון דיר, און אויב שוין וואס האט ליגענט מיט מיין פארמעגליכקייט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2009 22:15 לינק ישיר 

יא און זיי אויך מסביר אז די האלבע זאל פון קאנטינענטאל, איז 5 מאל אזוי גרויס ווי ברכה סימא, און 10 מאל אזוי גרויס פון בנין עסטרייכער...

ביי דיר איז איינס מיט איינס 10...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2009 22:19 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווי גרויס עס איז דעריבער גיי איך בכלל נישט אריין אין דעם שמועס, את מה שאני יודע כתבתי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 17:48 לינק ישיר 

ס'איז נישט אינטערעסאנט אריין צוגיין און די פארגאנגענהייט אבער לויט ווי מ'גיט איבער פון די גבאים און די הויעכע פענסטערס פון "תולדות אהרן" גייט מען טוהן דראסטישע שריט צו פארענדערען די מצב,
מ'גייט שוין אנהייבען טוישען ליניע, בכלל דעס ציעהן אויף איין זייט טויג נישט פארן רבי'ן און נישט פאר די גאנצע קהילה
,
צו דאווענען פרייטיג צונאכטס און ראדני האט זיך זייער נישט גוט אויסגעצאהלט, ס'האט אויפגעטוען די פארקערטע ווי געפלאנט ווען מ'האט אנגעהויבען,
אלזא לע"ע איז די פלאן אז דער רבי שליט"א זאל אויפהערן בכלל צו קומען פראווענען א שבת און  אמעריקא, און ספעציעל און וויליאמסבורג. 
מ'וועט אנהויבען ארומפארען נאך געלט און אנדערע לענדער. 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 19:59 לינק ישיר 

קען איינער ברענגן בילדער אין א באריכט פין זיין באזיך ביים סאטמערע'ן רבין?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווילי: תולדות אהרן ביטער אנגעפראסקעט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.